אַ וויכטיק ווערק פֿון מוזיקאָלאָג משה בערעגאָווסקי פּובליקירט צום ערשטן מאָלImportant work by musicologist Moyshe Beregovsky published for the first time
דאָס בוך נעמט אַרײַן דעם ייִדישן טעקסט, זײַן רוסישע איבערזעצונג און אַ קאָמענטאַר אויף ביידע שפּראַכן.

דער קאָמיטעט פֿונעם „אינסטיטוט פֿון דער ייִדישער פּראָלעטאַרישער קולטור“ בײַ דער אוקראַיִנער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע“, אָקטאָבער 1934 Photo by Wikimedia Commons
אין 2024 האָט דער מאָסקווער פֿאַרלאַג „מוזיקאַ‟ אַרויסגעגעבן זייער אַ װיכטיק בוך. צום ערשטן מאָל איז פּובליקירט געװאָרן אַ ווייניק באַקאַנט ווערק פֿונעם פֿאָלקלאָריסט און מוזיקאָלאָג משה בערעגאָווסקי, „עטיודן צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער טאָנאַלער פֿאָלקס־קונסט‟ (1946). די צונויפֿשטעלער זענען יעווגעניאַ כאַזדאַן און יואל מאַטוועיעוו.
דאָס װערק, וואָס בערעגאָווסקי האָט אָנגעשריבן אויף ייִדיש, איז געווידמעט דער געשיכטע און אויסדרוק־מיטלען פֿון דער ייִדישער פֿאָלק־מוזיק. דער איניציאַטאָר פֿונעם איצטיקן פּראָיעקט איז געווען דער דירעקטאָר פֿונעם פאַרלאַג, ד״ר מאַרק זילבערקוויט. ער האָט אַרויסגעגעבן דאָס בוך אין אַ צוויי־שפּראַכיקער פֿאָרעם — אויף ייִדיש און אין דער רוסישער איבערזעצונג, באַגלייט מיט אַ פּינקטלעכן קאָמענטאַר.

בײַנאַנד מיט דעם ייִדישן טעקסט זענען אַרײַן אינעם בוך צוויי וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען: אַן אַנאַליז פֿון בערעגאָװסקיס קאָנטעקסט און מעטאָדאָלאָגיע, געשריבן פֿון דער מיזיקאָלאָגירן יעווגעניאַ כאַזדאַן, און אַן עסיי פֿון דער היסטאָריקערין גאַלינאַ קאָפּיטאָוואַ וועגן דער געשיכטע פֿון זײַן אַרכיוו, אַרײַנגערעכנט זײַן צום ערשטן מאָל פּובליקירטע קאָרעספּאָנדענץ מיטן סאָוועטישן קאָמפּאָזיטאָר נחום פּירקאָווסקי (1906 – 1969).
אַ שיינער טייל פֿונעם בוך זענען פֿראַגמענטן אויף אַלט־ייִדיש; די ספּעציעלע קאָמפּיוטער־שריפֿט דערפֿאַר („מאַשקעט‟ אָדער „ווײַבערטײַטש‟) האָט געשאַפֿן יואל מאַטוועיעוו. אַ וויכטיקע ראָלע אינעם צוגרייטן דעם ייִדישן טעקסט האָט געשפּילט יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. אַן עלעקרטאָנישע ווערסיע פֿונעם בוך איז פֿאַראַן אָט דאָ פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
אין דער הוספֿה געפֿינען זיך ניגונים פֿון אלחנן קירכהאַנס זאַמלונג פֿון 1727 — דער מאַטעריאַל, װאָס װערט אַנאַליזירט פֿון בערעװאָװסקי אַליין — און אויך די לידער־טעקסטן פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, גענומען פֿון אַ מאַנוסקריפּט־זאַמלונג פֿון אײַזיק וואַליך. קיין מוזיקאַלישע נאָטן צו װאַליכס לידער זענען ניט פֿאַרבליבן, און מסתּמא האָט בערעגאָווסקי אַליין געהאָפֿט, אַז עס וועט זיך אַמאָל אײַנגעבן זיי צו רעקאָנסטרויִרן אויפֿן סמך פֿון הײַנטצײַטיקע מעלאָדישע פּאַראַלעלן און טיפּאָלאָגישע שײַכותן. און כאָטש אַזאַ מין אַבסאָלוט גענויע רעקאָנסטרוקציע איז קוים מעגלעך דאָ, דווקא דורך אַזעלכע פּרוּװן ווערט אַנטפּלעקט דער היסטאָרישער טעם פֿונעם לעבעדיקן פֿאָלקלאָר.
