Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿאָלקלאָר וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט דאָס לעבן און הומאָר פֿון אַמאָליקע ייִדןFolklore that reflected the life and humor of Eastern European Jewry

ס׳איז לעצטנס אַרויס אין דער ענגלישער איבערזעצונג אַ בוך אַנעקדאָטן וועגן אַמאָליקע רבנים, כּלל־טוער און גבֿירים

מרדכי ליפּסאָן (דער פּסעוודאָנים פֿון מרדכי יאַװאָראָװסקי, 1885־1958) האָט געהערט צו דעם טיפּ אַמאָליקע ייִדישע מחברים, װאָס זײַנען געװען טעטיק און פּראָדוקטיוו אין פֿאַרשײדענע לענדער, שפּראַכן און זשאַנערס. צװישן כּלערלײ אַרטיקלען, פֿעליעטאָנען, דערצײלונגען, פּיעסעס און איבערזעצונגען זײַנע אױף ייִדיש און העברעיִש, װאָס ער האָט געדרוקט אין פּױלן, בעלגיע, דענמאַרק, אַמעריקע און ישׂראל, געפֿינט זיך דאָס בוך „די װעלט דערצײלט: מעשׂיות, װערטלאַך, הנהגות און מידות פֿון אַנשי־שם בײַ ייִדן“.

דער דאָזיקער צװײ־בענדיקער חיבור איז אַרױס אין ניו־יאָרק אינעם יאָר 1928 און איז כּולל העכער װי אײן טױזנט מעשׂהלעך װעגן באַרימטע פּערזענלעכקײט פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער װעלט פֿון מזרח־אײראָפּע  — דאָס רובֿ רבנים אָבער אױך ליטעראַטן און כּלל־טוער.

„יאָרן און יאָרן איז דער פֿאָלקס־אוצר אונדזערער, דער ייִדישער פֿאָלקלאָר, געװען װי אַ פֿאַרשלאָסענער, פֿאַרחתמעטער קװאַל“–שרײַבט ליפּסאָן אין דער הקדמה צו זײַן זאַמלבוך. ער האַלט, אַז ייִדישע פֿאָלקלאָר־פֿאָרשערס האָבן ניט גענומען אין באַטראַכט דעם „חלק פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, װאָס איז נוגע מעשׂיות און װערטלאַך, הנהגות און מידות פֿון ייִדישע גדולים, אַנשי־שם אין דורות, לױט װי זײ גײען אַרום אין פֿאָלק“. דערפֿאַר האָט אַר באַשלאָסן אױסצופֿילן אָט דעם בלױז אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע.

ליפּסאָן איז ניט געװען קײן פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאָלקלאָר־פֿאָרשער, און זײַן מעטאָד איז געװען גאַנץ פֿאַרשידנאַרטיק. ער דערמאָנט ניט די קװאַלן און מאַכט ניט קײן אַנאַליז פֿון זײַן מאַטעריאַל. זײַן ציל איז פּשוט „איבערדערצײלן“ די מעשׂיות „אין פֿאָלקס גוסט און אין פֿאָלקס לשון, װי די װעלט דערצײלט“. און איצט, קנאַפּע הונדערט יאָר שפּעטער, האָבן זיך פּראָפֿעסאָר יונתן און יונה באָיאַרין, אַ פֿאָטער מיטן זון, גענומען פֿאַר איבערטײַטשן ליפּסאָנס מעשׂיות אױף ענגליש.

דער ציל פֿון זײער פּראָיעקט, דערקלערן זיי אין דער הקדמה צום בוך „װי עס שטײט אין דער מעשׂה“, איז צו אַנטפּלעקן פֿאַרן הײַנטיקן לײענער יענעם שטײגער פֿון לעבעדיקער ייִדישקײט, װאָס איז  מיט דער צײַט פֿאַרלױרן געגאַנגען. זײ װילן זי אַנטקעגנשטעלן צװײ הײַנטצײַטיקע קוקװינקלען אױף דעם ייִדישן אַמאָל. אײנער איז דער װעלטלעך־נאָסטאַלגישער, װאָס לעקט די פֿינגער פֿון ייִדישע „טשאַטשקעס“ און „פֿידלער אױפֿן דאַך“, בעת דער צװײטער איז דער חרדישער, װאָס האַלט זיך פֿאַרן אײנציקן כּשרן יורש פֿון דער אַלטער װעלט.

די בײדע שיטות, כאָטש זײ זײַנען אידעאָלאָגיש פּונקט פֿאַרקערט איינע פֿון דער אַנדערער, האַלטן כּלומרש די אַמאָליקע ייִדישע װעלט איז געװען סטאַטעטשנע און האָט זיך ניט געענדערט מיט דער צײַט. עס גײט דערבײַ ניט אין אױפֿבױען די װעלט פֿון אַמאָליקע אַנשי־שם פֿון דאָס נײַ, נאָר אין לערנען זיך דערפֿון, כּדי צו „מאַכן אַ תּיקון“ אין דער הײַנטיקער װעלט, שרײַבט יונה באָיאַרין אין זײַן קאַפּיטל הקדמה.

