Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿראַגעס פֿון אַ ייִדישיסטקע צו די שאַפֿערס פֿון „לידער מיט פּאַלעסטינע“Questions from a Yiddishist for the creators of the album ‘Lider mit Palestine’

„זינט דעם 7טן אָקטאָבער — שרײַבט וועראַ סאַבאָ פֿון ישׂראל — שװײַג איך אױף ייִדיש, אַפֿילו װען דאָס שװײַגן טוט װײ.“

אָנגעשריבן תּישעה־באָבֿ תשפ״ו, דעם 3טן אױגוסט 2025

זינט איך בין אַװעק פֿון אַמעריקע אין 2010 און האָב זיך באַזעצט אין ישׂראל איז פֿון יאָר צו יאָר געװאָרן שװערער זיך צו פֿאַרשטענדיקן מיט אַ היפּש ביסל אַמעריקאַנער ייִדישיסטן.

דאַנקען גאָט, עס זײַנען פֿאַראַן אױך אַזעלכע װאָס מיט זײ זײַנען די חבֿרישע און קאָלעגיאַלע באַציִונגען געבליבן אַזױ װי פֿריִער. אפֿשר זײַנען זײ אַפֿילו דאָס רובֿ. אָבער אַן אַנדערער, ניט קײן טפֿלדיקער און גאָר אַ רעשיקער טײל — און צװישן זײ עטלעכע באַקאַנטע מײַנע — באַציִען זיך צו מדינת־ישׂראל נישט נאָר זײער קריטיש, נאָר מיט אַ טיפֿער שׂינאה.

זינט דעם 7טן אָקטאָבער איז כּמעט אין גאַנצן אוממעגלעך געװאָרן זיך צו פֿאַרשטענדיקן מיט אַזעלכע ייִדישיסטן — שװײַג איך אױף ייִדיש, אַפֿילו װען דאָס שװײַגן טוט װײ.

אױף העברעיִש אָבער שרײַ איך שױן מער װי צװײ יאָר, זינט יאַנואַר 2023, װען אונדזער רעגירונג האָט אָנגעהױבן מיט אַלע כּוחות חרובֿ צו מאַכן די מדינה. אױף ענגליש און אונגעריש פּרוּװ איך אַ ביסל פֿאַרברײטערן דעם קוקװינקל פֿון די אומות־העולם.

איצט, מיטן דערשײַנען פֿונעם אַלבאָם „לידער מיט פּאַלעסטינע“ קען איך װײַטער ניט שװײַגן אױף ייִדיש. פֿירן װיכּוחים װיל איך מיט קײנעם ניט, איך װיל נאָר פֿרעגן אַ פּאָר פֿראַגעס׃

לידער מיט פּאַלעסטינע — װאָס מײנט דאָס?

מיט פּאַלעסטינע — און קעגן ישׂראל?

פֿאַר װעמען זינגט איר? װער איז אײַער עולם?

פֿאַר װאָס אױף ייִדיש? דאָס רעדט איר צו אונדז, ישׂראלדיקע ייִדישיסטן?

װילט איר אױסדריקן מיטלײד, פֿאַר װאָס ניט זינגען אױף אַראַביש?

גענאָצידישער אָנפֿאַל? װער האָט דאָ אָנגעפֿאַלן אױף װעמען?

פֿאַר װאָס זעט איר נאָר איין זײַט, נישט אַלע צדדים?

פֿאַר װאָס זעט איר נישט די ייִדישע יסורים?

פֿאַר װאָס זעט איר נישט די פֿאַרכאַפּטע? פֿאַר װאָס פֿילט איר נישט זײער פּײַן, און דאָס לײַדן פֿון זײערע משפּחות?

פֿאַר װאָס פֿאַרשטײט איר נישט, אַז זײער פּײַן איז אונדזער פּײַן, אַז זײער גורל איז אונדזער גורל?

מיר שרײַבן ניט קײן קינות, ניט קײן קלאָגלידער, אָבער מײנט איר אַז מיר באַװײנען נישט יעדן טאָג די אומשולדיקע? מײנט איר אַז מיר טרױערן נישט?

פֿאַר װאָס באַשולדיקט איר נאָר אונדז?

מיר טראָגן דאָס גאַנצע אַחריות פֿאַר אונדזערע מנהיגים?

טראָגט איר דען ניט קײן אַחריות פֿאַר אײַערע?

טראָגן דען די פּאַלעסטינער ניט קײן אַחריות פֿאַר זײערע?

װער דריקט אונטער װעמען?

איר װילט ניט קײן מדינה? אײַער הײם איז אין גלות? אַדרבא, בלײַבט אין גלות!

נאָר װוּ אַהין זאָלן מיר גײן?

װאָס זאָל זײַן אונדזער גורל?

װוּ אױף דער װעלט איז דאָ אָרט פֿאַר אונדז?

צוריקקער? אומקער? װער? װוּהין?

צי האָבן דען ס’רובֿ ישׂראלים אַ ברירה?

מיר האָבן ניט קײן רעכט אױף אַן אײגענער מדינה, נאָר די פּאַלעסטינער האָבן דאָס?

װידערשטאַנד —

פּראָטעסטירן מיר דען ניט?

שרײַען מיר ניט אין די גאַסן שױן מער װי צװײ יאָר, זינט יאַנואַר 2023?

