די ייִדישע גאַסנשילד פֿונעם פּאַריזער „פּלעצל“ איז צוגעגנבֿעט געוואָרןYiddish street sign for the Pletzel, the Yiddish quarter of Paris, is stolen
דער אינצידענט איז פֿאָרגעקומען בעת אַ ממשותדיקן וווּקס פֿון אַנטיסעמיטיזם אין פֿראַנקרײַך

די שילד פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל אין פּאַריז, איידער זי איז נעלם געוואָרן Photo by Chabe01 / Wikimedia Commons
בײַם סוף פֿון יאָר 2019 האָט דער אונגערישער קינסטלער סעבאַסטיען פֿיִומײ, װאָס װױנט שױן לאַנגע יאָרן אין פּאַריז, אויפֿגעהאָנגען אַ שילדל מיטן ייִדישן װאָרט „פּלעצל“ אױף דער ראָזיע־גאַס (rue des Rosiers), אין סאַמע מיטן פֿון דער הױפּטשטאָטס אַלטן ייִדישן קװאַרטאַל.
דאָס שילדל מיטן װאָרט „פּלעצל“, װאָס מײנט „קלײנער פּלאַץ“, דער נאָמען פֿונעם קװאַרטאַל, איז געװען גרינג צו זען און האָט סימבאָליזירט דעם אַמאָליקן ייִדישן כאַראַקטער פֿון דער געגנט. פֿיִומײ האָט געהאַלטן זײַן װערק סײַ פֿאַר אַ דערמאָנונג אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון פּאַריז, סײַ פֿאַר אַ רוף צו די הײַנטיקע ייִנגערע דורות אױפֿצוהיטן דעם אָנדענק פֿון יענער עפּאָכע.

לױט יאַרנאָ סטאַט, אַ פּאַריזער ייִדישיסט, איז דאָס שילדל צוגעגנבֿעט געוואָרן אין שפּעט יולי. נאָכן סוף פֿון די אױגוסט־װאַקאַציעס האָט סטאַט געשיקט דעם קינסטלער פֿיִומײ אַ פּריװאַט בריװל פֿרעגנדיק, צי ער האָט אפֿשר געהאַט אַ שטאָט־קאָנטראַקט וואָס איז אויסגעגאַנגען. די נײַעס האָט פֿיִומײען פֿאַרחידושט. „איז שוין געווען קלאָר אַז עמעצער האָט דאָס שילדל צוגעגנבֿעט“, האָט סטאַט געשריבן.
„נאָך דעם ווי איך האָב באַמערקט אַז דאָס שילדל איז נעלם געוואָרן, האָב איך זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ די קרעמער אַרום דעם פּלעצל,“ האָט סטאַט געשריבן אין אַ בליצבריװ. „דאָס רובֿ האָבן געזאָגט אַז זיי האָבן אַפֿילו נישט געוווּסט, אַז דאָס שילדל איז פֿאַרשוווּנדן, כאָטש אײן קרעמער האָט עס יאָ באַמערקט מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער.“ עטלעכע קרעמערס האָבן איבערגעגעבן, אַז עמעצער האָט פֿריִער אויך אַ פּנים געפּרוּװט אַראָפּצונעמען דאָס שילדל, אָבער נישט באַוויזן. „דאָס מאָל איז אַוועק דאָס שילדל מיט דעם גאַנצן פֿלאָקן און זײַן בעטאָנענעם יסוד. מע האָט אַפֿילו אַרויסגעריסן די געװיקסן אַרום דעם יסוד,“ האָט סטאַט געזאָגט.

