?> Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ קינסטלערינס אַנימאַציע־פֿילמען, אינספּירירט פֿון דער צאינה־וראינהThis artist’s animations were inspired by the sacred book ‘Tsenerene’

דניאל אלחסיד באַווײַזט ווי דער טראַדיציאָנעלער פֿרויען־ספֿר קען נאָך אַלץ פֿאַרכאַפּן אונדזער פֿאַנטאַזיע

Sign up for the Yiddish Brief, a bissel of all things Yiddish, brought to you weekly by our Forverts editor Rukhl Schaechter.


דעם דורכשניטלעכן פֿאָרווערטס-לייענער דאַרף מען ניט צו פֿיל מסביר זײַן וואָס עס הייסט די צאינה-וראינה, די פֿאָלקסטימלעכע באַאַרבעטונג פֿון חומש אויף עבֿרי־טײַטש, באַגלייט מיט משלים און אַגדות.

פֿון סוף 16טן י״ה און אין משך פֿון הונדערטער יאָרן וואָלט עס געקאָנט שטיין בראָש פֿון דער בעסטסעלער-רשימה פֿון די פּאָפּולערסטע לייען-מאַטעריאַלן בײַ ייִדישע פֿרויען אין אַשכּנז, ווען נאָר אַזאַ מין רשימה וואָלט געווען בנימצא. אַמאָל איז עס געווען אַזוי באַליבט בײַ ייִדישע מיידלעך און פֿרויען אַז מען פֿלעג אַפֿילו זאָגן אַז אַ ייִדענע אָן אַ צאינה-וראינה איז ווי שׂימחת-תּורה אָן בראָנפֿן און להבֿדיל ווי אַ שמײַסער אָן אַ בײַטשל.

קומט די ישׂראלדיקע קינסטלערין דניאל אלחסיד (דאַניעל עלכאַסיד), וואָס וווינט אינעם לעצטן יאָרצענדליק צווישן אַמסטערדאַם און ניו-יאָרק, און באַווײַזט אין אירע ווערק ווי די צאינה-וראינה איז ממשיך אונדז צו פֿאַרכּישופֿן אויך אינעם 21סטן י״ה. אלחסידס קונסט קען מען איצט זען אין אַן אויסשטעלונג אין דער ביבליאָטעק פֿונעם „שלום-טורעם“, אין תּל־אָבֿיבֿ. אלחסיד האָט געזאָגט אַז דאָס אויסשטעלן אירע ווערק אין אַן עפֿנטלעכער ביבליאָטעק מאַכט איר אַרבעט מער צוטריטלעך צו אַזעלכע סאָרטן מענטשן, וואָס וואָלטן קיין מאָל ניט אַרײַן אין אַ מוזיי.

דניאל אלחסיד בײַ דער אַרבעט Photo by Sha Luo

דניאלס באַליבטע קונסט-טעכניק הייסט „סטאָפּ מאָשן“ (אָדער „אָפּשטעל-באַוועגונג“). דורך אָט דער טעכניק שאַפֿט זי קורצע אַנימאַציע-פֿילמען פֿון כּלערליי באַוועגלעכע אָביעקטן. אויף אירע דרײַ צאינה-וראינה אַנימאַציעס, ווײַזט זי למשל אויסצוגן פֿונעם ספֿר וואָס פֿאָרמירן אין איינעם איין גוף, און בשעת־מעשׂה הערט מען ווײַבערישע קולות וועלכע לייענען פֿאָר דעם טעקסט. אָדער אויף אַ גרויסן טעלעוויזיע-עקראַן שטעלט זי בלעטער פֿון צאינה-וראינה מיט זייערע ענג געשריבענע שורות, און בײַם צענטער באַווײַזט זיך אַ ברייט צעעפֿנט ווײַבלעך מויל מיט ראָזעווע ליפּן און ווײַסע ציינער. דער גאַנצער אימאַזש באַלעבט די באַציִונגען צווישן דעם טעקסט און דער לייענערין.

אלחסיד האָט געזאָגט אַז זי האָט זיך באַקענט מיט דער צאינה-וראינה דורך איר אינטערעס צו דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע. „די צאינה-וראינה איז למעשׂה דער עלטסטער טעקסט וואָס איך האָב דערמיט געאַרבעט. אויף מײַנע פֿריִערדיקע פּראָיעקטן האָב איך געאַרבעט מיט די פּראָוואָקאַטיווע לידער פֿון ציליע דראָפּקין, ווי למשל ׳מײַנע הענט׳, וועגן גופֿניות און ווײַבערישקייט. לידער וואָס איך האָב פֿאַרבונדן מיט מײַן אייגענער אימיגראַנטישער איבערלעבונג פֿון פֿאַרלירן די שליטה איבערן גוף און איבערן רוים. ס׳איז געווען זייער אַ דירעקטע פֿאַרבינדונג ווײַל דראָפּקין איז געווען אַ ייִדישע אימיגראַנטקע אין ניו-יאָרק, פּונקט ווי איך, נאָר מיט אַ הונדערט יאָר צוריק.“

אלחסיד, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין תּל-אָבֿיבֿ אין 1991, האָט געזאָגט אַז די באָבע און איר גאַנצע משפּחה פֿון דער מאַמעס פֿראַנצייזיש־פּוילישן צד האָבן גערעדט ייִדיש.

