Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿרוידס פּסיאָנאָלאָטישע טעאָריעס און דער ייִדישער געדאַנקען־גאַנגFreud’s psychoanalytic theory and Jewish thought

פֿרױד האָט אַנטדעקט אינערלעכע סודות פֿונעם איך, בעת מאַקס װײַנרײַך האָט געפֿאָרשט די פּסיכאָלאָגיע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

צי האָט זיגמונד פֿרױדס ייִדישקײט באַװירקט זײַן װיסנשאַפֿטלעכן געדאַנקען־גאַנג? די דאָזיקע פֿראַגע האָט פֿאַרכאַפּט דעם אינטערעס פֿון אַ היפּשער צאָל ליטעראַטן, פֿאָרשער און סתּם ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר.

ד״ר אַבֿרהם אַהרן ראָבאַק, אַ פּסיכאָלאָג און אַ מומחה אױף דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, האָט אַ מאָל געפֿרעגט פֿרױד אין אַ בריװ װעגן זײַן באַציִונג צו ייִדישקײט און ייִדיש. פֿרױד האָט געענטפֿערט, אַז זײַן דערציִונג איז געװען אַזױ װײַט פֿון ייִדישקײט, אַז ער קען אַפֿילו ניט קײן ייִדישע אותיות. װאָס שײך ייִדיש, האָט פֿרױד דערקלערט, „האָב איך זיך דאָס קײן מאָל ניט געלערנט און ניט גערעדט“. ער האָט ניט אָפּגעלײקנט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, אָבער באַטאָנט, אַז ייִדישקײט האָט ניט קײן שײכות מיט זײַנע װיסנשאַפֿטלעכע חקירות.

נעמי זײַדמאַן (אוניװערסיטעט פֿון טאָראָנטאָ) שטעלט די פֿראַגע װעגן פֿרױדס ייִדישקײט אַנדערש פֿון ראָבאַק. איר בוך „איבערזעצנדיק דעם ייִדישן פֿרױד: פּסיכאָאַנאַליז אין העברעיִש און ייִדיש“ באַהאַנדלט די פּראָבלעם פֿון פֿרױדס ייִדישקײט, בפֿרט זײַן באַציִונג צו די ייִדישע שפּראַכן, װי אַ מין שפּאַקטיװ, װאָס לאָזט דערקענען אינעװײניקע טרײַבקראַפֿטן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור.

זײַדמאַן שטעלט די פֿראַגע: פֿאַר װאָס איז ראָבאַק געװען אַזױ גיריק צו װיסן, צי פֿרױד קען ייִדיש? און פֿאַר װאָס זוכט מען עד־היום ייִדישע שפּורן אין פֿרױדס טעאָריע פֿון פּסיכאָאַנאַליז? די דאָזיקע פֿראַגע־שטעלונג, דערקלערט זײַדמאַן, איז אין הסכּם מיט פֿרױדס אַנאַליטישן מעטאָד פֿון אױסגראָבן דעם פֿאַרבאַהאַלטענעם אינערלעכן „אמת“ הינטער דער פֿאַלשער אױבערפֿלאַך.

דער ענין שפּראַך פֿאַרנעמט דעם צענטראַלן אָרט אין פֿרױדס טעאָריע. די שפּראַך איז אַ מין רױשטאָף, װאָס פֿאַרבאַהאַלט דעם עכטן מהות פֿון דער מענטשלעכער נשמה. די אױפֿגאַבע פֿון אַ פּסיכאָאַנאַליטיקער איז צו דערגרײכן דעם דאָזיקן קערן דורכן באַזײַטיקן דעם אױבנױפֿיקן שאָלעכץ.

