Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אויסשטעלונג: ווי דער גרויל פֿונעם חורבן האָט געווירקט אויף אַמעריקאַנער קינסטלערExhibit: How the horror of the Holocaust impacted American artists

די ווערק פֿון דרײַ קינסטלער גיבן איבער אַנדערע קוקווינקלען אויף דער אויסראָטונג פֿון ייִדישן לעבן אין מיזרח־אייראָפּע.

Sign up for the Yiddish Brief, a bissel of all things Yiddish, brought to you weekly by our Forverts editor Rukhl Schaechter.


דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.

אַ נײַע אױסשטעלונג אינעם עסקענאַזי קונסט־מוזײ אין אינדיאַנער אוניװערסיטעט באַװײַזט װי אַזױ אַמעריקאַנער קינסטלער האָבן רעאַגירט אױפֿן גרויל פֿונעם חורבן. ס׳רובֿ פֿון זײ זענען געווען ייִדן, סײַ אימיגראַנטן סײַ הי־געבױרענע.

איליאַ שאָרס שער־בלאַט פֿון העשלס בוך, 1950 Photo by Shanti Knight / Eskenazi Museum of Art, Indiana University

דערמאָנונג און באַנײַונג׃ אַמעריקאַנער קינסטלער אונעם חורבן, 1970-1940“ איז די ערשטע אױסשטעלונג װאָס קאָנצענטרירט זיך אױפֿן חורבן אין דער אַמעריקאַנער קונסט בעת די 30 יאָר נאָך דער מלחמה — װען די ווירקונג פֿון דער שחיטה פֿון די אײראָפּעיִשע ייִדן איז נאָך אַלץ געװען פֿריש. די קינסטלער האָבן אױסגעדריקט טיפֿן שאָק און צער אױף פֿאַרשײדנאַרטיקע אופֿנים. דער אױסשטעלונגס־קאַטאַלאָג באַשרײַבט אַלע 74 װערק פֿון איבער דרײַ טוץ מאָלערס, סקולפּטאָרן און גראַפֿישע קינסטלער, און שטעלט זײ אינעם ייִדישן און אַמעריקאַנער קאָנטעקסט.

די אױסגעשטעלטע װערק פֿון איליאַ שאָר, רות װײַסבערג און פֿראַנק סטעלאַ באַהאַנדלען, דער עיקר, די פֿאַרטיליקונג פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער קולטור אין מיזרח־אײראָפּע. יעדער קינסטלער רעפּרעזענטירט אַ באַזונדערן קוקװינקל׃ שאָר ברענגט אַרײַן דעם פּערספּיקטיוו פֿון אַ ייִדישן אימיגראַנט; ווײַסבערג — פֿון אַ הי־געבױרענער ייִדישקע; און סטעלאַ — פֿון אַן אַמעריקאַנער נישט־ייִד.

שאָר (1961-1904) איז געבױרן געװאָרן בײַ אַ חסידישער משפּחה אין זלאָטשאָוו, גאַליציע, און האָט אימיגרירט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן אין 1941. אין דער אויסשטעלונג געפֿינען זיך אַ פּאָר פֿון זײַנע אילוסטראַציעס פֿון The Earth Is the Lord’s — אַ פּאָפּולער בוך פֿון אַבֿרהם יהושע העשל פּובליקירט אױף ענגליש אין 1950. דאָס בוך פֿאַראײביקט דעם אָנדענק פֿון דער פֿאַרשװוּנדענער חסידישער װעלט, װאָס האָט געבליט במשך פֿון 200 יאָר אין מיזרח־אײראָפּע.

דזשעניפֿער מאַקאָמאַס, די אױסשטעלונגס־קוראַטאָרשע, האָט מיר דערצײלט אַז שאָרס אילוסטראַציעס רופֿן אַרױס טראַדיציאָנעלע פּאַפּירשניטן, װאָס ייִדן מאַכן שוין הונדערטער יאָרן לאַנג אין שײַכות מיטן יום־טובֿ שבֿועות. שאָר אַלײן האָט געשאַפֿן זילבערנע יודאַיִקאַ, אַזױ װי תּורה־קרױנען און קידוש־בעכערס, און זײַנע בילדער אין העשלס בוך באַװײַזן די השפּעה פֿון מעטאַל־װערק. די אילוסטראַציעס מאָלן אױס טעמעס אַזױ װי אַ רבֿ מיט אַ ספֿר־תּורה, מענער און ייִנגלעך װאָס טאַנצן עקסטאַטיש אין אַ שיל, און אַ ייִד װאָס לייגט תּפֿילין אױפֿן קעפּל פֿון זײַן קלײנעם זון. דאָ זעט מען שאָרס זכרונות פֿון דער פֿרומער חסידישער װעלט פֿון זײַנע קינדעריאָרן. די מאַסיװע, שװאַרץ־װײַסע פֿיגורן רופֿן אַרױס אַ פֿאַרשװוּנדן ייִראת־⁠שמימדיק שטײגער לעבן.

