Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די אוצרות וואָס אַ גרופּע ניט־ייִדן אין לובלין האָבן אַנטדעקטThe treasures discovered by a group of non-Jews in Lublin

אַ דאַנק דער אָרגאַניזאַציע „בראַמאַ גראָדסקאַ“ קען מען זען מער ווי 2,700 גלעזערנע נעגאַטיוון פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס צווישן 1914 און 1939

Sign up for the Yiddish Brief, a bissel of all things Yiddish, brought to you weekly by our Forverts editor Rukhl Schaechter.


דער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין, אַ געבוירענער אין לובלין, פּוילן, האָט געשריבן:

לובלין, מײַן הייליקע ייִדישע שטאָט, שטאָט פֿון גרויסן דלות און פֿריילעכע ייִדישע יום־טובֿים…
שטאָט פֿון אויפֿגעוואַכטן קלאַסנקאַמף. . . .

לובלין, מײַן הייליקע ייִדישע שטאָט פֿון בילדונג־דאָרשטיקע יונגע־לײַט און יונגע מיידלעך, פֿון דעם ערשטן בעז־אַראָמאַט פֿון יונג־העברעיִש און פֿון דער באַטעמטקייט פֿון שטאָלצן ייִדיש.

הייליקע שטאָט מײַנע, . . . ווער וועט דיך צוריקשטעלן און צוריקבויען, מײַן הייליקע שטאָט, אַז פֿאַרוויסט ביסטו געוואָרן ביז דײַנע פֿונדאַמענטן און ביסט איין מוראדיקע מצבֿה.

מע שלאָגט שינדלען, מע לייגט דעכער, מען פֿאַרריכט און מען פֿאַרניצעוועט אַן אַלטע פּאַסקודנע וועלט, אָבער מײַן הייליקע שטאָט, די שטאָט פֿון מײַן וועלט, וועט קיין מאָל נישט צוריקגעבויט ווערן.

גלאַטשטיין איז געווען גערעכט. זײַן הייליקע שטאָט לובלין, די שטאָט פֿון אַרום 43,000 ייִדן פֿאַר דעם חורבן, כּמעט אַ דריטל פֿון דער דעמאָלטיקער באַפֿעלקערונג, וועט קיין מאָל נישט צוריקגעבויט ווערן, אָבער עס זײַנען דאָ מענטשן און אַן אָרגאַניזאַציע, דווקא נישט קיין ייִדן און נישט קיין ייִדישע, וואָס אַרבעטן כּדי אויפֿצוהאַלטן דעם אָנדענק פֿון יענער הייליקער ייִדישער שטאָט. די אָרגאַניזאַציע הייסט „בראַמאַ גראָדסקאַ”, (דער שטאָטטויער) און עס געפֿינט זיך אין אַ בנין  אין דעם טויער, וואָס ייִדן פֿלעגן רופֿן „גראָדסקע בראָם“ אָדער „ברום“,  דורך וועלכן מע פֿלעגט אַרײַנגיין אין דער אַמאָליקער ייִדישע געגנט.

דעם זומער, זײַענדיק אין פּוילן האָבן מיר (מײַן מאַן, אונדזער עלטערע טאָכטער בענאַ און איך) געמאַכט אַן עקסקורסיע קיין לובלין, — די שטאָט וווּ מײַן טאַטע האָט געוווינט ווי אַ צענערלינג ביז 1927, די שטאָט פֿון זײַן אַרײַנטריט אין „אויפֿגעוואַכטן קלאַסן־קאַמף“ און „שטאָלצן ייִדיש“,— און זיך געטראָפֿן מיט פּיאָטער נאַזאַרוקן, אַ געוועזענער ייִדיש־סטודענט פֿון דער ווײַנרײַך־פּראָגראַם בײַם ייִוואָ. פּיאָטער האָט אונדז אַרומגעפֿירט איבער דער שטאָט און דערציילט וועגן דער געשיכטע און אַרבעט פֿון דער אָרגאַניזאַציע.

„בראַמאַ“ האָט זיך אָנגעהויבן אין 1990 ווי אַ טעאַטער־טרופּע אָבער מיט דער צײַט האָבן די באַטייליקטע אײַנגעזען אַז זיי געפֿינען זיך אין האַרץ פֿון עפּעס אַ סך מער דראַמאַטישס ווי די דראַמאַטישיסטע פּיעסע — דער פֿאַרלוירענער ייִדישער וועלט — און זיי האָבן אָנגעווענדט זייערע כּוחות און פֿעיִקייטן אויף רעקאָנסטרוּירן און אויפֿהיטן די געשיכטע פֿון יענער וועלט.