אַ היפּשע צאָל פֿרױדס פּאַציענטן זײַנען געװען אַסימילירטע דײַטשיש־רעדנדיקע ייִדן. זײער מאַמע־לשון איז אָפֿט מאָל געװען ייִדיש, אָבער זײ האָבן זיך געשעמט זיך מודה צו זײַן אינעם דאָזיקן פֿאַקט. שפּורן פֿון דער שעמעװדיקײט לגבי ייִדישע שפּראַכן, האַלט זײַדמאַן, האָבן זיך אָפּגעהיט אױך אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, בפֿרט אין אַמעריקע. מאַקס װײַנרײַך האָט געטענהט, אַז דורכן אומקערן זיך צו ייִדיש קענען די אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרשטאַרקן זײער אַלײן־צוטרױ און אױסהײלן זיך פֿון שיפֿלות־קאָמפּלעקסן לגבי „עכטע“ יענקיס.

װײַנרײַך האָט געהאַט אַ טיפֿן אינטערעס צו פֿרױדס טעאָריע. ער האָט אַרױסגעגעבן אַן איבערזעצונג פֿונעם „אַרײַנפֿיר אין פּסיכאָאַנאַליז“ און געדרוקט אַ סעריע אַרטיקלען װעגן פֿרױד אינעם פֿאָרװערטס אין 1936. דעמאָלט האָט ייִװאָ פֿאַרפּלאַנירט אַרױסצוגעבן פֿרױדס געזאַמלטע װערק אױף ייִדיש. אָבער נאָכן חורבן האָט מען זיך צו דעם דאָזיקן פּראָיעקט מער ניט אומגעקערט.

צו געפֿינען פּאַסיקע ייִדישע װערטער פֿאַר פֿרױדס דײַטשישע באַגריפֿן איז געװען ניט קײן פּשוטע אױפֿגאַבע, שרײַבט זײַדמאַן. לכתּחילה האָט װײַנרײַך איבערגעזעצט דאָס װאָרט „אונבעװוּסטזײַן“ [Unbewusstsein] װי „אומבאַװוּסטזײן“. שפּעטער האָט ער באַשלאָסן, אַז מער פּאַסיק איז „אומװיסיקײט“, װײַל „באַװוּסט“ האָט אױף ייִדיש אַן אַנדער באַטײַט פֿון דײַטשיש, דהײנו, אַ זאַך אָדער אַ מענטש, װאָס איז גוט באַקאַנט.

אָבער אַנדערע מחברים האָבן װײַנרײַכס װאָרט ניט איבערגענומען. דער אַרגענטינער פּסיכאָאַנאַליטיקער משה קיִאַק באַניצט „אומבעװוּסטזײַן“ אין זײַן ייִדישן בוך „פֿרױד און דער פּסיכאָאַנאַליז“ (בוענאָס־אײַרעס, 1971). פֿון פֿרױדס דײַטשישן „טריברעגונג“ (instinctual impulse) איז בײַ װײַנרײַכן געװאָרן „יצר־װעקונג“. אַזױ אַרום, האַלט זײַדמאַן, האָט װײַנרײַכס פֿאַרטײַטשונג פֿון פֿרױדס דײַטשיש געדינט װי אַ מין אַנטפּלעקונג פֿונעם טיפֿערן ייִדישן תּוך אין פֿרױדס טעאָריע, װאָס איז געװען פֿאַרבאַהאַלטן הינטער דעם דײַטשישן אױבערפֿלאַך.

װי אַ סך אַסימילירטע ייִדן, האָט פֿרױד סוף 1930ער יאָרן זיך אומגעקערט צו זײַנע ייִדישע װאָרצלען, בפֿרט נאָך היטלערס פֿאַרכאַפּן עסטרײַך. דעמאָלט האָט פֿרױד אָנגעהויבן שרײַבן וועגן דער ייִדישער געשיכטע און אַרויסגעגעבן זײַן לעצט בוך, „משה רבינו און מאָנאָטעיִזם“. פֿון לאָנדאָן האָט ער געשריבן צו װײַנרײַכן: „װידער אַ מאָל לעבט אונדזער פֿאָלק איבער שװערע צײַטן. זײ פֿאָדערן אַז מיר זאָלן מיט אַלע כּוחות אָפּהיטן אונדזער קולטור און למדות.“ דאָס הײסט, טײַטשט זײַדמאַן, אַז סײַ ייִדישיסטן און סײַ פּסיכאָאַנאַליטיקער מוזן געפֿינען מיטלען, װי אַזױ ממשיך צו זײַן זײער קיום אין גלות.