רות ווײַסבערג, פֿונעם בוך „דאָס שטעטל: אַ נסיעה און אַן אָנדענק”, 1938 Photo by Shanti Knight / Eskenazi Museum of Art, Indiana University

רות װײַסבערג, וואָס איז געבױרן געװאָרן אין שיקאַגע אין 1942, האָט געטרױערט איבער אַ װעלט װאָס זי האָט נישט פּערזענלעך געקענט. אין 1971 האָט זי געשאַפֿן „דאָס שטעטל׃ אַ נסיעה און אַן אָנדענק“, אַ קינסטלערס בוך מיט נײַן בילדער װעגן דער אויסראָטונג פֿון מיזרח־אײראָפּעיִש ייִדיש לעבן. מאַקאָמאַס האָט מיר דערקלערט אַז װײַסבערג האָט זיך אינספּירירט פֿון אַ יזכּור־בוך געשאַפֿן פֿון איר באָבען פֿון דער מוטערס צד. „ווען זי האָט אַנטדעקט דאָס דאָזיקע יזכּור־בוך האָט עס ממש טראַנספֿאָרמירט איר לעבן און קונסט,“ האָט מאַקאָמאַס געזאָגט.

נאָך אַ װיכטיקער קװאַל פֿון ווײַסבערגס „שטעטל“ אַלבאָם איז געװען ביכער פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿאַרמלחמהדיק ייִדיש לעבן ווי למשל „די פֿאַרשװוּנדענע װעלט“, אַ באַנד מיט 530 בילדער אַראָפּגענומען פֿון פֿאָטאָגראַפֿן װי ראָמאַן װישניאַק און אַלטער קאַציזנע, פּובליקירט פֿונעם פֿאָרװערטס־פֿאַרבאַנד אין 1947 (און װאָס איז אַלײן אין דער אױסשטעלונג). װישניאַקס „פּױלישע ייִדן׃ אַ בילדער-פּינקס“ פֿון 1947 האָט זי אױך אינספּירירט; װי אױך „הילצערנע שילן“, אַ פּױליש בוך פּובליקירט אױף ענגליש אין 1959, װעגן די אַלטע שילן װאָס זענען אַלע אָפּגעברענט געװאָרן פֿון די נאַציס. װײַסבערג האָט אָנגעהױבן מיט די דאָזיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס און זײ איבערגעמאַכט.

למשל „נסיעה-1“ פֿון „שטעטל“ איז באַזירט אױף אַ פֿאָטאָ פֿון „הילצערנע שילן“. אַ שיל פֿאַרנעמט כּמעט דאָס גאַנצע בילד, אָבער ווערט געשילדערט װי אַ מיראַזש. דער הימל זעט אױס צעשמאָלצן פֿון פֿײַער אָדער פֿון אױפֿרײַסן. אין דער פֿאָדערגרונט איז דער דורכזעיִקער פֿיגור פֿון אַן עלטערער פֿרױ — אַ פּנים אַ פֿאַנטאָם אָדער געדעכעניש. לעבן איר שטײען עטלעכע שװאַרצע געשטאַלטן, אפֿשר פֿאַרברענטע בלומען אָדער שטעכלדראָט. אין „1938“ האָט װײַסבערג געניצט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון װישניאַקס „פּױלישע ייִדן“. אין דער פֿאָטאָ גײן דרײַ מענער אין שװאַרצע מאַנטלען אין דער גאַס; אין װײַסבערגס באַאַרבעטונג זענען צװײ פֿון זײ נעלם געװאָרן. עס בלײַבט איבער נאָר דער שאָטנדיקער פֿיגור אױף די טרעפּ. עס האָט זיך שוין אָנגעהויבן די פֿאַרשװינדונג פֿון אַ פֿאָלק.

פֿראַנק סטעלאַ (2024-1936), אַ באַקאַנטער אַבסטראַקטער קינסטלער, איז געװען אַ קאַטױל פֿון מאַסאַטשוסעטס. מאַקאָמאַס האָט דערקלערט אַז דער ייִדישער אַרכיטעקט ריטשאַרד מײַער האָט געשאָנקען סטעלאַן אַן עקזעמפּלאַר פֿון „הילצערנע שילן“, װאָס האָט אינספּירירט סטעלאַס „פּױליש דאָרף“ סעריע פֿון 1974-1971 (נישט געקוקט אױפֿן װאָרט „פּױליש“ האָט סטעלאַ באַשטעטיקט אַז די װערק באַהאַנדלען צעשטערטע שילן). די סעריע באַשטײט פֿון 130 אַבסטראַקטע געאָמעטרישע געשטאַלטן. דאָ קען מען זען דאָס בילד „לונע“, װאָס איז אין דער אױסשטעלונג. לױט מעקאָמעסן רופֿן די הילצערנע פֿאָרעמס פֿון „פּױליש דאָרף“ אַרױס דאָס האָלץ פֿון די שילן, און די העלע קאָלירן דערמאָנען אין די פֿאַרביקע װאַנט־מאָלערײַען אינעװײניק.

די קונסטװערק פֿון שאָר, װײַסבערג און סטעלאַ היטן אױף דעם זכּרון פֿון אַ ברוטאַל פֿאַרטיליקטער קולטור, װאָס האָט געבליט אין מיזרח־אײראָפּע במשך פֿון הונדערטער יאָרן. „׳זכור׳ („געדענקט“) איז צװישן די יסוד־פּרינציפּן פֿון דער ייִדישער אמונה“, האָט מאַקאָמאַס געזאָגט. „די קינסטלער האַלטן מיט אָפּשײַ דעם דאָזיקן פּרינציפּ דורך קונסט. זײ מאַכן פֿאַר אומפֿאַרגעסלעך אַ װעלט װאָס איז כּמעט אָפּגעװישט געװאָרן.“

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.