ווי ייִדישע קינדער־ליטעראַטור האָט געזאָלט העלפֿן קינדער פֿאַרשטיין די וועלטHow Yiddish children’s literature aimed to help kids make sense of the world
די אַמאָליקע קינדערביכער האָבן אָפּגעשפּיגלט כּלערליי פּאָליטישע וויזיעס און אויך אַ נײַעם פֿאַרשטאַנד פֿון קינדער און משפּחה־לעבן.

דער שער־בלאַט פֿונעם קינדערביכל „פֿויגל קאַנאַריק און אַנדערע מעשׂיות“ פֿון משה שיפֿריס (ניו־יאָרק, 1950) Courtesy of the Yiddish Book Center
דער אױפֿקום פֿון דער מאָדערנער ייִדיש־ליטעראַטור אױפֿן שװעל פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט איז צונױפֿגעפֿאַלן מיט אַ װיכטיקן קער אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. דעמאָלט, שרײַבט פּראָפֿעסאָר מרים יודל (עמאָרי־אוניװערסיטעט) אין איר נײַעם בוך „שאַפֿן אַ מאָדערנע ייִדישע װעלט דורך דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור“, האָט מען אָנגעהױבן צו באַטראַכטן קינדער װי אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער משפּחה.
אַװדאי זײַנען קינדער פֿון תּמיד אָן געװען אַ װיכטיקער טײל פֿונעם ייִדישן משפּחה־לעבן. אָן זײ װאָלט דאָס ייִדישע פֿאָלק פּשוט ניט געהאַט קײן קיום. אָבער מען האָט ניט געהאַלטן אַ קינד פֿאַר אַן אײגנאַרטיקער פּערזענלעכקײט. אַ קינד איז געװען אַ קלײן ייִדל אָדער ייִדענע, װאָס דאַרף נאָך אונטערװאַקסן, כּדי צו װערן אַ גאַנצער װעזן.
דערפֿאַר, האַלט יודל, איז ביזן אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט ניט געװען קײן ספּעציעלע קינדער־ליטעראַטור אױף ייִדיש. אַפֿילו װען די ייִדישע קלאַסיקער האָבן באַשריבן קינדער, װי למשל שלום־עליכם אין „דאָס מעסערל“ אָדער י. ל. פּרץ אין „די לעזערין“, האָבן זײ געשריבן ניט פֿאַר קינדער, נאָר פֿאַרן דערװאַקסענעם עולם.
אינעם יאָר 1900 האָט דער ייִדישער און העברעיִשער זשורנאַליסט ראובֿן ברײַנין געשריבן אַז ער װאָלט בכּלל ניט געעצהט עלטערן צו געבן זײערע קינדער לײענען װאָסער ניט איז מעשׂיות אױף ייִדיש. ער האָט געטענהט, אַז קײן גוטע קינדער־ליטעראַטור אױף ייִדיש איז ניטאָ, און די שונד־ליטעראַטור, װאָס מען לײענט צו קינדער, קען קאַליע מאַכן זײער געשמאַק.
די שטימונג האָט זיך געביטן נאָך דער טשערנאָװיצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908, װאָס האָט דערקלערט ייִדיש פֿאַר אַ נאַציאָנאַלער ייִדישער שפּראַך. אָבער דער קיום פֿון ייִדיש איז ניט מעגלעך אָן דערציִונג אױף ייִדיש. פֿאַר דעם צוועק האָט מען געדאַרפֿט שאַפֿן לײענשטאָף פֿאַר קינדער.
דער ערשטער ייִדישער קינדער־פֿאַרלאַג, „פֿאַר אונדזערע קינדער“, איז געשאַפֿן געװאָרן אין קעשענעװ אין 1910. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט דער קיִעװער „קונסט־פֿאַרלאַג“ מיט נחמן מײַזיל בראָש אָנגעהױבן דרוקן ביכער פֿאַר קינדער פֿון אַ הױכער קינסטלערישער קװאַליטעט. די דאָזיקע אױסגאַבעס בלײַבן עד־היום זײער װערטפֿולע קונסטװערק. באָריס קלעצקינס פֿאַרלאַג אין װילנע האָט זיך גענומען פֿאַר אַרױסגעבן אַ ספּעציעלן קינדער־זשורנאַל, „גרינינקע בײמעלעך“.
