Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ ליבע צװישן צװײ ייִדישע דיכטער אין ניו־יאָרק A love affair between two Yiddish poets in New York City 

ראַשעל װעפּרינסקיס ראָמאַן „דאָס קרײצן פֿון די הענט“ אַנטפּלעקט די אינטימקייט פֿון דער ייִדישער באָהעמישער סבֿיבֿה מיט 100 יאָר צוריק

Sign up for the Yiddish Brief, a newsletter in English about what’s happening in the Yiddish world today, brought to you weekly by our Forverts editor Rukhl Schaechter.


ראַשעל װעפּרינסקיס ראָמאַן „דאָס קרײצן פֿון די הענט“ איז אַ יוצא־דופֿן אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור.

דאָס בוך איז אַרױס אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1971, אָבער די האַנדלונג קומט פֿאָר אין 1918. דאָס איז אַ דראַמאַטישע ליבע־געשיכטע צװישן אַ דיכטער, וואָס הייסט ניעזשינער און אַ יונגער דיכטערין, מרים. בײדע זײַנען חתונה־געהאַטע מיט קינדער: ער האָט פֿינף, זי האָט אײנס. די שטורעמדיקע ליבע צעשטערט דעם שלום־בית אין ביידעהײמען. זײ פֿאַרלאָזן זײערע משפּחות און װאַנדערן איבער די גאַסן, קאַפֿע־הײַזער און געדונגענע צימערן אין דער גרױסער שטאָט ניו־יאָרק.

װען דאָס בוך איז אַרױס אױף ייִדיש, האָבן נאָך געלעבט לײענערס, װאָס האָבן געדענקט די בלי־תּקופֿה פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ניו־יאָרק און דערקענט די פּראָטאָטיפּן פֿון די פּערסאָנאַזשן: ניעזשינער איז דער דיכטער מאַני לײב בראַהינסקי (1883־1953) — ער שטאַמט פֿון דער שטאָט ניעזשין אין מזרח־אוקראַיִנע — און מרים איז די מחברטע, ראַשעל װעפּרינסקי (1896־1981). צװײ אַנדערע װיכטיקע פּערסאָנאַזשן האָבן אױך רעאַלע פּראָטאָטיפּן: ניעזשינערס חבֿר יעקבֿ שאָר איז דער דיכטער ראובֿן אײַזלאַנד (1884־1955) און זײַן קאָכאַנקע אַדאַ איז די דיכטערין אַנאַ מאַרגאָלין (ראָזע לעבענסבױם, 1887־1952).

צו דער צײַט פֿון דער פּובליקאַציע פֿונעם ראָמאַן זײַנען די דאָזיקע פּראָטאָטיפּן — חוץ װעפּרינסקין — שױן געװען אױף יענער װעלט. זײ האָבן ניט געקענט האָבן קײן טענות צו דער מחברטע. אַ סבֿרא, ניט אַלע פֿון זײ װאָלטן געװען צופֿרידן מיט זײערע ליטעראַרישע פּאָרטרעטן, בפֿרט אַנאַ מאַרגאָלין. אָט, למשל, װי װעפּרינסקי באַשרײַבט די באַציִונגען פֿון אַדאַ צו שאָרן: „אַדאַ האָט אים אױסגעקליבן בלױז דעמאָלט, װען זי האָט שױן נישט געהאַט קײן אױסקוק אױף עפּעס בעסערס. דערבײַ מאָנט זי כּסדר בײַ אים געטרײַשאַפֿט. אַלײן קאָכט זי צומאָל נישט אָפּ אַ לעפֿל געקעכץ, שטענדיק נאַשט זי זיסקײטן און װערט דיקער פֿון טאָג צו טאָג. אין שטוב איז אָנגעװאָרפֿן, ס’איז דאָ אַן אמתער הקדש.“ עס איז קלאָר, אַז קײן שטאַרקע ליבע צװישן װעפּרינסקי און מאַרגאָלין איז ניט געװען.