פֿאַר וואָס וואָלטן נישט־ייִדן זיך אָפּגעגעבן מיט אויפֿהיטן דעם אָנדערק פֿון די ייִדן? און די פֿראַגע קומט טאַקע דעם גאַסט אַנטקעגן ווען מע טרעט אַרײַן אינעם בנין. אויף דער וואַנט הענגט אַן אויפֿשריפֿט אין דרײַ שפּראַכן: פּויליש, ענגליש און עבריתּ בזה הלשון: „ייִדן וואָס קומען אַהער פֿרעגן אונדז, איר זײַט דאָך נישט קיין ייִדן. איר זײַט פּאָליאַקן און די ייִדישע שטאָט איז ניט אײַער געשיכטע. פּאָליאַקן פֿרעגן אונדז, ,פֿאַר וואָס טוט איר דאָס, איר זײַט דאָך פּאָליאַקן און די ייִדישע שטאָט איז ניט אײַער געשיכטע. אָדער אפֿשר זײַט איר טאַקע ייִדן?

„געדולדיק גיבן מיר צו פֿאַרשטיין אַז דאָס איז אונדזער בשותּפֿותדיקע פּויליש־ייִדישע געשיכטע. צו געדענקען די אויסגעהרגעטע ייִדן דאַרף מען נישט זײַן קיין ייִד.“

אויף אַן אַנדער וואַנטשילד שטייט געשריבן: „עס איז דאָ, בײַם גראָדסקע־טויער, וואָס מע רופֿט אויך ׳דער ייִדישער טויער׳, וואָס איז דער שומר איבער דעם נישט־עקסיסטירנדיקן שטעטל — דעם ייִדישן אַטלאַנטיס — וווּ מיר באַמיִען זיך צו פֿאַרשטיין דעם באַטײַט און דעם שליחות פֿון דעם אָרט הײַנט.“

עס זײַנען דאָ פֿאַרשיידענע אופֿנים און פּראָיעקטן דורך וועלכע זיי טוען דאָס. איינער אַזאַ האָט צו טאָן מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס. אין 2015 האָט בראַמאַ גראַדסקאַ באַקומען אַן אוצר, אַ זאַמלונג גלעזערנע נעגאַטיוון (glass plate negatives, בלע״ז) וואָס אַרבעטערס האָבן צופֿעליק געפֿונען אין אַ בוידעם אויף רינעק 4. דער פֿאָרשער יעקבֿ כמיעלעווסקי אין מײַדאַנעק האָט אַנטדעקט אַ מעגלעכע פֿאַרבינדונג צווישן דעם אַדרעס און אַ פֿאָטאָגראַף, אַבראַם זילבערבערג, וואָס האָט דאָרטן אַ שטיק צײַט געוווינט.

די זאַמלונג איז כּולל מער ווי 2,700 גלעזערנע נעגאַטיוון פֿון פֿאַרשיידענע גרייסן, פֿון בילדער גענומען צווישן 1914 און 1939. ניט געקוקט אויף די 75 יאָר, די נישט־גינסטיקע באַדינגונגען אין בוידעם — די קעלט ווינטערצײַט און די היצן זומערצײַט — האָבן ס׳רובֿ פֿון די נעגאַטיוון זיך אויפֿגעהיט. זיי געבן דעם צוקוקער אַ בליק אַרײַן אין דעם וואָס זיי רופֿן „אַ נישט־עקסיסטירנדיקע שטאָט“: בילדער פֿון קינדער און דערוואַקסענע, מענער און פֿרויען, פֿרומע און וועלטלעכע, ייִדן און נישט־ייִדן, פֿאַרשיידענע פֿאַכלײַט, יחידים און גרופּעס, יוגנט־באַוועגונגען און ספּאָרטקלובן.

אַנדערע בילדער פֿון חתונות, בריתן און מצבֿות דאָקומענטירן וויכטיקע מאָמענטן אין דעם ייִדישן משפּחה־לעבן. די פֿאָטאָגראַפֿיעס שפּיגלען אויך אָפּ דעם בהדרגהדיקן איבערגאַנג פֿון אַ פֿרום, טראַדיציאָנעל לעבן צו אַ מער וועלטלעכן. דאָס רובֿ זײַנען בילדער פֿון פּשוטע לײַט, אין גאַנג פֿון דער טאָג־טעגלעכקייט — מענטשן וואָס האָבן קיין מאָל נישט געמיינט אַז זיי וועלן ווערן שטומע עדות אויף אַ פֿאַרשוווּנדענער וועלט.

אַן אַנדער פּראָיעקט האָט צו טאָן מיט דער דיגיטאַלער ביבליאָטעק פֿון דער ישיבֿת חכמי לובלין, אַ וויכטיקער מקום־תּורה וואָס האָט זיך געעפֿנט אין לובלין אין 1930, און איז געווען רעוואָלוציאָנער אין דער ישיבֿה־וועלט, נישט נאָר פֿאַר דעם דף־יומי וואָס איר פֿאַרלייגער, ר’ מאיר שאַפּיראָ, האָט אײַנגעפֿירט אויף אַ קאָנפֿערענץ פֿון אַגודת־ישׂראל אין ווין אין 1923, נאָר אויך פֿאַר איר שיינעם בנין וואָס האָט געהאַט אַן עסזאַל און אינטערנאַטן פֿאַר די בחורים, אַ סגולה צו די שוועריקייטן פֿון דינגען אַ צימער און עסן טעג אין פֿרעמדע הײַזער.

במשך פֿון די קנאַפּע צען יאָר פֿון איר עקסיסטענץ, פֿון 1930־1939, האָט די ישיבֿה אָנגעזאַמלט אַ ביבליאָטעק פֿון צענדליקער טויזנט ספֿרים, ביכער און צײַטשריפֿטן. אין 1941 האָבן די נאַציס אײַנגענומען לובלין און ביז מיט אַ יאָרצענדליק צוריק האָט מען געמיינט אַז נאָר פֿינעף ביכער האָבן זיך געראַטעוועט. אָבער אַ דאַנק דער איבערגעגעבענער אַרבעט פֿון בראַמאַ גראָדסקאַ, אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּיאָטער נאַזאַרוק און מאָניקאַ טאַרײַקאָ, האָבן זיך שוין אָפּגעזוכט ביז הײַנט 1,555 ביכער, פֿונאַנדערגעשפּרייט אין ביבליאָטעקן איבער דער גאָרער וועלט.

בראַמאַ גראָדסקאַ ווייסט אַז ס׳איז נישטאָ קיין שׂכל אין צוריקברענגען די ביכער קיין לובלין, אַ שטאָט וואָס האָט קוים אַ מנין ייִדן. דערפֿאַר צילעווען זיי מיט זייער דיגיטאַלער ביבליאָטעק אויסצוזוכן, אידענטיפֿיצירן און קאַטאַלאָגירן אַלע ביכער מיט שטעמפּלען פֿון דער ישיבֿה. אַזוי האָפֿן זיי צו רעסטאַוורירן די זאַמלונג און זי כאָטש סימבאָליש צוריקקערן קיין לובלין.

אַזוי ווי בראַמאַ גראָדסקאַ דינט ווי דער אַדרעס פֿאַר אויפֿהיטן דעם אָנדענק פֿון די ייִדן אין לובלין קען מען דאָרטן געפֿינען אויסטערלישע זאַכן וואָס מענטשן האָבן צופֿעליק געפֿונען און אַהין אַרײַנגעגעבראַכט: למשל, אַ וואָגנראָד וואָס האָט זיך ערגעץ געוואַלגערט, געמאַכט פֿון אַ ייִדישער מצבֿה, אַן עדות אויף אַנטיסעמיטישן וואַנדאַליזם.

אַ ראָד וואָס מע האָט געמאַכט פֿון אַ ייִדישער מצבֿה Photo by Benna Kessler

בראַמאַ פֿירט אויך אָן מיט דערציִערישע פּראָגראַמען וועגן דעם חורבן און דעם ייִדישן לעבן פֿאַר דעם חורבן פֿאַר לערערס פֿון פּוילן און פֿון אויסלאַנד. זיי האָבן אַ דאַטן־באַזע וווּ זיי זאַמלען אינפֿאָרמאַציע וועגן געוועזענע לובלינער פֿון פֿאַרשיידענע מקורים, ווי למשל, רשימות פֿון אײַנוווינערס פֿון בנינים און שטים־רשימות.

שבֿע צוקער פֿאַרן בנין, וווּ דער טאַטע האָט אַ מאָל געוווינט Photo by Benna Kessler

איך האָב, פֿאַרשטייט זיך, געבעטן בײַ פּיאָטערן ער זאָל זוכן אינפֿאָרמאַציע וועגן מײַנע אייגענע אָבֿות, דער משפּחה צוקער. האָט ער געזוכט אונטער זייער אַדרעס, רוסאַלקע 3, וווּ ער האָט אונדז פֿריִער געהאַט געפֿירט. צווישן די אַלע נעמען פֿון די אײַנוווינערס פֿון בנין וואָס האָבן זיך געפֿונען אין דער דאַטן־באַזע, בתוכם נישט קיין איין צוקער (מסתּמא ווײַל די משפּחה איז שוין געהאַט אַוועק פֿון לובלין אין די סוף צוואַנציקער יאָרן) האָט איין נאָמען מיר פֿאַרכאַפּט דעם אָטעם: מאָשעק (משה) גאָטליב, פֿון פֿאַך אַ בראַקער.

איך האָב קיין מאָל נישט געטראָפֿן משה גאָטליבן. געוווּסט האָב איך נאָר אַז ער איז געווען דער ערטשער מאַן פֿון דעם טאַטנס עלטסטער שוועסטער לובע און אַז זיי האָבן נאָך אַ פּאָר יאָר זיך געגט. כאָטש די מומע לובע איז שוין געווען אַ בונדיסטקע האָט זי מסכּים געווען צו אַ שידוך (איך ווייס ניט צי פֿרײַוויליק צי נישט) מיטן זון פֿון איינעם אַ גאָטליב מיט וועמען דער טאַטע (מײַן זיידע), אויך אַ בראַקער, האָט געהאַט געשעפֿטן.

מיר איז דאָס אַלע מאָל געווען אַזאַ אינטערעסאַנטער באַווײַז פֿון דעם וואָס די אַלטע וועלט און די נײַע זײַנען דעמאָלט געווען געקניפּט און געבונדן. נאָך אַלעמען, ווי קומט אַ בונדיסטקע צו אַ שידוך?! מער ווי דאָס האָב איך וועגן משה גאָטליבן נישט געוווּסט. ס׳איז מיר קיין מאָל אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן אויב ער איז אומגעקומען אָדער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן; בײַ מיר האָט זײַן שייכות צו מײַן משפּחה זיך געענדיקט מיטן גט ערגעץ אין די 20ער יאָרן. נאָר ס׳איז קלאָר אַז ער איז אומגעקומען.

איך האָב געקענט זייער זון איצוש ע״ה, וואָס האָט אין די 1950ער יאָרן עמיגרירט קיין קאַנאַדע, וווּ מיר האָבן געוווינט, נאָר ס׳איז מיר אויך קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן אים צו פֿרעגן וואָס איז געשען מיטן טאַטן זײַנעם. צי האָט ער נאָך אַ מאָל חתונה געהאַט, האָט ער געהאַט אַנדערע קינדער — האַלבע־ברידער אָדער ־שוועסטער? זײַנען זיי אויך אומגעקומען?

אינפֿאָרמאַציע וואָס שבֿע צוקער האָט אַנטדעקט וועגן איר קרובֿ משה גאָטליב Photo by Sheva Zucker

מסתּמא וועל איך קיין מאָל נישט האָבן קיין ענטפֿער אויף די פֿראַגעס אָבער די קנאַפּע ידיעות האָבן אויפֿגעלעבט פֿאַר מיר אויף אַ פּאָר מינוט אַ מענטשן. דאָס איז טאַקע דער ציל פֿון בראַמאַ גראָדסקאַ — צו ווײַזן אַז די אומגעקומענע זײַנען נישט געווען בלויז ציפֿערן. דאָס ביסל אינפֿאָרמאַציע וועגן משה גאָטליבן איז אַרײַן אין איינער פֿון די 43,000 פּאַפּקעס — איין פּאַפּקע פֿאַר יעדן אומגעקומענעם ייִד, וואָס האָט געוווינט אין לובלין ערבֿ דעם אויסבראָך פֿון דער מלחמה.

און דווקא יענע דינע פּאַפּקעס האָבן מער פֿון אַלע פּראָיעקטן און חפֿצים, געמאַכט אויף מיר דעם גרעסטן אײַנדרוק. בראַמאַ צילעוועט צו געפֿינען עפּעס אַ ידיעה וועגן יעדן פֿון די 43,000 קדושים. עס קען זײַן אַ נאָמען, אַן אַדרעס, אַ פֿאַך, אַ געבוירן־טאָג, עפּעס וואָס ראַטעוועט דעם נאָמען פֿון אַנאָנימקייט און אָטעמט אַרײַן אין אים אַ נשמה.

וועגן 35,000 פֿון די אַמאָליקע אײַנוווינער האָט מען שוין עפּעס אַנטדעקט. געבליבן זײַנען נאָך 8,000 נשמות וואָס וואַרטן אויף אַ תּיקון.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.