די בלי־תּקופֿה פֿאַר דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור איז געװען די צײַט צװישן בײדע װעלט־מלחמות. ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס האָבן געדאַרפֿט דערציִען אַ היפּשע צאָל יתומים, װאָס האָבן פֿאַרלױרן זײערע משפּחות בעת דער מלחמה און בלוטיקע פּאָגראָמען. אַזױ װי אַנדערע בראַנזשעס פֿון ייִדישער קולטור, איז די קינדער־ליטעראַטור געװען אידעאָלאָגיש באַפֿאַרבט. אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, פּױלן, ליטע, רומעניע, װי אױך אין צפֿון־אַמעריקע, האָבן זיך אַנטװיקלט נעצװערק פֿון װעלטלעכע ייִדישע שולן פֿון פֿאַרשײדענע אידעאָלאָגישע ריכטונגען, לרובֿ לינק־געשטימטע: בונדיסטישע, קאָמוניסטישע און פּועלי־ציוניסטישע.
יעדע פּאָליטישע באַװעגונג איז געװען אױסן צו שאַפֿן אַן אײגענעם מין שמעלצונג צװישן מאָדערנער װעלטלעכקײט און טראַדיציאָנעלער ייִדישקײט. יודל באַטראַכט די װיכּוחים צװישן ייִדישע דערציִער, ליטעראַטן און דענקער אַרום דעם ענין פֿון פֿאָלקסטימלעכקײט, װאָס מען האָט געהאַלטן פֿאַרן יסוד פֿון הײַנטצײַטיקער װעלטלעכער ייִדישקײט. װאָס איז װיכטיקער? דער עסטעטישער אַספּעקט, די שײנקײט פֿון ייִדישע מנהגים — װי עס האָט למשל געהאַלטן שמואל טשאַרני (ניגער) — אָדער די אידעאָלאָגיע — די פּאָזיציע פֿון אײניקע ציוניסטישע, בונדיסטישע און קאָמוניסטישע פּעדאַגאָגן.
דאָס בוך באַטראַכט די װיכטיקסטע ייִדישע פּעדאַגאָגישע פּראָיעקטן, װי למשל די בונדיסטישע „מעדעם־סאַנאַטאָריע“ לעבן װאַרשע; די פֿרומע און װעלטלעכע ליטעראַרישע פּראָדוקציע פֿאַר ייִדישע מײדלעך, װי אױך די קאָמוניסטישע קינדער־ליטעראַטור אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און אַמעריקע. יודל אילוסטרירט אירע טעאָרעטישע חקירות מיט לעבעדיקע בײַשפּילן פֿון קינדער־מעשׂיות און לידער, װאָסער ציל איז געװען אַרײַנצופֿלאַנצן געװיסע באַגריפֿן און װערטן אין די צאַרטע נשמות פֿון ייִדישע קינדער.
מערקװירדיק איז דאָ די עװאָלוציע פֿון יצחק באַשעװיס װי אַ שרײַבער פֿאַר קינדער. הײַנט זײַנען זײַנע איבערגעזעצטע קינדער־מעשׂיות זײער פּאָפּולער בײַם ברײטן עולם איבער דער וועלט. אָבער אין 1949 האָט באַשעװיס געהאַלטן קינדער־ליטעראַטור אױף ייִדיש און העברעיִש פֿאַר „פּוסטע געשיכטעס“. ער האָט געטענהט, אַז אַנשטאָט דעם דאַרף מען אױפֿהאָדעװען ייִדישע קינדער בלויז אױפֿן תּנ״ך — אָדער אױף ייִדיש אָדער אויף העברעיִש.
נאָך זײַן באַזוך אין בוענאָס־אײַרעס אין 1957 האָט ער זיך אָבער באַרעכנט, בפֿרט נאָכן באַקענען זיך מיט די תּלמידים פֿון דער אָרטיקער ייִדישער טאָגשול. ער האָט אַפֿילו צוגעזאָגט צו שרײַבן פֿאַרן קינדער־זשורנאַל „אַרגענטינער בײמעלעך“. ער האָט אָבער ניט געהאַלטן וואָרט, באַמערקט יודל. דערפֿאַר האָט ער אָבער אין די 1960ער יאָרן יאָ אָנגעהױבן צו שרײַבן פֿאַר קינדער.
צו יענער צײַט איז די ייִדישע פּעדאַגאָגיק אין אַמעריקע שוין געװאָרן װײניקער פּאָליטיש און מער נאָסטאַלגיש אין איר װעלטבאַנעם, װאָס האָט מער צוגעפּאַסט באַשעוויסעס געשמאַק. חוץ דעם, האָט דאָס געעפֿנט אַ נײַעם מאַרק פֿאַר זײַנע װערק אין איבערזעצונגען. קײן סך יונגע לײענער אױף ייִדיש האָט באַשעװיס אָבער שױן ניט געהאַט.
דער אידעאָלאָגישער אַספּעקט שפּילט זײער אַ װיכטיקע ראָלע אין יודלס בוך, אָבער צומאָל קען ער פֿאַרשאָטענען דעם קינסטלערישן צד. עס װאָלט למשל געװען כּדאַי צו באַשרײַבן מער פּרטימדיק די פֿאַרלעגערישע אַרבעט פֿון דער „קולטור־ליגע“, װאָס איז געװען טעטיק אין אוקראַיִנע, פּױלן און רומעניע נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. צװישן די קינסטלער, װאָס האָבן אילוסטרירט ביכער פֿאַר קינדער זײַנען געװען אַזעלכע װעלטבאַרימטע מײַסטער װי מאַרק שאַגאַל און אליעזר ליסיצקי.
אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט די קינדער־ליטעראַטור דערלאָזט מער שעפֿערישע פֿרײַהײט אי פֿאַר שרײַבער אי פֿאַר קינסטלער אײדער די ליטעראַטור פֿאַר דערװאַקסענע. אױף דער װירטועלער אױסשטעלונג פֿון דער רוסישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין פּעטערבורג קען מען זען אײניקע מוסטערן פֿון די סאָװעטישע ייִדישע קינדערביכלעך. די דאָזיקע אױסשטעלונג האָט צוגעגרײט די ביבליאָגראַפֿין װעראַ קנאָרינג, אַ גרױסע קענערין פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור.
נאָכן חורבן איז די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד געװאָרן אַ מין מקום־מקלט פֿאַר ייִדישע קינסטלער, אַזעלכע װי תּנחום קאַפּלאַן, הערש אינגער און דמיטרי ליאָן. אין זײערע אילוסטראַציעס צו שלום־עליכם, לײב קװיטקאָ, שיקע דריז, איציק קיפּניס האָבן זײ צונױפֿגעשמאָלצן די עסטעטיק פֿון אַװאַנגאַרד מיט אימאַזשן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. דאָ זעט מען די אײגענע נאָסטאַלגישע טענדענץ װי אין אַמעריקע.
די װעלטלעכע ייִדישע קינדער־ליטעראַטור איז געװען „אַ דערשײַנונג מיט באַשטימטע היסטראָרישע גרענעצן“ פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, שרײַבט יודל בײַם שלוס פֿון בוך. די פֿראַגע איז, װאָס בלײַבט דערפֿון פֿאַר די הײַנטיקע לײענער, בפֿרט פֿאַר יענע, װאָס קענען ניט לײענען קיין ייִדיש? די אידעאָלאָגישע סיכסוכים פֿון יענער תּקופֿה זײַנען שױן לאַנג פֿאַרבײַ. איין זאַך איז אָבער קלאָר: דער קינסטלערישער צד, װאָס שמואל טשאַרני האָט געהאַלטן פֿאַר װיכטיק — דער כּישוף פֿון מעשׂיות מיט בילדער — קען פֿאָרט נאָך אַלץ רעדן צום כּוח־הדמיון פֿון קינדער און דערװאַקסענע.