ליטווישע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק באַערט ייִוואָ מיט אַ נײַער אויסשטעלונגLithuanian National Library honors YIVO with a new exhibit
צווישן די עקספּאָנאַטן — אַבֿרהם סוצקעווערס העפֿטל פּאָעזיע, וואָס ער האָט צונויפֿגעשטוקעוועט אין ווילנער געטאָ

Photo by Arūnas Sartanavičius
Sign up for the Yiddish Brief, a bissel of all things Yiddish, brought to you weekly by our Forverts editor Rukhl Schaechter.
„פֿון דער שטילסטער גאַס פֿון דער אַזוי אויך פֿאַרטרוימטער שטאָט ציִען זיך מיסטעריעזע פֿעדעם קיין ניו־יאָרק און שיקאַגאָ, קיין מעלבורן אין אויסטראַליע, און יאָהאַנעסבורג אין דרום־אַפֿריקע, קיין פּאַריז און לאָנדאָן, בעלגיע, אורוגווײַ און פּערו און וווּ עס איז נאָר פֿאַראַן אַ ייִדישער ייִשובֿ. אַזוי ווי דער גורל פֿון אונדזער פֿאָלק אַזוי איז דער גורל פֿון אונדזער וויסנשאַפֿט. ביידע זענען אינטערנאַציאָנאַל, ביידע אָנערקענען ניט קיין גרענעצן פֿון לענדער און קאָנטינענטן. איז ׳ייִוואָ׳ דער ערשטער פּרוּוו אַרומצונעמען דעם גאַנצן ערדקוגל.“
אַזוי האָט אין יאַנואַר 1939 געשריבן דער רבֿ און כּלל־טוער ד״ר נח גאָלינקין אין ניו־יאָרק וועגן דער שטאָט און דעם אינסטיטוט, וווּ ער האָט אָנגעהויבן זײַן ברייטן בילדונגס־מאַרשרוט. איצט הענגט דער ציטאַט אין אַ נײַער אויסשטעלונג אין דער ליטווישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק. די אויסשטעלונג, וואָס הייסט „ייִוואָ — מקורים, לעבנסוועג, ירושה“, איז איניציִיִרט געוואָרן לכּבֿוד די הונדערט יאָר זינט דער גרינדונג פֿונעם אינסטיטוט.
צוליבן זעלבן יובֿל, האָב איך זיך אַליין געלאָזט פֿאָרן קיין ווילנע, אָנצוטאַפּן דעם אָרטיקן דופֿק לגבי די פֿאַרבליבענע שפּורן פֿון דער ייִדישער ירושלים־דליטא. אַ בפֿירושער הויכפּונקט פֿון דער רײַזע איז געווען אַ וויזיט אין אָט דער ביבליאָטעק, וווּ עס האָט מיך וואַרעם אויפֿגענומען ד״ר לאַרע לעמפּערט, די דירעקטאָרשע פֿון דעם פֿאָרשצענטער פֿאַר ייִדישע לימודים און די קוראַטאָרשע פֿון דער ייִוואָ־אויסשטעלונג. זי האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אין האַרץ פֿון דער ייִדישער קאָלעקציע, און מיך געלאָזט האַלטן אין די אייגענע הענט אַ פּאָר פּאָטענציעלע עקספּאָנאַטן: דאָס אָריגינעלע בילד פֿון די טרעפּ בײַם אַרײַנגאַנג אין דעם ווילנער ייִוואָ־בנין; עטלעכע האַנט־געשריבענע זשורנאַלן פֿונעם קינדערקלוב „בין“, און צום רירנדיקסטן — אַבֿרהם סוצקעווערס אַ העפֿטל פּאָעזיע וואָס ער האָט אין ווילנער געטאָ אַליין צונויפֿגעשטוקעוועט.
לאַרע האָט מיר געוויזן אַן עקזעמפּלאַר פֿון מאַקס ווײַנרײַכס בוך „מכירת־יוסף“ פֿאַר קינדער, געדרוקט אין בערלין אין 1923 אין אַ לוקסוסדיקער אויסגאַבע. זי האָט אויך אָנגעוויזן אַז אין בוך האָט געפֿעלט אַ שטיק פֿאָרזאַץ, בשעת סוצקעווערס העפֿטל איז געווען אַרומגעבונדן מיט אַ שטיק פּאַפּיר וואָס איז אַ פּנים טאַקע געווען דער פֿאָרזאַץ פֿון ווײַנרײַכס קינדערביכל! אַ ראיה: לאַרע האָט אַוועקגעלייגט דאָס העפֿטל אויפֿן בוך, צו ווײַזן אַז די גרייס און דער מוסטער פּאַסן גענוי — אַ פּנים, האָט סוצקעווער געהאַט פּריאָריטעטן אין געטאָ, און געניצט דעם עקזעמפּלאַרס פּראַכטפֿול פּאַפּיר צו שאַפֿן אַן אייגן העפֿטל, וואָס זאָל העלפֿן זײַנע כּתבֿים איבערלעבן דעם אומגליק. אָט דער פֿאַרכאַפּנדיקער קוריאָז איז לסוף נישט אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער אויסשטעלונג, אָבער דאַרף דערשײַנען קומענדיקס יאָר אין אַ פֿאַרברייטערטן קאַטאַלאָג.
