נײַ בוך וועגן אַמאָליקן ניו־יאָרק איז ווי אַ סעודה פֿאַר ייִדישיסטןNew book about old New York City is like a feast for Yiddishists
דער מחבר הענעך סאַפּאָזשניק איז אַ גאָר פֿעיִקער װעגװײַזער איבער אַ פֿאַרלוירענער װעלט.

הענעך סאַפּאָזשניק מיט זײַן בוך וועגן דעם פֿאַרשוווּנדענעם ייִדישן ניו־יאָרק Photo by Bruce Crownover
דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.
מיט אַרום אַ יאָר צוריק בין איך געװױר געװאָרן אַז הענעך סאַפּאָזשניק האַלט אין שרײַבן אַ בוך װעגן דעם פֿאַרשװוּנדענעם ייִדישן ניו־יאָרק — דאָס הײסט, װעגן דער תּקופֿה װען מיליאָנען ייִדן אין ניו־יאָרק האָבן געאַרבעט, געלײענט און פֿאַרבראַכט אױף ייִדיש. בײַ מיר איז די דאָזיקע װעלט נאָענט פֿאַרבונדן מיט די איבערלעבונגען פֿון מײַנע אייגענע ייִדיש־רעדנדיקע זײדע־באָבעס, װאָס האָבן עמיגרירט קײן ניו־יאָרק פֿון מיזרח־אײראָפּע. האָב איך דערפֿאַר אַ גרױסן אַפּעטיט צו „ניו־יאָרק אױף ייִדיש“ (כאָטש איך אַלײן װױן אין באָסטאָן), און כ׳האָב שטאַרק אַרױסגעקוקט אױף סאַפּאָזשניקס בוך.
איצט קען מען שוין קויפֿן The Tourist’s Guide to Lost Yiddish New York City, און איך אַליין האָב שוין אין די הענט אַן עקזעמפּלאַר דערפֿון. דאָס בוך איז װי אַ פֿולער מאָלצײַט מיט פֿיר געשמאַקע גענג׃ עסן, אַרכיטעקטור, מוזיק און טעאַטער. יעדער אָפּטײל איז אָנגעפּאַקט מיט מעשׂיות און לעבעדיקע פּערזענלעכקײטן, אונטערגעשטיצט פֿון סאַפּאָזשניקס ברײט־פֿאַרנעמיק מבֿינות און אױסשעפּיקער פֿאָרשאַרבעט.
דער װײַטערדיקער מוסטער וועט אײַך שוין געבן אַ שטיקל טעם פֿון דער „סעודה“.
* * * * * *
אינעם „עסן“־אָפּטײל פֿונעם בוך געפֿינט זיך אַ קאַפּיטל װעגן „טשאָנקי שאָקאָלאַד-טעוועלעך“ — אַ באַרימטער נאַש װאָס איך האָב אַליין ליב געהאַט װי אַ קינד. לאַנג צוריק האָט מײַן טאַטע מיר דערצײלט אַז זײַן ייִדיש־רעדנדיקע באָבע, מיני, האָט געאַרבעט אין דער „טשאָנקי“ פֿאַבריק אױף דער איסט־סײַד. װען מײַן טאַטע איז קינדװײַז בעת די 1940ער און פֿריִע 1950ער יאָרן געפֿאָרן צו גאַסט צו מיניס דירה, האָט זי אים אַלע מאָל געשאָנקען אַ קעסטל פֿול מיט צעבראָכענע, אָפּגעװאָרפֿענע שטיקלעך טשאָנקי, װאָס מען האָט דערלױבט די אַרבעטער אַהײמצונעמען.
נאָך דעם ווי איך האָב באַקומען סאַפּאָזשניקס בוך האָב איך געװיזן דעם טאַטן דאָס בילד פֿון דער „טשאָנקי“־פֿאַבריק אויף 200 דעלענסי סטריט. תּיכּף האָט ער זיך דערמאָנט אַז ער איז אַהין געגאַנגען אַ פּאָר מאָל מיט דער באָבען. ער האָט אָבער נישט געװוּסט אַז דאָס „טשאָנקי“־טעװעלע האָט פֿאַרטראַכט אַ ייִדיש־רעדנדיקער אימיגראַנט פֿון גאַליציע, פֿיל סילװערשײַן. פֿון סאַפּאָזשניקס בוך האָט ער זיך אויך דערוווּסט, אַז סילװערשײַן האָט באַשלאָסן אַרײַנצוגעבן ראָזשינקעס מיט מאַנדלען אין די „טשאָנקי“־טעוועלעך לכּבֿוד דעם באַרימטן ליד פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס אָפּערע „שולמית“. סאַפּאָזשניק באַשרײַבט װי סילװערשײַן האָט אַפֿילו אונטערגעשטיצט אַ „טשאָנקי“ ראַדיאָ־פּראָגראַם אױף WEVD, װאָס האָט געשפּילט גאָלדפֿאַדענס אָפּערעס.