זי האָט צום ערשטן מאָל דערזען אַ צאינה-וראינה בעת אַ באַזוך אין אַ ביבליאָטעק, זוכנדיק ייִדישע ביכער אָנגעשריבן פֿון פֿרויען. „עס האָט מיך באַגײַסטערט דער געדאַנק אַז די אַלע ייִדישע פֿרויען, וועלכע מען האָט אויף אַ סך אופֿנים איגנאָרירט, האָבן פֿאָרט געהאַט זייער אייגענעם תּנ״ך. דאָס לייענען די צאינה-וראינה איז אַ טייל פֿון אַ וווּנדערלעכער טראַדיציע, פֿאַרבונדן מיט דער דערפֿינדונג פֿונעם דרוקערײַ און דער דעמאָקראַטיזירונג פֿון טעקסט און וויסן. עס האָט מיך מאָטיווירט צו שאַפֿן עפּעס מיטן בוך גופֿא, און אַרויסצוברענגען די צווישן-דורותדיקע איבערלעבונג פֿון פֿרויען־לייענען.“

אין איר אַנימאַציע-קונסט האָט אלחסיד צונויפֿגעמישט פֿיר פֿאַרשידענע גירסאָות פֿון דער צאינה-וראינה, וואָס זי האָט געפֿונען אין אַרכיוון אין ישׂראל. אָט די גירסאָות ניצט זי צו ווײַזן אַז פּונקט ווי די אַמאָליקע לייענערינס פֿונעם ספֿר, לעבט אויך דער ספֿר אַליין. ער איז אַריבער פֿון דור צו דור און פֿון אָרט צו אָרט. לויט איר, בינדן זיך די אַלע אויסגאַבעס צונויף ביז זיי ווערן איין איבערצײַטישער קאָלעקטיוו.

נאָכן זוכן אין דעם אַרכיוו פֿון אַמסטערדאַמער מוזיי אימאַזשן פֿון ייִדישע לייענערינס אין אַמסטערדאַם בײַם 17טן-18טן י״ה, האָט זי פֿאַרשטאַנען אַז בילדער פֿון פּשוטע, ניט-רײַכע ייִדישע פֿרויען וועט זי ניט געפֿינען. „מע האָט ניט געהאַט קיין אינטערעס צו אַזוינע פֿרויען, און קיין סך פֿאָרשונג וועגן דער טעמע איז אויך ניט בנימצא. אָבער דער ספֿר אַליין טראָגט אין זיך דעם באַריר פֿון די אַלע פֿינגער, וואָס האָבן אים אַדורכגעבלעטערט.“

זי האָט מיר דערציילט אַז אין יעדן אָרט וווּ זי שטעלט אויס אירע ווערק באַקומט זי אַן אַנדער סאָרט אָפּרוף. אין ישׂראל, האָבן אַ טייל פֿון די באַזוכערס שוין געוווּסט וועגן דעם ספֿר און אַרויסגעוויזן נײַגער צו דער אויסשטעלונג. אַ טייל האָבן זיך געחידושט וואָס אַ הײַנטצײַטיקע קינסטלערין האָט אַן אינטערעס צו אַ ייִדיש בוך. אין ניו-יאָרק, קען מען אָבער פֿילן אַז די ייִדישע קולטור לעבט נאָך. אַ סך קינסטלערס פֿון איר סבֿיבֿה איז געפֿעלן געוואָרן איר אָפּשפּיגלונג פֿון דער טראַדיציע און די גאַנצע געשיכטע הינטער דער צאינה-וראינה.

די אַקטריסע מעליסאַ ווײַס, די פֿאָרלייענערין אינעם ווידעאָ, וואָס איז אויפֿגעוואָקסן אין די חסידישע קרײַזן, האָט זיך אָבער געחידושט וועגן אלחסידס פֿעמינסטישן קוקווינקל. „אין אַמסטערדאַם, זעט מען אַ מין נאָסטאַלגיע צו אַ וועלט און אַ קהילה וואָס איז מער ניטאָ. זיי פֿאַרשטייען די שפּראַך בעסער צוליב דער נאָענטשאַפֿט צו האָלענדיש, אָבער די געשיכטע פֿונעם בוך און זײַנע לייענערינס זענען דווקא געווען פֿרעמד און מיסטעריעז פֿאַר זיי.“

אלחסיד אַרבעט אויך מיט איר מאַן, עליק אלחנן, אַ פֿאָרשער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער און העברעיִשער קולטור. וועגן זייער אַרבעטן בשותּפֿות האָט זי דערציילט אַז בײַם אָנהייב פֿון זייער באַציִונג האָט ער זי גענומען צום טענאַמענט-מוזיי אין ניו-יאָרק. דאָרט האָט זי אַנטדעקט די פֿאַרבינדונג צווישן ייִדיש, אימיגראַציע, סאָציאַליזם און דער הײַנטצײַטיקער קולטור. „דער טור האָט געעפֿנט מײַנע אויגן צו אַ גאַנצער וועלט,“ האָט זי געזאָגט.

די אויסשטעלונג גייט ביזן 12טן אָקטאָבער אין דער ביבליאָטעק פֿונעם „שלום-טורעם“, רחובֿ אחד העם 9, תּל-אָבֿיבֿ. אַרײַנטריט איז פֿרײַ.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.