לכּבֿוד דער אָפֿיציעלער דערעפֿענונג אָנהייב סעפּטעמבער, שוין נאָך מײַן אַוועקפֿאָרן, האָב איך אינטערוויויִרט לאַרען טעלעפֿאָניש. זי האָט איבערגעגעבן אַז די עפֿענונג־צערעמאָניע האָט אַרויסגערופֿן אַ ברייטן אינטערעס. דער אָוונט איז באַשטאַנען פֿון דרײַ טיילן: צו ערשט, רעדעס פֿון פֿאָרשער און דיפּלאָמאַטן און נאָך דעם — אַ מוזיקאַלישער טייל מיט שאַפֿונגען פֿון דער ייִוואָ־קאָלעקציע. לסוף האָבן פֿאַרשיידענע קולינאַרישע מומחים פֿון פּוילן און ליטע רעפֿערירט וועגן דער אָרטיקער ייִדישער קיך (און אַפֿילו סערווירט פּרוּוולעך פֿאַר אַלעמען).

די אויסשטעלונג, אײַנגעאָרדנט מיט דער הילף פֿון די ייִוואָ־אָפּצווײַגן אין ניו־יאָרק און בוענאָס־אײַרעס, איז אַ טייל פֿון אַ ברייטערער פּראָגראַם. איר ציל איז נישט בלויז צו לאָזן מענטשן און אינסטיטוציעס וויסן וועגן די פֿאַראַנענע אוצרות, נאָר אויך אונטערצושטרײַכן דעם אינטערנאַציאָנאַלן המשך־כאַראַקטער פֿון דעם אינסטיטוט. איך האָב זוכה געווען בײַצוזײַן אויף אַ רעפֿעראַט פֿון סילוויאַ האַנסמאַן, די דירעקטאָרשע פֿון בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ, וועגן די ווילנער פֿיגורן אין אַרגענטינער ייִדישן לעבן און דער פֿאַרבינדונג צווישן די אָפּצווײַגן. אויף ווײַטער, ווערן פּלאַנירט אַנדערע רעפֿעראַטן און אַ קאָנפֿערענץ אין אָקטאָבער אין ווילנע, בשותּפֿות מיטן ווילנער אוניווערסיטעט כּדי אָפּצומערקן די הונדערט יאָר ייִוואָ, אויף וועלכער עס וועט בײַזײַן דער דירעקטאָר פֿון ניו־יאָרקער ייִוואָ, דזשאָנאַטאַן ברענט. דערצו האָט די ליטווישע פּאָסט אַרויסגעגעבן אַ פֿײַערלעכע פּאָסטמאַרקע לכּבֿוד דער דאַטע.
אַחוץ דעם פֿריִער דערמאָנטן קאַטאַלאָג, דאַרפֿן אין גיכן אַרויסגעלאָזט ווערן נאָך צוויי באַטײַטנדיקע פּובליקאַציעס: אַ ליטווישע איבערזעצונג פֿון ד״ר צירל קוזניצעס בוך „ייִוואָ און דאָס שאַפֿן די מאָדערנע ייִדישע קולטור“, וואָס וועט פּרעזענטירט ווערן אויף דער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ, און אַן אַנטאָלאָגיע קאָרעספּאָנדענצן מיטן ווילנער ייִוואָ פֿון 1925–1941, אונטערן טיטל „טײַערער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט!“ — דער עיקר בריוו פֿון אָנפֿירער און טוער, אָבער אויך פֿון סתּם ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. אויף איין זײַט וועט זײַן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם בריוו, און אויף דער אַנדערער — צוויי איבערזעצונגען, ענגליש און ליטוויש. די בריוו זענען איבערגעזעצט געוואָרן פֿון ייִדיש, העברעיִש, ענגליש, פּויליש, רוסיש און ליטוויש דורך אַרבעטער פֿון דעם צענטער מיט וועלכן לאַרע פֿירט אָן — טייל פֿון זיי, יונגע ייִדיש־סטודענטקעס.