אינעם בוך ווערט אויסגעדריקט די השערה, אַז אין בערעגאָװסקיס עסיי קען מען זען אַן אידעאָלאָגישן דרוק פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה — נישט בלויז אין דער שפּראַך, נאָר אויך אין דער עצם־לאָגיק פֿון די אַרגומענטן. די שטאַרקע טענדענץ אָפּצוטיילן די פֿאָלק־קולטור פֿון רעליגיע שלענגלט זיך דורכן גאַנצן טעקסט, ספּעציעל אין דער באַשרײַבונג פֿון דער ייִדישער מוזיק ווי אַ נאַטירלעכער וועלטלעכער פֿענאָמען, וואָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט רעליגיעזע ריטואַלן.
אין איר באַגלייט־אַרטיקל ווײַזט יעווגעניאַ כאַזדאַן אַרויס, ווי אַזוי די פּאָליטישע כּללים פֿון די 1940ער יאָרן — די נייטיקייט צו שטעלן אַנטקעגן דעם „פּראָגרעסיוון‟ פֿאָלקלאָר און די „פֿאַרעלטערטע‟ רעליגיעזע פֿאָרעמס — האָבן געפֿירט צום אויסקלײַב פֿון ווערטער, און אפֿשר אויך צו געוויסע טעאָרעטישע אַקצענטן. אין אָט דעם ליכט, איז עס נאָך װיכטיקער אָפּצושאַצן, אַז די רעדאַקטאָרן פֿונעם איצטיקן בוך האָבן פֿאַרטיידיקט ניט נאָר די אָריגינעלע אויסדרוקן, נאָר אויך די סטרוקטור פֿונעם טעקסט — בתוכם די אומפֿאַרטיקייט, די אָפּטרעטונגען און קאָנצעפּטועלע קרומקייטן — ווי אַן עדות פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה און אירע מעטאָדן.
נאָך אַ פּאָר אײַנדרוקן און געדאַנקען, עפּעס מער פּערזענלעכס. בעת איינער פֿון אונדזערע בשותּפֿותדיקע פֿאָרשטעלונגען מיט דער פּראָגראַם „ייִדיש גלאָרי‟ (אויך אַגבֿ געװידמעט בערעגאָװסקין) האָט ד״ר אַנאַ שטערנשיס, די פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער געשיכטע בײַם אוניווערסיטעט פֿון טאָראָנטאָ, אַקוראַט פֿאַרבונדן דעם נאָמען משה בערעגאָווסקי מיט דעם תּנ״כישן משה רבינו: בערעגאָװסקי, װי אָט יענער משה, פֿירט אַרויס דאָס פֿאָלק, דאָס קול פֿונעם פֿאָלק אינעם פֿאָלקס־ליד, דורכן ים־סוף, דעם ים־החיים, אַרויס פֿונעם מידבר פֿון פֿאַרגעסנקייט.
אויך זײַן פֿאַמיליע־נאָמען — בערעגאָווסקי — איז סימבאָליש, וויל איך זאָגן. ער קומט פֿונעם סלאַווישן וואָרצל „בערעג‟, וואָס מיינט דעם ברעג פֿון וואַסער און אויך באַהיטונג, אָפּהיט, פֿאָרזיכטיקייט. אין סלאַווישע שפּראַכן איז דאָ אַ טיף סעמאַנטיש שײַכות צווישן די צוויי טײַטשן: דער ברעג באַהיט. בערעגאָווסקי האָט טאַקע באַהיט מיט זײַן צערטלעכער זאָרג די פּערל פֿונעם ים־החיים, פֿונעם ייִדישן פֿאָלקס־ליד. זײַן אַרכיוו, זײַן פֿאָלקלאָריסטישער האָריזאָנט איז אַ ים אָן אַ ברעג, אַן אומבאַגרענעצטער קאָסמאָס.