פֿאַרשטײט זיך, אַז ס׳האָט מיך אויך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט דאָס קאַפּיטל אינעם „אַרכיטעקטור“־אָפּטײל װעגן דעם פֿאָרװערטס־בנין. די געבײַדע אויף 175 איסט בראָדװײ, װאָס איז געענדיקט געװאָרן אין 1912, איז יאָרן לאַנג געווען די הױפּטקװאַרטיר פֿון דער צײַטונג (דעמאָלט ווען ס׳איז געווען אין גאַנצן אױף ייִדיש) — אין אײנעם מיט אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אַזױ װי דער אַרבעטער רינג און דער טעאַטער „פֿאָלקסבינע“.
אַ פּאָר זאַכן האָב איך שוין געוווּסט װעגן דעם בנין; למשל, אַז פּאָרטרעטן פֿון קאַרל מאַרקס און פֿרידריך ענגעלס באַצירן דעם אַרײַנגאַנג. אָבער כ׳האָב קײנמאָל נישט געהערט די געשיכטע פֿון זומער 1911, װען מען האָט פֿאַרברײטערט און איבערגעבױט דעם בנין. די גראָבערס האָבן אַנטפּלעקט אַ קאַנאַל אונטער דער גאַס, און האָבן במשך פֿון עטלעכע הײסע טעג אױסגעפּאָמפּעװעט גײַזערס קאַלט, רײן װאַסער. טױזנטער מענטשן האָבן זיך באַװיזן מיט פֿלעשער און עמערס כּדי זיך צו דערקוויקן מיטן פֿרישן װאַסער, און קינדער האָבן זיך געשפּילט אין דער נאַסער גאַס.
ס’איז אױך געװען אַ חידוש אַז אָנהייבנדיק פֿון 1925 איז אויפֿן פֿאָרװערטס־בנין געשטאַנען אַ ריזיקער נעאָנשילד, מיטן נאָמען פֿון דער צײַטונג אױף ענגליש און ייִדיש. דער שילד האָט זיך אָנגעזען אַזש ביז ברוקלין.
סאַפּאָזשניק איז אַ באַקאַנטער מומחה אין דער ייִדישער פּאָפּולערער מוזיק — אױפֿן ראַדיאָ, אױף דער בינע און אױף פּלאַטעס — איז דער „מוזיק“־אָפּטײל פֿון זײַן בוך ספּעציעל אינטערעסאַנט. בײַ מיר איז דאָס קאַפּיטל װעגן חזנטעס געװען אַן אמתער סורפּריז. קײן אַנונג האָב איך נישט געהאַט אַז עטלעכע פֿרױען צווישן די 1920ער און די 1940ער יאָרן (און אַפֿילו נאָך שפּעטער) האָבן אױפֿגעטראָטן װי חזנטעס אין געפּאַקטע קאָנצערטזאַלן. אין די שילן האָבן פֿרויען נישט געדינט ווי אַ שליח ציבור ביז 1975, װען מע האָט אײַנגעאָרדנט די ערשטע פּראָפֿעסיאָנעלע חזנטע.
פֿאַר דעם האָבן די חזנטעס אויפֿגעטראָטן אױף דער בינע און אױפֿן ראַדיאָ, אָבער זײ זײַנען נישט געװען סתּם פֿאַרװײַלערס. דאָס רובֿ האָבן געשטאַמט פֿון חזנישע משפּחות. זײ זײַנען געװען שטאַרק באַהאַוונט אין חזנות, און האָבן אַפֿילו געטראָגן יאַרמלקעס און טליתים בײַם אױפֿטרעטן. דער גרעסטער טײל האָט געהיט שבת, און געהאַלטן חזנות פֿאַר אינטעגראַל צו זײער אמונה.
