ייִדיש אין ציריך: אַ נײַע היים פֿאַר אַן אַלטער שפּראַךYiddish in Zurich: A new home for an old language
אויף אַן אָפּשערעניש לעצטנס האָט די משפּחה גערעדט ענגליש און שווייצער דײַטש, אָבער די צערעמאָניע האָט מען געפֿירט אויף ייִדיש

דער חדר „בית שלמה יחיאל“, וווּ די לערערינס רעדן דײַטש מיט די קינדער און די מלמדים — ייִדיש Photo by Chaya Nove
דער אַרטיקל איז אָגעשריבן אין חסידישן ייִדיש.
ווען לינגוויסטן רעדן וועגן דעם היינטיגן חסידישן אידיש ארום דער וועלט, קאנצענטרירן זיי זיך געווענליך אויף די באװאוסטע צענטערס: ניו יארק, ירושלים, אנטווערפן, לאנדאן און מאנטרעאל.
אבער אויך אין װייניגער־באקאנטע קהילות ארום דער וועלט, אריינגערעכנט דייטש-רעדנדיגע ערטער וואו אידיש איז לאנג צוריק אויסגעשטארבן, זעט מען היינט אן אויפלעבונג פון דער אידישער שפראך, צום טייל באאיינפלוסט דורך חסידישע אידן וואס האבן זיך דארט באזעצט נאך דער צווייטער וועלט מלחמה.
פאר א יאר איז מיר אויסגעקומען זיך צו באקענען א ביסל מיט איינער פון זיי, ווען די אנפירערין פון יונג ייִדיש ווין, פּראפ׳ אסתר סענדרוי, האט מיך געלאדנט צו געבן א רעפעראט. פארברענגענדיג שבת מיט די ווינער חסידים, האב איך געטראכט אז עס וואלט באמת געווען כדאי אויסצופארשן — נישט אום שבת גערעדט — חסידיש אידיש אין אזעלכע פלעצער.
אין „יונג ייִדיש“ האב איך באגעגנט, צווישן אנדערע, פראפעסער ד״ר גוידא זיילער, א לינגוויסט פון דעם אוניווערסיטעט ציריך. זיילער האט א שטארקע אינטערעסע אין ציריכן אידיש, און װיל אנטװיקלען א פארש־פּראיעקט צו פארשטיין וויאזוי עס פונקציאנירט אין דער פיל-שפראכיגער שווייצער סביבה. היי יאר האט ער מיך פארבעטן צו קומען קיין ציריך אויף א דאפלטע מיסיע: צו געבן א רעפעראט אינעם אוניווערסיטעט, און אנצוהייבן איינפעדעמען א קשר צווישן די פארשער און די ארטיגע אידיש רעדערס. און אזוי האט פאסירט אז דעם זומער האב איך זיך געפונען אין א פליגער קיין שווייץ, גרייט צו דערגיין וואס עס טוט זיך אפ אינעם דאזיגן ווינקל פון דער אידישער וועלט.
אינעם 17טן יארהונדערט האט מען אין שווייץ געלאזט אידן וואוינען בלויז אין צוויי דערפער, ענדינגען און לענגנאו. ווען די גזירה איז אפגערופן געווארן אין 1866, האבן זיך אידן ווידער פארשפרייט איבערן גאנצן לאנד. רעדן האבן זיי לכתחילה גערעדט א מערב-אידישן דיאלעקט, אבער אינעם 20סטן יארהונדערט האבן רוב אידן שוין געהאט געביטן זייער לשון צו דייטש.
כאטש עס זענען שפעטער צוגעקומען אידישע אימיגראנטן פון מזרח-אייראפע, איז דער כאראקטער פון דער שווייצער אידנטום פארבליבן „יעקיש“, מיט מערב-אייראפעישע מנהגים און מאדערנעם לבוש, אפשפיגלענדיג זיינע טיפע אשכנזישע שורשים. א דאנק דער שווייצער נייטראליטעט האבן רוב אידן איבערגעלעבט די קריג. דערפאר קען מען אין שווייץ נאך טרעפן משפחות וואס ציען זיך צוריק עטליכע דורות, און זי איז איינע פון די לעצטע פארבליבענע יעקישע קהילות פון פאר דער מלחמה.
אזוי ווי ביי רוב פרומע אידן אין די קלענערע קהילות, טרעפן ציריכע בחורים און מיידלעך אפט שידוכים פון אנדערע לענדער, און צומאל פון אנדערע ארטאדאקסישע קרייזן. ווי די תושבים געבן איבער, זעט מען אין די לעצטע יארן מער שידוכים צווישן ציריכער מיידלעך און חסידישע בחורים פון אויסלאנד. לויטן חסידישן מנהג, באזעצט זיך דער יונגער פארפאלק געווענליך דארט וואו די כלה איז אויפגעוואקסן. מען קען טאקע זען א וואקסענדע השפעה פון חסידישקייט אפילו ביי די מער יעקישע משפחות, ווי דער יונגער דור גייט אפט מיט א מער חסידישן לבוש.
פיל חסידישע טאטעס און מאמעס רעדן אויך מיט זייערע קינדער אין דער היים אידיש, אזוי אז דער אידיש טוט זיך שטילערהייט פארשפרייטן. ווי אין אנדערע אידיש-רעדנדיגע קהילות ארום דער וועלט, לייענט מען אין פיל ציריכע שטיבער אידישע צייטונגען און מאגאזינען וואס ווערן פובליצירט, בדרך כלל, אין אמעריקע, און מען הערט זיך צו צו דער זעלבער מוזיק. כמעט אלע ציריכער בחורים פארברענגען עטליכע יאר אין אידיש-רעדנדיגע ישיבות אין אויסלאנד. אזוי האט אידיש אין דער ציריכער קהילה באקומען א שטיקל חשיבות, איבערהויפט ביי די מענער.
