ליד: קאַפּטשאַ־קאָמיטעט (אַנטי־פּאָסט־פּאָסט־)Poem: The Captcha Committee (anti-post-post-)
דזשייק שנײַדערס ליד כאַפּט אויף די קאַלטע אַנאָנימקייט פֿון דעם זיכערהייט־מיטל וואָס איז אונדז אַלעמען באַקאַנט.

Photo by Rukhl Schaechter
זענט איר איצטער, אָדער
זענט איר אַ מאָל געװען,
אַ ראָבאָט־רעװאָלוציאָנער?
קלײַבט אױס אַלע קװאַדראַטן
אין װעלכע עס געפֿינט זיך
סינטעטישע פּראָפּאַגאַנדע.
סקאַנירט די כמאַרע פּינטעלעך
מיט אײַער ממשותדיקן טעלעפֿאָן
און קלאַפּט אַרײַן די זעקס געהײמע ציפֿערן.
לײגט דעם פֿאַרשװיצטן
שפּיץ פֿינגער אױפֿן פֿינגער־
צײכן־לײענער. ביטע!
אײַער פּנים האָט מען נישט
דערקענט. דערנענטערט
זיך און קוקט אונדז אין די אױגן.
אַהאַ! אַ משיח־מאַשין!
מיר האָבן אײַך געכאַפּט,
איר בײזער ראָבאָט!
דער פֿאָרזיץ פֿון קאָמיטעט
הייסט אײַך אױסרעכענען
אַלע ראָבאָטישע קאַמאַראַדן.
אויף װאָסערע פּראָגראַמיר־
שפּראַכן קאָמוניקירט איר זיך
מיט די מאַשינישע מיטקעמפֿערס?
מיט װאָס פֿאַר אַ װירטועלן װײַן
„באַגיסט“ איר די עלעקטראָמאַגנעטישע פֿעלדער
פֿון אײַערע קאָסמישע סערװער־פֿאַרמען?
צי זענט איר פּאָסט־װערנאַקולאַר?
צי זענט איר פּאָסט־נאַציאָנאַל?
צי זענט איר פּאָסט־דעמאָקראַטיש?
פּאָסט־מענטשלעך?
פּאָסט־ביאָלאָגיש?
פּאָסט־קלימאַטיש?
װאָס פֿאַר אַ פּאָסט־פּאָסט־
דיסטאָפּישע צוקונפֿט
האָט איר דען אין זינען? האַ?
2025