פֿאַר אַזאַ אױפֿגאַבע דאַרף מען געפֿינען אַ פּאַסיקן סטיל פֿאַר איבערטײַטשן ליפּסאָנס אײגנאַרטיקן ייִדיש אױפֿן אַמעריקאַנער ענגליש. ליפּסאָן איז געװען אַ געניטער זשורנאַליסט, װאָס האָט געשריבן אין אַ פֿאָלקסטימלעכן סטיל געזאַלצט און געפֿעפֿערט מיט לומדישע װערטלעך.

אַזאַ סטיל שאַפֿט אַ פּראָבלעם פֿאַר אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש. אַ סך ענגלישע רעליגיעזע אימאַזשן און באַגריפֿן האָבן קריסטלעכע װאָרצלען און פּאַסן דערפֿאַר ניט פֿאַרן איבערזעצן ייִדישע טעקסטן. איבערשרײַבן לומדישע װערטער אױף ענגליש שאַפֿט אַן אַנדער פּראָבלעם: מען דאַרף זײ ספּעציעל דערקלערן. בלײַבט אַ נײטראַלער סטיל, װאָס פֿאַרלירט דעם אידיאָמאַטישן טעם פֿונעם אָריגינאַל׃ פֿון אַ „סופֿר“, למשל, װערט אַ scribe of religious articles.

אַן אַנדערע פֿראַגע פֿאַר אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש אױף ענגליש איז די נאַראַטיװע צײַט. אױף ענגליש איז מען מער נוהג צו דערצײלן מעשׂיות אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט, בעת ייִדישע מחברים, און ליפּסאָן בתוכם, האָבן אָפֿט מאָל באַניצט די איצטיקע צײַט.

ליפּסאָן ברענגט דעם לײענער אַרײַן אין דער סאַמע מיט פֿון די געשעענישן אין דער מעשׂה. די פֿאַרגאַנגענע צײַט אָבער שאַפֿט אַ געװיסע דיסטאַנץ צװישן דעם לײענער און דער דערצײלונג. אָט למשל שטײט בײַ ליפּסאָן: „אײן מאָל, פֿאָרנדיק אין באַן, טרעפֿט ער [דער געװעזענער סלוצקער רובֿ] זיך מיט אַ בריסקער ייִדן, פֿון די טובֿי העיר“. אױף ענגליש קלינגט עס בערך אַזױ: „אַ מאָל, װען ער איז געפֿאָרן מיט דער באַן, האָט ער זיך געטראָפֿן מיט אַ ייִדן פֿון בריסק, אײנעם פֿון די פֿירנדיקע בירגער.“ אַלע פּרטים װערן דאָ איבערגעגעבן ריכטיק, אָבער עס פֿעלט דאָ ליפּסאָנס בײַזײַן־עפֿעקט, װאָס לאָזט דעם לײענער פֿילן כּאילו מען פֿאָרט אין דער אײגענער באַן װי די העלדן פֿון דער מעשׂה.

דאָך, ניט געקוקט אױף די באַגרענעצונגען און צופֿעליקע גרײַזן — למשל, די שטאָט לײפּניק (ליפּניק) אין בײמען, הײַנט אין טשעכיע, װערט איבערגעזעצט װי לײַפּציק אין דײַטשלאַנד — איז דאָס בוך אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור. די פֿאַרגעסענע אַמאָליקע „גדולים“ װערן אױסגעמאָלט װי לעבעדיקע בשׂר־ודם.

דאָס רובֿ העלדן פֿון די מעשׂיות זײַנען רבנים, אָבער צומאָל טרעפֿט מען צװישן זײ ליטעראַטן, כּלל־טוער און גבֿירים. אָט איז אַן אַנעקדאָט װעגן מענדעלע מוכר־ספֿרים: „מענדעלע מוכר־ספֿרים איז געװען אַ שאַרפֿער מתנגד פֿון אַחד העם און זײַן שיטה. ער האָט ניט געהאַלטן פֿון אַ רוחניותדיקן מרכּז אין ארץ־ישׂראל. װען איך װאָלט געװען ביכולת — האָט ער אַ מאָל געזאָגט — װאָלט איך גענומען אַחד־העמען און אים אױפֿגעהאָנגען אױף זײַן רוחניות. דערנאָך — פֿאַרכאַפּט ער זיך תּיכּף — װאָלט איך אים מספּיד געװען און שטאַרק געװײנט אױף דער גרױסער אַבֿידה…“

דער דאָזיקער אַנעקדאָט שפּיגלט אָפּ די שאַרפֿע אידעאָלאָגישע סתּירות צװישן צװײ באַרימטע אָדעסער חכמים, דעם ציוניסט אחד־העם (אָשר גינצבערג) און דעם „זײדן“ פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, מענדעלע (שלום־יעקבֿ אַבראַמאָװיטש).

יעדע מעשׂה, װי קורץ זי זאָל ניט זײַן, איז אַ פֿאַרטיק קונסטװערק — אַ פֿענצטערל, װאָס לאָזט אַרײַנקוקן אין דער פֿאַרגאַנגענער ייִדישער װעלט. די איבערזעצערס האָבן דערגרײכט זײער ציל׃ דורך ענגליש קען די אַמאָליקע ייִדישע װעלט אויפֿגעלעבט ווערן פֿאַר אַ סך מער לייענער.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.