שטעלן מיר זיך ניט אַנטקעגן?

פֿאַר װאָס נעמט איר בײַ אונדז דאָס חיות?

פֿאַר װאָס נעמט איר בײַ אונדז דאָס ליד?

פֿאַר װאָס מישפּט איר?

זײַט איר דען בעסער פֿון אונדז?

זײַט איר דער אמתער דײן?

װאָס װעט גאָט זאָגן אױף אײַער חוצפּה?

אַז איך האָב אױסגעגאָסן מײַן האַרץ אין די־אָ װערטער האָב איך זיך געפֿרעגט׃ בין איך דען די אײנציקע װאָס פֿילט זיך אַזױ געקרענקט פֿון די לידער? איך האָב באַשלאָסן אַרױסצושיקן מײַן ליטאַניע עטלעכע ייִדישיסטן דאָ אין ישׂראל, חבֿרים און קאָלעגעס, געפֿרעגט װאָס זײ מײנען, צי זײ זײַנען מסכּים.

ס’רובֿ האָבן תּיכּף צוריקגעשריבן אַז זײַ זײַנען אין גאַנצן מסכּים, פֿילן פּונקט דאָס װאָס איך, אַז מיר װאָלטן שוין לאַנג געדאַרפֿט אָנשרײַבן אַזאַ בריװ. זײ האָבן אױך געפֿילט אַז דאָס קאָמפּאַקטל איז פֿול מיט שׂינאה און נישט מיט ליבשאַפֿט, װי עס שטײט אינעם אונטערטיטל.

אַנדערע מײנען פּשוט אַז די לידער זײַנען ניט אַזױ גוט, ניט די מוזיק און ניט די װערטער װאָס מע קען זײ אָפֿט ניט פֿאַרשטיין און וואָס קלינגען צו מאָל גאַנץ פּלאַטשיק און נאַיִוו. טײל מענטשן האָבן געזאָגט אַז דעריבער איז ניט כּדאי אױפֿגערעגט צו װערן, און אַנדערע האָבן געמײנט אַז ס’איז פֿאָרט אוממעגלעך אָנצונעמען אַזאַ שטעלונג און דערצו נאָך מאַכן אַ דיסק.

עמעצער אַנדערש מײנט אַז די־אָ לידער זײַנען ניט ערגער װי דער גאַנצער שמועס פֿון די אַמעריקאַנער לינקע װעגן קאָלאָניאַליזם. עס װאָלט געװען אָן אַ שיעור בעסער צו רעדן וועגן דעם צוזאַמענלעבן פֿון די צוויי פֿעלקער. אַזעלכע װערטער האָבן געשריבן סײַ מענטשן פֿון די דאָיִקע לינק־געשטימטע, סײַ מענטשן װאָס זאָגן אַז זײ זײַנען נישט קײן לינקע און נישט קײן רעכטע, זײ האָבן פֿײַנט אונדזער רעגירונג אָבער שטאַרק ליב אונדזער פֿאָלק און אונדזער לאַנד. עס טוט אונדז וויי צו זען וואָס ס׳טוט זיך אין די פּראָגרעסיווע קרײַזן אין דער גאַנצער וועלט און באַזונדערש אין די ייִדישע פּראָגרעסיווע      קרײַזן אין אויסלאנד.

אַנדערע װידער מײנען אַז מיר לעבן הײַנט אין אַ צײַט ווען מיר קענען זיך נישט פֿאַרגינען צו פּשטלען װעגן לידעלעך אױף ייִדיש. מע  דאַרף שרײַען און ראַטעווען מענטשן.

עמעצער האָט דערלײדיקט דעם ענין מיט אַ גאָר פּאַסיק װערטל: „פֿון ס׳רובֿ לידער זעט מען ניט דעם װאַלד.“

געוויסע ישׂראלדיקע ייִדישיסטן און ייִדיש־רעדערס האָבן אױסגעדריקט אַ גאָר װײטיקדיק געפֿיל: אַז ס’איז נישטאָ קײן שום שײכות צװישן אונדז  און זײ (די שאַפֿערס פֿונעם קאָמפּאַקטל און זײערע טאָװאַרישטשעס, זייערע אָנהענגער).

איך בין מסכּים מיט זײ אַלעמען. אפֿשר איז פֿאַר מיר דער ענין אַ סך מער אָנגעװײטיקט װי פֿאַר אַנדערע װײַל איך קען דאָך פּערזענלעך עטלעכע פֿון די כּלי־זמרים װאָס האָבן געשאַפֿן די לידער און האַלט שטאַרק פֿון זײער פֿריִערדיקער אַרבעט.

דאָס װאָס קומט פֿאָר אין עזה און אין ישׂראל איז אַ שרעקלעכע טראַגעדיע.

איך (און ס’רובֿ מײַנע באַקאַנטע און חבֿרים) האַלטן אין אײן פּראָטעסטירן קעגן דעם װאָס די ישׂראלדיקע רעגירונג זאָגט און טוט.

די איינזײַטיקייט װאָס װערט אױסגעדריקט אין די לידער האָט אָבער גאָרנישט צו טאָן מיט מענטשלעכקייט און הומאַניזם, שוין אָפּגערעדט פֿון ייִדישקייט.

Dive In

Explore

Most Popular

In Case You Missed It

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.