Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דריטער נומער פֿון ליטעראַרישער צײַטשריפֿט „די גאָלדענע פּאַווע“ שוין דאָThe third issue of the literary magazine ‘Di goldene pave’ is out

דער איצטיקער נומער איז געװידמעט דער הײַנטיקער ייִדישער פּראָזע.

אין אַמסטערדאַם איז לעצטנס אַרױס דער דריטער נומער פון דער האַלב־יערלעכער ייִדישער ליטעראַטור־צײַטשריפֿט „די גאָלדענע פּאַװע“. די אױסגאַבע, אַן איניציאַטיװ פֿון דער „ייִדיש־פֿונדאַציע“, האָט זיך אָנגעהױבן מיט אַ יאָר צוריק און דערשײַנט צװײ מאָל אַ יאָר אױף ייִדיש און נידערלענדיש. צו דער רעדקאָלעגיע געהערן דער פּאָעט און אױטאָר דוד עומר כּהן; די ייִדיש־פֿאָרשערין און לערערין דניאלה זײַדמאַן מאַוער; די געבױרענע ייִדיש־רעדערין גלאָריאַ פֿײַן מאַקינק און דער ייִדיש־סטודענט יאַן דע פֿריס.

אין דעם נומער, װאָס איז געװידמעט דער הײַנטיקער ייִדישער פּראָזע, געפֿינען זיך פֿיר משלים פֿון מאָדערנער בעלעטריסטיק: אַ קורצע דערצײלונג אױפֿן נאָמען פֿון „הבֿל וריק“ (אַ פּסעװדאָנים פֿון אײנעם פֿון די אױטאָרן פֿון דער חרדישער אױסגאַבע „כװאַליעס“); אַ לענגערע דערצײלונג „שער־אהבֿה“ פֿונעם באַקאַנטן פֿאַרפֿאַסער און געװעזענעם פֿאָרװערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער; אַ דערצײלונג מיטן טיטל „לאָליטאַ“ פֿון דער יונגער ישׂראלדיקער איבערזעצערין און אַקאַדעמיקערין שירי שאַפּיראַ, און אַן אויסצוג פֿון עמיל קאַלינס נײַער נאָװעלע „צוזאַמענבראָך“, װאָס איז דערשינען בײַם ה. לײװיק־פֿאַרלאַג אין תּל־אָבֿיבֿ. דרײַ ישׂראלדיקע מומחים אױפֿן געביט פֿון ייִדיש האָבן צוגעגעבן נישט־פֿיקטיװע אַרטיקלען: אלי שאַרפֿשטײן, בערל קאָטלערמאַן און בני מער.

מען האָט אױך פֿאַרעפֿענטלעכט פּאָעזיע פֿון מיכאל לײַנװאַנד, װאָס האָט שױן אַרױסגעגעבן צװײ לידער־בענד בײַם ה. לײװיק־פֿאַרלאַג, און פֿון דער בערלינער דיכטערין יעל מערליני, װאָס האָט פּובליקירט לידעראױף איטאַליעניש, ענגליש און ייִדיש. חוץ דעם איז דאָ אַן אינטערװיו מיט דער ניו־יאָרקער זינגערין ריקי רױז, אַן אַמאָליקער מיטאַרבעטערין פֿונעם פֿאָרװערטס וואָס קומט פֿון אַ סאַטמערער משפּחה; צװײ אַרטיקלען פֿון װעלװל טשערנין װעגן ייִדיש־אוקראַיִנישע באַציִונגען און אַן עסיי פֿון דוד עומר כּהן װעגן דער געשיכטע, דעם הײַנט און דער צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן ראָמאַן אינעם 21סטן יאָרהונדערט.

גאָר אַ באַזונדער אָפּטײל איז די סטודענטישע רובריק: דניאלה זײַדמאַן־מאַוּער, װאָס לערנט ייִדיש אין אַמסטערדאַמער אוניװערסיטעט, האָט געבעטן אירע סטודענטן זיך צו באַטײליקן אין דעם דאָזיקן נומער מיט כּל־מיני טעקסטן אין פֿאַרשײדענע זשאַנערן. אין דער רובריק געפֿינט מען אַ קאָליריקן מישמאַש פֿון היסטאָרישע, אַקטועלע, אױטאָ־ביאָרגראַפֿישע און אַפֿילו פּאָעטישע טעקסטן, װאָס שפּיגלען אָפּ די שטימע פֿון אַ צוקונפֿטדיקן דור ייִדיש־ליבהאָבערס און אפֿשר אַפֿילו „פּראָפֿעסיאָנעלע“ ייִדישיסטן.

סוף־כּל־סוף האָט זײַדמאַן־מאַוּער צוזאַמען מיט עומר כּהן אַרױסגעגעבן פֿון דאָס נײַ דעם ייִדישן טעקסט, באַגלײט פֿון אַ געגראַמטער איבערזעצונג אױף נידערלענדיש, פֿון אַ פֿאַר־מלחמהדיקער באַאַרבעטונג פֿון דער גױיִשער מעשׂה „װײַסשנײעלע“ פֿונעם לאָדזשער מחבר און שול־דירעקטאָר יוסף ראַװין (1890 – 1937), װעלכער האָט אָנגעשריבן אַ סך אַזעלכע באַאַרבעטונגען פֿאַרן קינדער־טעאַטער. צוזאַמען מיט אירע תּלמידים האָט דניאלה זײַדמאַן־מאַוּער אױפֿגעפֿירט די דאָזיקע פּיעסע אינעם טעאַטער פֿונעם אַסמטערדאַמער אוניװערסיטעט.  אָט איז אַן אויסצוג דערפֿון:

אױפֿן װעבזײַטל פֿון דער „ייִדיש־פֿונדאַציע“ קען מען אַראָפּנעמען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל דרײַ פֿראַגעמענטן פֿונעם נומער און זיך צוהערן צו אױדיאָ־װערסיעס, װעלכע זײַנען פּראָדוצירט געװאָרן פֿון גלאָריאַ פֿײַן־מאַקינק אויף אַן עכטן ליטװישן ייִדיש.

װער ס׳װיל באַקומען די צײַטשריפֿט, קען שיקן אַ בליצבריוו צו: [email protected] צו װערן אַן אונטערשטיצער פֿון דער פֿונדאַציע.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.