אין דער זעלבער צײַט, קען די מעטאָדאָלאָגיע נישט זײַן עפּעס „אָן אַ ברעג“. זי מוז אײַנשטעלן גרענעצן, כּדי צו ווערן פּינקטלעך. דאָס בוך האָט מיך אינספּירירט דאָס צו באַטראַכטן. ווען מע לייענט די בעסטע פֿון די שענסטע קונסטן־פֿאָרשונגען פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, טרעפֿט מען זיך שטענדיק אויף דעם רעזאָנאַנס, דעם עלעקטרישן שטראָם צווישן דער אין־סופֿיקייט פֿונעם מאַטעריאַל און די ברעגן פֿונעם באַגרענעצטן מוסטער. מע קען נישט אַלץ דערציילן. און דאָס איז דווקא, וואָס מאַכט די ביכער פֿון אַזעלכע פֿאָרשער, ווי משה בערעגאָװסקי, נאָך אַלץ אַקטועל און נאָך מער מלא־חן. אַזעלכע ביכער זײַנען פּרעכטיקע מאָנומענטן פֿון דער מענטשלעכער שטרעבונג צו בויען אַ סיסטעמאַטישע באַשרײַבונג פֿון ענינים װאָס זענען שװער צו באַשרײַבן — פֿאָלקלאָר, קאָלעקטיװן זכּרון און קינסטלערישע אינטויִציעס. דאָס איז געװען אַ װיכטיקער באַרוף פֿון דער אינטעליגענץ אינעם 20סטן יאָרהונדערט. צום סוף זעט מען, אַז ס׳איז בלויז אַן אוטאָפּיע, אָבער דער מאָנומענט איז פֿאָרט אַ שיינער.
אויך זייער שיין שטייט אין אָט דער ריי משה בערעגאָווסקי, וועלכער האָט זיך אָפּגעגעבן נישט בלויז מיט דער פּאָעזיע, נאָר אויך מיט דער מוזיק — דער מאַטעמאַטיש־פּינקטלעכער װיסנשאַפֿטלעכער קונסט פֿון קלאַנג־האַרמאָניעס. „אוי, שפּאַצירן זײַנען מיר בײדע געגאַנגען, דער װעג איז געװען פֿאַר אונדז שמאָל. און הײַנט, אַז מיר גייען ביידע שפּאַצירן — דער שליאַך איז געװאָרן פֿאַר אונדז ברייט‟, — ציטירט ער אַ פֿאָלקלאָריש ליבע־ליד. בערעגאָווסקיס ירושה, ווי אויך די ירושה פֿון די „שפּילמענער‟, וועלכע ער באַשרײַבט, און אויך דער גאַנצער ייִדישער האַלב־פֿאָלקישער, האַלב־אויטאָרישער פֿאָלקלאָר — איז דאָס אַלץ אַ שמאָלע בריק, „גשר צר מאוד‟ לויט רבי נחמן בראַצלעווער, אַ „פֿאַרמיטלונג“ צווישן דער שטעטלדיקער גאַס און דער קאָנסערוואַטאָריע, צווישן אַלטקייט און אַקטואַליטעט, צװישן דעם נאַציאָנאַלן און דעם אינטערנאַציאָנאַלן.
דאָרט, װוּ די טראַדיציע און די אינטויִציע גיסן זיך צונויף, װערט געבוירן די המשכדיקײַט. אין אָט דעם בוך טרעפֿט מען אַ פֿעדעמל אויסגעװעבט פֿון נוסחאָות, סטילן און טראָפּן, פֿון מסורה, שפּראַך און געסט. דאָס פֿעדעמל גייט פֿון די כּלי־זמרים, חכמים, לצים און שנײַדערלעך און פֿאַרבינדט זיי מיט בערעגאָװסקין אַליין, מיט זײַנע הײַנטיקע קאָלעגן, און מיט די אַלע לייענערס פֿון זייערע װערק און פֿונעם נײַעם בוך. צום סוף, פֿאַרבינדט עס די טויזנט־יאָריקע אַשכּנזישע ייִדישקייט מיט דער אַ סך לענגערער דערפֿאַרונג פֿונעם בן־אָדם בכלל.
בערעגאָווסקיס װערק, זיין גורל, זײַן געדאַנק, צוזאַמען מיט דעם נײַעם בוך באַשאַפֿן פֿון זײַנע איצטיקע קאָלעגן, העלפֿן אונדז (און מאַכן אונדז) זיך פֿאַרטראַכטן וועגן דעם – ספּעציעל הײַנט, ווען דאָס איז וויכטיק ווי קיינמאָל.