אַ פֿײַערונג לכּבֿוד ייִדיש־ליגעס „ווערטער פֿון דער וואָך“ A celebration of the League for Yiddish series ‘Words of the Week’
גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, וואָס פֿירט אָן מיט דער סעריע, וועט רעדן וועגן דעם אָפּרוף פֿון אָן אַ שיעור לייענער.

גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, די רעדאַקטאָרין פֿון „ווערטער פֿון דער וואָך“ בעת אַן אינטערוויו פּראָדוצירט דורכן ייִדישן ביכער־צענטער, 2017 Photo by the League for Yiddish
שוין כּמעט 13 יאָר וואָס די ייִדיש־ליגע פֿאַרגרעסערט דעם ייִדישן ווערטער־אוצר פֿונעם ברייטן עולם, דורך איר פּאָפּולערער סעריע „ווערטער פֿון דער וואָך“.
במשך פֿון די יאָרן האָט מען באַוויזן עטלעכע הונדערט רשימות אויף אַלע מינים טעמעס: פֿון יום־טובֿים און עסנוואַרג ביז פּאָליטיק, געזעלשאַפֿט און אַפֿילו קלאַנגען פֿון חיות.
זונטיק, דעם 28סטן סעפּטעמבער, 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, די פֿאָרזיצערין פֿון דער ייִדיש־ליגע און אָנפֿירערין פֿון דער סעריע, אַנטפּלעקן די סודות פֿון דרײַצן יאָר אַרבעט; ווי אַזוי די רשימות האָבן זיך אָנגעהויבן; וואָס פֿאַר אַ חידושים קומען יעדעס מאָל אַרויס, און וועלכע טעמעס רײַסן מיט דעם לייענער. זי וועט אויך דערציילן וועגן איר פּאָעזיע, איר ייִדישיסטישער אויפֿציִונג אויף דער „ביינברידזשיווקע“ (אין די בראָנקס), און איר ריזיקער האָרעוואַניע בײַם צוזאַמענשטעלן דאָס „אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך“.
די „ווערטער פֿון דער וואָך“ קען מען געפֿינען יעדע וואָך אויף פֿייסבוק, אינסטאַגראַם און X. אײַנגעצאָלטע מיטגלידער פֿון דער ייִדיש־ליגע באַקומען די רשימות דורך בליצפּאָסט. צו ווערן אַ מיטגליד גיט אַ קוועטש דאָ.
צו זען די רשימות פֿון אַלע טעמעס וואָס די ייִדיש־ליגע האָט ביז איצט אַרויסגעלאָזט, גיט אַ קוועטש דאָ.
רעגיסטרירט זיך אויף דער אָנלײַן־פֿײַערונג דאָ: