קען מען זײַן פֿרום און פּאָליטיש לינק־געשטימט? איין אָרגאַניזאַציע זאָגט אַז יאָCan an observant Jew be politically left? This organization says yes
אויף דער קאָנפֿערענץ האָט מען געזוכט אין דער הלכה יענע פּרינציפּן װאָס זײַנען נישט נאַציאָנאַליסטיש, נאָר הומאַניסטיש און מאָראַליש.

Photo by Gili Getz
זונטיק, דעם 20סטן יולי, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט מיטגלידער פֿון „די הלכהשע לינקע“ — אַ גרופּע פֿרומע פֿון לינקן פּאָליטישן פֿליגל, כּדי זיך צוצוהערן צו תּורה־ און פֿאָרשונג־רעפֿעראַטן מיט אַ שײַכות צו דער ברענענדיקער טעמע װאָס האָט די גרופּע אױספֿאָרמירט: די מאַסן־הריגות פֿון דער ציװילער באַפֿעלקערונג אין עזה.
די גרופּע, װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין 2024, האָט װי אַ ציל דאָס „בײַטן דעם שמועס װעגן ישׂראל און פּאַלעסטינע בײַ פֿרומע ייִדן.“ די רעדנערס האָבן זיך צוגעהערט צו פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשײדענע אינסטיטוציעס, צװישן זיי — „הדר“; דעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר“ פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג; דעם אומפּאַרטײיִשן „היברו קאַלעדזש“, און דער אָרטאָדאָקסישער ישיבֿה „ישרות“. אַקאַדעמיקערס פֿון אַ רײ אוניװערסיטעטן זײַנען אױך געװען צװישן די רעדנערס.
אױף דעם דאָזיקן „פֿאָרום פֿון די הלכהשע לינק־געשטימטע“, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין גרױסן זאַל בײַ דער שיל „בני ישורון” אין ניו־יאָרק, זײַנען בײַגעװען 150 מענטשן אויפֿן אָרט, און נאָך אַ טױזנט האָבן זיך צוגעהערט װירטועל (איך צװישן זײ). טײל פֿון די רעפֿעראַטן זײַנען געװען געצילעװעט אױפֿן פּאָליטישן מצבֿ אין מדינת־ישׂראל. הרבֿ אַריה כּהן, אַ פּאָליטיש אַקטיװער פּראָגרעסיווער רבֿ און פּראָפֿעסאָר אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט װאָס האָט זיך פֿאַרטיפֿט אין דער באַציִונג צװישן דער הלכה און דעם באַגריף דעמאָקראַטיע, בפֿרט בקשר מיט ישׂראל. אױב די תּורה הײסט ייִדן באַשטימען אַ מלך, אָבער אַ מלך איז הײַנט נישט אָנגענומען װי אַ פּראָגרעסיװע פֿאָרעם פֿון רעגירונג, װי אַזױ קען מען לײזן די סתּירה? דערצו נאָך, װי אַזױ קען מען אײַנשטימען די הײַנטיקע מעשׂים פֿון ישׂראל מיט די אידעאַלן פֿון דעמאָקראַטיע און דער הלכה?
הרבֿ כּהנס צוגאַנג איז געװען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער קאָנפֿערענץ: זוכן אין דער הלכה יענע פּרינציפּן װאָס זײַנען בפֿירוש נישט נאַציאָנאַליסטיש, נאָר הומאַניסטיש און מאָראַליש.
בײַ אַן אַנדער סעסיע האָט מען געשטעלט פֿראַגעס װעגן פּראָטעסט און קאָמונאַלע נאָרמעס. ראַבײַ אַלען ליפּסאָן האָט אַרומגערעדט דעם הלכישן באַגריף חרם און װי אַזױ מע קען דאָס פֿאַרגלײַכן, אָדער ניצן, װי אַן אופֿן אַרומצורעדן בױקאָטן קעגן ישׂראל. צװישן אַנדערע, האָט ער אַרױסגעהױבן אַ חיובֿ, לױט טײל פּוסקים, אַז דער מוחרם (דער, װאָס מע לײגט אין חרם) זאָל קענען האָבן אַן אופֿן זיך צו באַפֿרײַען דערפֿון, אױב ער פֿאָלגט געװיסע, קלאָרע פֿאָדערונגען.
דער היסטאָריקער אַלבערט קאָהן האָט פֿאַרסך־הכּלט די געשיכטע פֿון „עיכּובֿ־תּפֿילה“, אַ מינהג פֿון מיטלעלטער־אַשכּנז װוּ, כּדי אױסצודריקן אַ טענה צו קהל, האָט אַ ייִד אָדער ייִדענע נישט געלאָזט װײַטער דאַװנען אָדער לײענען תּורה בציבור. כאָטש מע האַלט מער נישט אַזאַ מינהג, שטעלט ער מיט זיך פֿאָר אַ בײַשפּיל, װי אַזױ מע קען אַרױסברענגען אָפּאָזיציע בשעתן בלײַבן אין דער קהילה.