כאטש דער אריגינעלער פלאן איז געווען אז איך וועל זיין דער וואס וועט פארבינדן די פארשער מיטן קהילה, האט די השגחה אזוי געפירט אז קורץ איידער איך בין אנגעקומען האט זיך ד״ר זיילער באקענט מיט עטלעכע מענטשן פון דער קהילה. דורך זיי האב איך זיך באקענט מיט א פאר ציריכער פרויען. איינע פון זיי, די לערערין, פראו תמר פישער, האט ערלעדיגט אז איך זאל קענען באזוכן פיר פון די מוסדות התורה.
אין חדר תשב”ר, וואו אלע ארטאדאקסישע אינגלעך לערנען ביז די זעקס-זיבן יאר, רעדן די לערערינס מיט די קינדער מערסנטס אויף דייטש, די מלמדים אויף אידיש, און די קינדער מישן עטליכע שפראכן אן אריינטראכטן צופיל. איך האב דארט מיטגעהאלטן אן אפשערן (זיי רופן עס א חלאקה) ביים באליבטן מלמד ר’ נפתלי מייסליג, א ווארימען, לעבעדיגן חסיד. די משפחה פונעם אינגל וואס מ’האט אפגעשוירן איז געווען א לעבעדיגער ביישפיל פון די קולטורעלע אנטוויקלונגען אין דער קהילה.
דריי דורות זענען געווען אנוועזנד: די באבע און זיידע — ער אן אפגעגאלטער, מיט א האמבורגער הוט און א מאדערנעם סוט (אנצוג); די מאמע און דער טאטע. דער טאטע האט געהאט א בארד, א קראך הוט געבויגן אויף אראפ, און קורצע פאות הינטער די אויערן; און די צוויי עלטערע ברידער פונעם אינגל, ביידע מיט לאנגע געקרייזלטע פאות, דאס בחורל מיט’ן הוט געבויגן אויף ארויף.
צווישן זיך האט די משפחה גערעדט ענגליש און א ביסל שווייצער דייטש, אבער דער חלאקה איז אנגעפירט געווארן אינגאנצן אויף אידיש און אלע האבן מיטגעהאלטן. אויף דער וואנט פון חדר הענגען מצווה-צעטעלעך וואס די עלטערן שיקן אריין, געשריבן אויף דריי שפראכן – רוב דייטש, אבער אויך ענגליש און אידיש.
„אין ציריך איז אלעס מעגליך װייל ס׳איז דא שלום צװישן די אידן,“ האט מיר געזאגט א 85-יעריגער פרוי, מרת גוטמאן, אין נאמען פונעם שװייצער גדול רב משה סאלאווייטשיק זצ״ל, װאס האט אנגעגעבן דאס שװייצער אחדות אלס א סיבה פארװאס די מלחמה איז נישט דארט אנגעקומען.
דאס זענען נישט בלויז שיינע ווערטער. ביים יערליכן דינער (באנקעט) לטובת תשב”ר, וואו איך בין בייגעווען דאס מאל, זיצן די חסידים און די יעקעס און פארברענגען צוזאמען. אין די אידישע שולע לערנען ארטאדאקסישע מיידלעך פון אלע קרייזן אין די זעלבע קלאסן. אין א לעצטיגע אונטערנעמונג ארבעטן די פירערס פון אלע ארטאדאקסישע געמיינדעס האנט ביי האנט צוצושטעלן א כשרע ערוב אין שטאט. מרת גוטמאן האט מיר דערציילט מיט התפעלות אז װען די חסידים האבן לעצטנס געעפנט אן אייגענע שולע פאר אינגלעך האט דער נשיא פון די יעקישע געמיינדע גערעדט ביים אבן הפּינה אזוי װארעם װי עס װאלט געװען זיין אייגענער מוסד.
דער עמאציאנעלער הויכפונקט פון מיין באזוך איז געווען ביי מיין לעקציע אינעם אוניווערסיטעט. אריינקומענדיג אינעם זאל האב איך באגעגנט נישט בלויז די סטודענטן און פּראפעסארן וואס איך האב ערווארט, נאר אויך היימישע פנימער: מיינע קוזינעס און אנדערע מיטגלידער פון די ציריכער קהילה מיט װעמען איך האב זיך נארװאס באקענט. עס האט מיך באהערשט א זעלטענע געפיל פון שלמות. יארן לאנג האב איך די צוויי וועלטן געהאלטן אפּגעטיילט — דא מײן אקאדעמישער לעבן, דארט מיין אידישקייט. יעצט, צום ערשטן מאל, האב איך גערעדט וועגן מיין פארש-ארבעט פאר אן עולם וואס רעכנט אריין מיטגלידער פון מיין אייגענעם קרייז. דא בין איך נישט די פארשערין אדער די חסידישע פרוי, נאר ביידע צוזאמען.
וואס איז די צוקונפט פון אידיש אין ציריך? וועט עס שלאגן נאך טיפערע ווארצלען און ווערן מער פארשפרייט? וועט עס מיט דער צייט ווערן מער ענליך צו דער אידיש וואס מען רעדט אין אנדערע חסידישע קהילות, אדער גאר אנטוויקלען נייע אייגנשאפטן אונטער דער השפעה פון דייטש? װען עס קומט צו שפּראכן קען קיינער נישט פאראויסזאגן וואס דער מארגן וועט ברענגען. ס’איז אבער קלאר אז ציריך פארדינט א פלאץ אויף דער אידישער שפראך-מאפע.