בײַ דעם גאַנצן יום־טובֿדיקן שטאָלץ, מוז מען אָנערקענען אַז אין ווילנע האָט זיך אויך אָפּגעשפּילט דער אַכזריותדיקסטער קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון אינסטיטוט, פֿון וועלכן דער ייִוואָ איז קיין מאָל נישט באמת געקומען צו זיך. צווישן 1941 און 1945 האָבן די דײַטשן אומגעברענגט גרינדער, טוער, און די מאַסן ייִדן וואָס זענען געווען דער טרײַבנדיקער כּוח פֿאַר דער טעטיקייט פֿון אינסטיטוט (אין ווילנע האָט מען פּראָפּאָרציאָנעל דערהרגעט אין צײַט פֿון חורבן מער ייִדן ווי אין יעדן אַנדערן לאַנד): אויך אין דער אויסשטעלונג, האָבן די קוראַטאָרשעס נישט מורא געהאַט אַרײַנצונעמען עקספּאָנאַטן אין שײַכות מיט דער בלוטיקער תּקופֿה – זעליג קאַלמאַנאָוויטשעס אַ דערמאָנונג געשריבן אין געטאָ, באַריכטן פֿאַר די נאַציס וואָס מע האָט גענייט די ייִוואָ־טוער אָנצושרײַבן, און דאָקומענטן אַרום דעם ווי מע האָט, קורץ נאָכן דײַטשן אַרײַנמאַרש, אָפּגעזאָגט נח פּרילוצקין פֿון זײַן לאַנגיאָריקן לערער־פּאָסטן בײַם ווילנער אוניווערסיטעט.
אַ צווייטע, באַשיידענערע אויסשטעלונג, „ייִוואָ — געשיכטעס פֿון ווילנע“, קומט פֿאָר אינעם „מוזיי פֿאַר קולטור און אידענטיטעט פֿון ייִדן אין ליטע“. דאָרט קען מען זען אַ מאָדעל פֿונעם אַנשטאַלט, אַ פּאָר אָריגינעלע צעטלעך פֿון „זאַמלערס“ און די העפֿטן פֿון ייִדישע שול־תּלמידים פֿאַרן חורבן. דער עיקר אָבער האָט מען געפּרוּווט דורך קינסטלעכער אינטעליגענץ „באַלעבן“ בילדער פֿון די גרינדער און אָנפֿירער פֿון ייִוואָ, אויף אַ ביסל אַן אומהיימלעכן אופֿן. ס׳איז קלאָר אַז מע האָט אין זינען געהאַט אַרײַנצוציִען אַ נײַעם, ייִנגערן עולם, אָבער די מיטלען האָבן אויסגעזען אַ ביסל ביליק — למשל, פֿיש און גרינסן פֿון פּלאַסטיק צו רעפּרעזענטירן די אַמאָליקע ייִדישע מערק, אַ פֿאַרבעטונג אָנצושרײַבן מיט מאַגנעטן אַן אייגן „פּאָעמעלע“ וועגן ווילנע, אונטער ציטאַטן פֿון קולבאַקס פּאָעמע, וואָס מע האָט זיך אַפֿילו נישט מטריח געווען צו ברענגען אין ייִדישן אָריגינאַל… אינטערעסאַנטער איז געווען אַ פּאַראַלעלע אויסשטעלונג געווידמעט דעם קינסטלער רפֿאל כוואָלעס, אַ מיטגליד פֿון דער שרײַבער־ און קינסטלער־גרופּע „יונג־ווילנע“, וואָס איז אויך געווען ענג באַפֿרײַנדט מיט די פּערזענלעכקייטן פֿון ייִוואָ, און האָט געמאָלט דעם בנין פֿון אינסטיטוט פֿאַר און נאָך זײַן חורבן.

איך האָב געהאַט דאָס גרויסע מזל צו זײַן אין ווילנע בשעת דער ייִדישער זומער־פּראָגראַם מיט שותּפֿים פֿון פֿאַרשיידענע עקן וועלט, און דורך דעם געקענט אָפּפֿילן אַ ברעקעלע פֿונעם גײַסט וואָס גאָלינקין באַשרײַבט. גלײַכצײַטיק איז כּסדר געווען שאַרף קלאָר וואָס ס׳איז אַלץ מער נישטאָ, און וויפֿל אַרבעט עס בלײַבט נאָך. דערווײַל, זענען די אונטערנעמונגען פֿון דעם ייִדישן פֿאָרשצענטער בײַ דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אַ רירנדיקער בײַטראָג אין אַ ריכטיקער ריכטונג.
***
די אויסשטעלונג „הונדערט יאָר ייִוואָ — מקורים, לעבנסוועג, ירושה“ קען מען באַזוכן במשך די רעגולערע עפֿענונג־שעהען פֿון דער ביבליאָטעק, ביזן 31סטן דעצעמבער 2025.
די אויסשטעלונג „ייִוואָ — געשיכטעס פֿון ווילנע“ קען מען זען ביזן 22סטן דעצעמבער, אויפֿן פֿערטן שטאָק פֿון דעם מוזיי פֿאַר קולטור און אידענטיטעט פֿון ייִדן אין ליטע.