פֿאָרגעשטעלט האָט מען אױך הלכה למעשׂה — אַ פּראַקטישן פּסק. װאָס טוט דער פֿרומער, פּראָגרעסיווער ייִד, װאָס פֿאָרט צו װאָלונטירן לטובֿת די פּאַלעסטינער אין מערבֿ־ברעג, אין אַזאַ פּראָגראַם װוּ מע פּרוּװט זײ באַשיצן קעגן די קאָלאָניסטן, און װערט פֿאַרבעטן אױף אַ בציבור־מאָלצײַט װאָס איז ספֿק כּשר? עס גײט נישט אין סתּם פֿאַרברענגען אין אַ רעסטאָראַן לשם הנאָה. דאָס טײלן זיך מיט אַ מאָלצײַט, האָט באַמערקט הרבֿ לעקסי באָוצום פֿון „ישרות“, דינט אַ װיכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע ראָלע און איז אַ הױפּט־אופֿן צו פֿאַרברענגען צײַט פֿאַר אָרעמעלײַט אין די שטחים. שטעלט זיך די פֿראַגע: מעג מען עסן װעגעטאַרישע עסנס, צוגעגרײטע פֿון פּאַלעסטינער, בײַ אַזאַ קאָלעקטיװן מאָלצײַט? באַניצנדיק פֿאַרשײדענע היתּרים, האָט הרבֿ באָוצום אױסגעמאָלט אַזאַ סצענאַר, װוּ אַ װאָלונטיר װאָלט יאָ געקענט עפּעס עסן.
כאָטש דער עיקר פֿון דער פֿאַרזאַמלונג איז טאַקע געװען הלכה, איז קולטור אױך געװען אַ שמועס-טעמע. װי אַזױ שאַפֿט מען אַ מאָראַלישע, פֿרומע געזעלשאַפֿט? װי אַזױ זאָלן די מיטגלידער פֿון דער גרופּע זיך אונטערשײדן פֿון זײער הײמשילן, װוּ זײ פֿילן זיך אָפֿט מאָל נישט אױפֿן אָרט? בקיצור, װי אַזױ קען מען אױסגעפֿינען קולטור־אַלטערנאַטיװן צום ציוניסטישן סטאַטוס־קװאָ?
דער ספֿרדישער מוזיקאָלאָג אײַזיק טרוהערץ האָט געגעבן עטלעכע בײַשפּילן: ערשטנס, דער אױסגעטראַכטער באַגריף פֿון „ישׂראל־טענץ,“ װאָס האָט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון די טראַדיציאָנעלע טענץ וואָס ייִדן פֿון פֿאַרשײדענע לענדער האָבן געטאַנצט,, װי אױך די אַבֿדה פֿון כּלערליי מינהגים פֿון תּורה־לײנענען בײַ ספֿרידשע ייִדן צוליבן ישׂראלדיקן סטאַנדאַרד.
די רעדעס אױפֿן „פֿאָרום“ האָבן זיך קאָנצענטרירט אױף הלכה. איין רעדנער אָבער, רפֿי מאַגעריק, אַן ענגליש־פּראָפֿעסאָר אין שיקאַגע, האָט געהאַלטן, אַז דער צונױפֿקום איז אױך געװען װיכטיק פֿאַר אידעאָלאָגישער חבֿרשאַפֿט. „דאָס, װאָס װערט אָפּגעטאָן, און צו װאָס מע שטימט צו, איז אַ מאָראַלישע קאַטאַסטראָפֿע. אין עזה װערן די פֿאַרהונגערטע אין דער ברױטליניע ממש דערשאָסן דורך סאָלדאַטן.“
מאַגעריק האָט באַדויערט וואָס ס׳רובֿ פֿרומע ייִדן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן שטעלן זיך נישט קעגן דער מלחמה: „מע מוז זאָגן אַז די תּורה נעמט אױך אַרײַן אַנדערע געדאַנקען — פֿון חסד אַנשטאָט נאַציאָנאַליזם, וואָס פֿאַרבאָט שטרענג דאָס מאָרדן און גנבֿענען.“
די הלכהשע טראַדיציע איז אַ קאָמפּליצירטע און נישט אַלע מאָל אַ מאָראַלישע. די פּראָגרעסיווע פֿרומע זײַנען אַלײן אַ מינאָריטעט צװישן ייִדן. דער דאָזיקער פֿאָרום האָט נישט אױסגעפֿונען אַן אופֿן װי צו לײזן די קאָנפֿליקטן צװישן מאָראַל און הלכה, נאָר פּשוט אַוועקגעשטעלט אַן אָרט פֿאַר װײַטערדיקע דיסקוסיעס.