הײַיאָר איז װעפּרינסקיס ראָמאַן אַרױס אױף ענגליש אין דער איבערזעצונג פֿון חנה נאָריך און עלען קעסעדי. זײ דערקלערן אין דער הקדמה, אַז די פּערסאָנאַזשן פֿונעם ראָמאַן געהערן צו דער באָהעמישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אַרום דער ליטעראַרישער גרופּע „די יונגע“, װאָס איז געװען פּראָמינענט אין די ערשטע פּאָר צענדליק יאָר פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.

אײַזלאַנד שרײַבט אין זײַנע זכרונות „פֿון אונדזער פֿרילינג“, אַז „דער נאָמען ׳יונגע׳ איז אורשפּרענגלעך געװען אַ שפּאָט־נאָמען פֿאַר אַ גרופּע יונגע שרײַבער, װאָס האָט נאָך אין 1907 געהאַט די ׳חוצפּה׳ צו דערקלערן, אַז מען דאַרף דאָס ביסל ייִדישע ליטעראַרישע כּוחות אין אַמעריקע באַפֿרײַען פֿון דער אַפּוטרופּסות פֿון די צײַטונגען, און זײ האָבן געזוכט צו שאַפֿן אַן אײגענעם ליטעראַרישן װינקל אין די דינע העפֿטלעך פֿון דעם חודש־זשורנאַל ׳די יוגנט׳.“ ביז הײַנט פֿאַרבלײַבן װעפּרינסקיס ראָמאַן און אײַזלאַנדס זכרונות די װיכטיקסטע מקורים װעגן דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה פֿון יענער תּקופֿה.

„די יונגע“ האָבן געהאַט פֿעסטע עסטעטישע השׂגות װעגן דיכטונג. אײַזמאַן שרײַבט: „די דיכטונג דאַרף ניט לעבן אין זכות פֿון װעלכער ניט איז אידײ, װײַל זי לעבט אין איר אײגענעם זכות.“ ניעזשינער און מרים, פּונקט װי דאָס רובֿ ייִדישע ליטעראַטן פֿון יענער צײַט, זײַנען געװען אַרבעטער, אָבער דיכטונג איז בײַ זײ געװען װיכטיקער אײדער פּרנסה. נאָך אַ שװערן אַרבעט־טאָג אין אַ שאַפּ אָדער אַ פֿאַבריק האָבן זײ פֿאַרבראַכט אָװנטן מיט חבֿרים ליטעראַן און אַקטיאָרן אין קאַפֿע־הײַזער אױף דעם איסט־סײַד.

װעפּרינסקי באַשרײַבט די דאָזיקע אָװנטן אין דער הקדמה צו מאַני לײבס בריװ, װאָס זי האָט אַרױסגעגעבן אין 1980: „מאַני לײב פֿלעגט זיך אײַלן פֿון דער אַרבעט אין שלומס קאַפֿע און ס׳האָבן שױן דאָרט געװאַרט אױף אים זײַנע חבֿרים, כּדי צוזאַמען זאָלן זײ אױסאַרבעטן זײערע ליטעראַרישע פּלענער און פּראָיעקטן, אַרױסהעלפֿן חבֿרים פּאָעטן אַרױסגעבן זײערע װערק און טאַקע אױך הערן װעגן די לעצטע לידער זײַנע, װאָס זײַנען דערשינען זונטיק אין ‘פֿאָרװערטס’ און אין אַנדערער צײַטשריפֿטן. אױך איך פֿלעג קומען אַהין און מיר פֿלעגן זיך דאָרט טרעפֿן.”

מען האָט אױך געפֿירט לינקע ליבעס, צומאָל מיט מער װי אײן פֿרױ אָדער מאַן אײנצײַטיק. אַזאַ פֿירונג איז געװען אַ מין פּראָטעסט פֿונעם יונגן דור אימיגראַנטן קעגן דער אַלטמאָדישער ייִדישקײט פֿון זײערע עלטערן. די שטאָט ניו־יאָרק האָט טאַקע געשאַפֿן נײַע מעגלעכקײטן פֿאַר פֿרײַע באַציִונגען צװישן מענער און פֿרױען. די בריקן צװישן ברוקלין און מאַנהעטן, שמאָלע גאַסן און ברײטע עװעניוס, רעסטאָראַנען און פּריװאַטע דירות, װי אױך די װאַקאַציע־האָטעלן, פֿערמעס און װעלדער אין די קעטסקיל־בערג שפּילן אַ װיכטיקע ראָלע אין דער אַנטװיקלונג פֿונעם סיפּור־המעשׂה פֿונעם ראָמאַן.

