פֿישמאַן־פֿונדאַציע זוכט פּראָיעקטן וואָס שטאַרקן ייִדישFishman Foundation seeking projects that bolster Yiddish
די פּרעפֿערענץ איז פֿאַר איניציאַטיוון וואָס מוטיקן קינדער און יוגנטלעכע צו רעדן ייִדיש

איין פּראָיעקט וואָס די פֿישמאַן־פֿונדאַציע האָט פֿאַראַיאָרן געשטיצט איז אַ יוגנטרוף־איניציאַטיוו וואָס ברענגט מענטשן צונויף כּדי צו פֿאַרברענגען אויף ייִדיש. אויפֿן בילד: ייִדיש־רעדער טרעפֿן זיך אויף אַ פּיקניק אין טאָראָנטאָ Photo by Yugntruf
Sign up for the Yiddish Brief, a bissel of all this Yiddish, brought to you weekly by our Foverts editor Rukhl Schaechter.
די פֿישמאַן-פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור האָט לעצטנס געמאָלדן אַז זי פֿאַרבעט סובווענץ-אַפּליקאַציעס פֿאַר נײַע פּראָיעקטן אויף צו שטאַרקן ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך, באַזונדערש צווישן קינדער און יוגנט.
צווישן די פּראָיעקטן וואָס די פֿונדאַציע האָט געשטיצט במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פּאָר יאָר איז דער „פֿאַרברענג-פּראָיעקט“ פֿון יוגנטרוף, דורך וועלכן יונגע ייִדיש־רעדער טרעפֿן זיך אויף אַ פּיקניק אָדער אַן אַנדער מין עקסקורסיע וווּ מע רעדט אין גאַנצן אויף ייִדיש. אַ צווייטע סובסידיע האָט די פֿונדאַציע אויסגעטיילט לטובֿת דער אויפֿפֿירונג פֿון מיכל יאַשינסקיס נײַער ייִדישער פּיעסע „די סעודה פֿון די זיבן זינדיקע“ אין ניו-יאָרק.
דער טערמין פֿאַר אַפּליקאַציעס פֿאַרן יאָר 2026 איז דער 1טער נאָוועמבער 2025. אַלע אַפּליקאַציעס מוזן זײַן אָנגעשריבן אויף ייִדיש און דאַרפֿן נאָכפֿאָלגן די אַפּליקיר-אָנווײַזונגען וואָס געפֿינען זיך אויף דער וועבזײַט פֿון דער פֿונדאַציע.
אַפּליקאַציעס וועלן ווערן באַטראַכט אויף קאָנקורס-יסודות. מען בעט מען זאָל אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע (מיט אַלע נייטיקע בײַלייגונגען) דורך בליצפּאָסט צו: [email protected]
די אויסגעטיילטע סובווענצן וועט מען מעלדן אין דעצעמבער 2025.