אין די 1930ער יאָרן, שרײַבט זי, „האָט זיך ייִװאָ  אָפּגעגעבן מיט זוכן דעם תּמצית ייִדישקײט דורך װיסנשאַפֿטלעכע מיטלען, װאָס זײַנען געװען ענלעך צו די, װאָס פֿרױד האָט געניצט אין זײַן פֿאָרשונג“. פֿרױדס ציל איז געװען צו אַנטדעקן די פֿאַרבאַהאַלטענע סודות פֿונעם איך, בעת װײַנרײַך האָט געפֿאָרשט די קאָלעקטיװע פּסיכאָלאָגיע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

מען קען נאָך צוגעבן, אַז װײַנרײַך איז ניט געװען דער ערשטער ייִדישער דענקער, װאָס האָט געהאַלטן ייִדיש פֿאַרן קערן פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט. בערך דרײַסיק יאָר פֿריִער האָט דער שרײַבער מיכה יוסף בערדיטשעװסקי געשריבן: „לשון־קודש קען יעדערער אױסלערנען, אַז ער קװעטשט אַ פּאָר יאָר די באַנק […], אָבער קענען ייִדיש, דאָס איז אַ מתּנת־יד, װאָס דערמיט מוז מען געבױרן זײַן.“

אין אַן אינטערװיו אין דער „ניו־יאָקר טײַמס“ אין 1985 האָט יצחק באַשעװיס געזאָגט, אַז „ייִדיש איז געװען ׳פֿרױדיאַן׳ פֿאַר פֿרױדן“. די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור, אָנהײבנדיק פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרימס ראָמאַן „די קליאַטשע“, האָט געהאַט אַ טיפֿן אינטערעס צו פּסיכאָלאָגישע חקירות. פֿרױדס טעאָריעס זײַנען געװאָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה און האָבן דעמאָלט שטאַרק באַװירקט ברוך גלאַזמאַנען, דעם סאַמע „אַמעריקאַנער“ צװישן אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער.

אָבער פֿרױד האָט אויך געהאַט קעגנערס בײַ די ייִדישע ליטעראַטן. דער סאַמע באַװוּסטער איז געװען דער שרײַבער און פּסיכאָלאָג פֿישל שניאורסאָן. אין זײַן חיבור „דער װעג צו מענטשן: די יסודות פֿון מענטש־װיסנשאַפֿט און די לערע פֿון נערװעזשקײט“ (1927) האָט ער געטענהט, אַז פּסיכאָאַנאַליז איז „באַלד אַרײַנגעפֿאַלן אינעם גרוב פֿון דאָגמאַטיש פֿיקסירן בלױז אײנצלנע פּסיכישע געביטן, פֿון װעלכע מ׳װיל ספּעקולאַטיװ־דאָגמאַטיש אַרױספֿירן די גאַנצע פּסיכישע פֿילגעשטאַלטיקײט.“ לױטן ייִחוס פֿונעם אַלטן רבין שניאור זלמן האָט שניאורסאָן געהערט צו די סאַמע פּני פֿון חב״ד, אָבער דערבײַ איז ער אױך געװען אַן אױסגעשולטער פּסיכיאַטער און געהאַט אַ דאָקטאָראַט אין פֿאָלאָסיפֿיע פֿונעם בערלינער אוניװערסיטעט. זײַן שיטה איז טאַקע געווען אַ גאָר אַנדערע פֿון פֿרויד. ווי מע זעט אין זײַן בוך האָט ער געפּרוּװט צונױפֿברענגען דעם חסידישן באַגריף פֿון רוחניות מיט די מעטאָדן פֿון דער מאָדערנער פּסיכאָלאָגיע און פּסיכיאַטריע.

שייכותדיקער אַרטיקל: פֿרויד אויף העברעיִש און ייִדיש

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.