בײַ מיר איז סאָפֿי קורצער באַזונדערש אױסערגעװײנטלעך. כאָטש זי האָט זיך געהאַלטן ווי אַ טייל פֿון דער אָרטאָדאָקסישער ייִדישער וועלט, האָט זי בעת די 1920ער יאָרן זיך רעקלאַמירט אין די ייִדישע צײַטונגען װי „נאָך גײַסטיקער“ װי חזנים. זי האָט פֿאַרבעטן פֿרױען צו אירע קאָנצערטן, כּדי זיי צו ווײַזן אַז ווײַבער קענען זײַן פּונקט אַזוינע פֿעיִקע חזנים ווי מאַנסבילן — אױב נישט „נאָך פֿילעװדיקער“, אויף אַזוי ווײַט אַז מע קען אַזש דערפֿילן „רמזים פֿון גן־עדן“. אין 1921 האָט זי אויפֿגעטראָטן פֿאַר נישט ווייניקער ווי צװײ טױזנט מענטשן. זי האָט אויך רעקאָרדירט עטלעכע פּלאַטעס חזנות, װאָס סאַפּאָזשניק האָט אַנטדעקט און אַרױסגעגעבן אין 1994.
זײער אַן אַנדער קוקװינקל אױף פֿרױען געפֿינט זיך אינעם „טעאַטער“־אָפּטײל, בײַם קאַפּיטל װעגן „יענטע טעלעבענדע“. דער דאָזיקער אױסגעטראַכטער פּערסאָנאַזש איז געשאַפֿן געװאָרן פֿונעם סאַטיריקער ב. קאָװנער (יעקבֿ אַדלער) אין פֿעליעטאָנען פֿונעם פֿאָרװערטס אין 1913, און איז גיך אַרײַן „אין דער שוסטערגאַס“. די געשיכטע פֿונעם נאָמען „יענטע“ איז קאָמפּליצירט, װי סאַפּאָזשניק דערקלערט, אָבער ער מײנט מער־װײניקער אַ שטאַרקע ייִדענע, אַ פּלוידערזאַק, װאָס זאָגט זיך אַרױס ממש װעגן אַלצדינג. נישט קיין חידוש וואָס יענטע טעלעבענדע האָט זיך שטענדיק אַרומגעטראָגן מיט אַ װאַלגערהאָלץ!
נאָך פֿיר יאָר פֿון ב. קאָוונערס פֿעליעטאָנען, בײַ וועלכע יענטע האָט געפּײַניקט איר אומגליקלעכן מאַן, איז זי דווקא געװאָרן אַ „שטערן“ אױף דער ייִדישער בינע. דער באַרימטער אַקטיאָר און רעזשיסאָר באָריס טאָמאַשעפֿסקי האָט זיך אונטערגענומען אַ טעאַטראַלישע באַאַרבעטונג פֿון יענטעס אַװאַנטורעס וואָס האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם. אין 1922 האָט מען אױסגעפֿירט נאָך אַ בינע־באַאַרבעטונג דערפֿון, דאָס מאָל מיט אַ בראַװאָ־מאָמענט פֿון טאָמאַס לאַרו דזשאָנז, דעם „שװאַרצן חזן“ (װעגן אים קען מען לײענען אַ גאַנץ קאַפּיטל אין סאַפּאָזשניקס בוך). מער װי הונדערט פּלאַטעס זײַנען רעקאָרדירט געװאָרן מיט סקעטשן און געזאַנגען פֿון די בינע־נוסחאָות פֿון אָט דער יענטע טעלעבענדע.
אַלץ װאָס איך האָב אױבן באַשריבן איז אָבער נאָר אַ ברעקל פֿון דעם וואָס מע קען געפֿינען אין דעם בוך. דאָ קענט איר קױפֿן The Tourist’s Guide to Lost Yiddish New York City. עס זענען אויך דאָ פּלענער אַרויסצוגעבן אַן אוידיאָ פֿון דעם בוך, פֿאָרגעלײענט פֿון הענעך סאַפּאָזשניק אַלײן, אָבער דאָס וועט פֿאָדערן מער געלט. טאַקע דערפֿאַר האָט מען לאַנצירט אַ קאַמפּאַניע צו זאַמלען געלט לטובֿת דעם צוועק. דער אוידיאָ װעט אױך אַרײַננעמען רעקאָרדירונגען פֿון אַ סך פֿון דער מוזיק װאָס װערט באַשריבן אינעם בוך.
אַז איר וועט קויפֿן דאָס בוך וועט איר אַליין אַנטדעקן די אוצרות װאָס געפֿינען זיך דאָרט!