דעם 26סטן אױגוסט האָט פֿיִומײ איבערגעגעבן דעם Times of Israel װעגן דער גנבֿה. „צי מע האָט דאָס פּלעצל־שילדל פּשוט צוגעגנבֿעט, צי דאָס האָבן יונגע קונדסים זי אַראָפּגענומען ׳אױף קאַטאָװעס׳, צי אַ פֿראַנצױז פֿון אַן עקסטרעם רעכטער אַנטיסעמיטישער באַוועגונג האָט עס אַראָפּגעריסן, צי עמעצער האָט עס אַראָפּגענומען אינעם קאָנטעקסט פֿונעם אינצטיקן גװאַלד־קאָנפֿליקט צװישן ישׂראל און כאַמאַס — װײס איך נישט, און איך װיל נישט בױען קײן השערות װעגן די מאָטיװירונגען,“ האָט דער קינסטלער געזאָגט. „אײן זאַך איז אָבער אָן אַ ספֿק אמת׃ די פֿאַרשװינדונג פֿונעם שילדל האָט פֿאַראומערט און באַאומרויִקט די אָרטיקע קהילה. אַ סך מענטשן פֿילן די אַבֿדה“.
פֿיִומײ האָט דערקלערט אַז ער האָט באַקומען אונטערשטיצונג פֿונעם בירגער־מײַסטער פֿון פּאַריז־צענטער, אריאל װײַל, אויפֿצוהענגען אַ נײַ שילדל, און האָט געזאָגט, אַז ער װעט אין גיכן אַרבעטן אױף דעם.
דער אינצידענט איז געשען בעת אַ ממשותדיקן וווּקס פֿון אַנטיסעמיטישע פֿאַלן אין פֿראַנקרײַך זינט דעם 7טן אָקטאָבער 2023, די דאַטע פֿון די מאַסן־הריגות פֿון כאַמאַס אױף ישׂראל, און דעם אָנהײב פֿון דער מלחמה אין עזה. לױט דעם אינלאַנד־מיניסטעריום האָט מען פֿאַרשריבן 646 אַנטיסעמיטישע אַקטן אינעם לאַנד במשך פֿון די ערשטע זעקס חדשים פֿון 2025, װאָס איז אַ ביסל ווייניקער ווי די צאָל אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 2024, אָבער פֿאָרט אַ העכערונג פֿון 112.5% איבער דער זעלביקער תּקופֿה אין 2023.
שטאַמענדיק פֿונעם 13טן יאָרהונדערט האָט דער ייִדישער קװאַרטאַל אין פּאַריז אַרײַנגענומען פֿילצאָליקע אַשכּנזישע ייִדן, װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן אַהין פֿון אַנטיסעמיטישע אַטאַקן בעת דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט מען אָפֿט געהערט ייִדיש אין די גאַסן און געשעפֿטן, וואָס האָבן אַרײַנגענומען כּשרע יאַטקעס, בעקערײַען און רעסטאָראַנען. עס זײַנען אויך געװען עטלעכע חסידישע שטיבלעך אין דער געגנט. צוויי פֿון זיי — איינע אויף 17 ראָזיע־גאַס, װאָס מען רופֿט פּשוט „זיבעצן“, און אַ צווייטע אויף 25 ראָזיע־גאַס וואָס הייסט „פֿינעף און צוואָנציק“ — זענען נאָך אַלץ אַקטיװ. דאָס רובֿ ייִדישע אײַנװױנערס פֿונעם פּלעצל זײַנען דעפּאָרטירט געוואָרן אין אוישװיץ און אומגעקומען.
כאָטש הײַנט געפֿינען זיך אינעם פּלעצל אַ סך קלײדער־קראָמען, זעט מען נאָך אַלץ עטלעכע ייִדישע געשעפֿטן, ווי די רעסטאָראַנען L’as du fallafel און Miznon און דעם ביכערקראָם, „טעמפּל“. נישט ווײַט געפֿינט זיך אויך דער חורבן־דענקמאָל און דער מוזײ פֿון ייִדישער קונסט און געשיכטע (mahJ). די באַקאַנטסטע שיל אינעם פּלעצל איז אגודת־הקהלות, אױפֿגעבױט אין 1913-14 פֿונעם באַרימטן אַרכיטעקט עקטאָר גימאַר. די שיל האָט על־פּי נס איבערגעלעבט דעם חורבן אָבער אין מײַ 2025 זענען סײַ די שיל סײַ דער חורבן־דענקמאָל פֿאַרשמירט געוואָרן מיט גרינער פֿאַרב.