די איבערזעצערינס באַמערקן אין דער הקדמה׃ „כאָטש דער ראָמאַן איז פֿאַרעפֿנטעלעכט געװאָרן אין ייִדיש העכער װי פֿופֿציק יאָר נאָך די באַשריבענע געשעענישן, לײענט ער זיך כּאילו ער איז אָנגעשריבן געװאָרן בשעת די האַנדלונג איז פֿאָרגעקומען.“ װעפּרינסקיס זכּרון האָט אָפּגעהיט ניט נאָר די פּרטים פֿונעם אַמאָליקן באָהעמישן שטײגער נאָר אױך דעם גײַסט פֿון יענער תּקופֿה, װען „די יונגע“ זײַנען טאַקע געװען יונג און פֿול מיט שעפֿערישע כּוחות.

אײַזלאַנד האַלט, אַז דער ערשטער, ראָמאַנטישער פּעריאָד אין מאַני לײבס דיכטונג, איז געקומען צום סוף, דװקא אַרום דער צײַט פֿון זײַן באַגעגעניש מיט ראַשעל. באַלד נאָך דעם האָט זיך אָנגעהױבן די צװײטע תּקופֿה: „די הױפּט־כאַראַקטעריסטיק פֿון מאַני לײבס ערשטער דיכטערישער תּקופֿה איז נעפּל. אַלץ איז אין איר פֿאַרנעפּלט. די שטימונג איז פֿאַרנעפּלט, די איבערלעבונג פֿון װעלכער זי װאַקסט אַרױס איז פֿאַרנעפּלט. […] די סיבה פֿון דער דאָזיקער פֿאַרנעפּלטקײט האָט זיך, לױט מײַן מײנונג, גענומען הױפּטזעכלעך פֿון דעם, װאָס ער אַלײן האָט […] מורא געהאַט צו דערגרונטעװען זיך צו זײַנע עמאָציעס. די הױפּט־כאַראַקטעריסטיק פֿון זײַן צװײטן פּעריאָד איז זוניקײט און קלאָרקײט.“

עס איז אַװדאי ניט מער װי אַ השערה, אַז די דראַמאַטישע און שטורעמדיקע ליבע־אַפֿערע מיט ראַשעל האָט געגעבן אַ שטױס פֿאַרן אַרױסברענגען מאַני לײבס דיכטונג פֿון נעפּל צו קלאָרקײט. אָבער עס איז ניטאָ קײן ספֿק, אַז די דאָזיקע שטאַרקע איבערלעבונגען האָבן איבערגעלאָזט אַ טיפֿן רושם אױף בײדע נשמות זײערע. װעפּרינסקי האָט אָפּגעהיט דעם דאָזיקן רושם איר גאַנץ לעבן און האָט געפֿונען פֿאַר אים אַ פֿרישן קינסטלערישן אױסדרוק אין איר ראָמאַן.

דער בעסטער אופֿן אָפּצושאַצן די שײנקײט און פֿרישקײט פֿונעם ראָמאַן איז צו לײענען אים אין אײנעם מיט מאַני לײבס לידער. און די הײַנטיקע צײַט איז אַן עת־רצון פֿאַר װענדן זיך צו דער ירושה פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדיש־ליטעראַטור, װען אָרעמע ייִדישע אַרבעטער האָבן באַזונגען אין זײערע לידער פֿרײַהײט, ליבע און שײנקײט פֿון דער װעלט — אױף צו להכעיס די ביטערע אומשטאַנדן פֿון זײער טאָגטעגלעכן לעבן.

Dive In

Explore

Most Popular

In Case You Missed It

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.