אַ היסטאָרישע פֿאָטאָ וואָס פֿאַרקערפּערט די כּלי־זמר באַנײַונגA historic photo that encapsulates the klezmer revival
אין 2007 האָט דער מוזיקער יעל סטראָם פֿאַרזאַמלט די גדולים פֿון ביידע דורות לטובֿת אַ פֿאָטאָ אינעם איסט סײַד.

Photo by Leo Sorel
Sign up for the Yiddish Brief, a newsletter in English about what’s happening in the Yiddish world today, brought to you weekly by our Forverts editor Rukhl Schaechter.
דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.
מיט 18 יאָר צוריק, דעם 12טן אָקטאָבער 2007, האָט מען פֿאַראײביקט אין אַ פֿאָטאָגראַפֿיע אַן אייגנאַרטיקן מאָמענט אין דער געשיכטע פֿון כּלי־זמר־מוזיק.
די 106 כּלי־זמרים װאָס האָבן פּאָזירט פֿאַר דער פֿאָטאָ אױף די טרעפּ פֿון דער עלדרידזש־סטריט שיל אינעם איסט־סײַד פֿון ניו־יאָרק, זענען געװען די סאַמע בעסטע אין די פֿאַראײניקעטע שטאַטן. צװישן זײ האָבן זיך געפֿונען די פֿאַרלײגערס פֿון דער כּלי־זמר באַנײַונג פֿון די 1970ער און 1980ער יאָרן, אַרײַנגערעכנט טעאָדאָר ביקעל, עלײן האָפֿמאַן װאַץ, בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן און רײ מוזיקער.
ייִנגערע מוזיקערס, די אָנפֿירערס פֿון אַ נײַעם דור כּלי־זמר־מוזיק, האָבן אױך אָנטײל גענומען אין דער פֿאָטאָ-סעסיע — אַ מאָל שטײענדיק בײַנאַנד מיט זײערע לערערס. אַזאַ גרופּע, װאָס באַשטײט פֿון די פֿײַנסטע אַמעריקאַנער כּלי־זמרים פֿון פֿאַרשײדענע דורות, האָט זיך קײן מאָל פֿריִער נישט צונױפֿגעקליבן.
יעל סטראָם — אַ פֿידלער, קאָמפּאָזיטאָר, פֿאָרשער און שרײַבער — איז דער װאָס האָט זיך דערטראַכט צו דער פֿאָטאָגראַפֿיע. ער האָט זיך אינספּירירט פֿון דער פֿאָטאָגראַפֿיע „אַן אױסערגעװײנלעכער טאָג אין האַרלעם“, אַראָפּגענומען פֿונעם מוזיק־פֿאָטאָגראַף אַרט קיין אין 1958, אין וועלכער אַ גרופּע באַרימטע דזשעז־מוזיקערס שטייען און זיצן אױף די טרעפּ אין האַרלעם.
אַזוי ווי קיין, האָט סטראָם פֿאַרזאַמלט אַ די גרעסטע כּלי־זמרים אין אַמעריקע לטובֿת אַ פֿאָטאָגראַפֿיע אױף דער איסט־סײַד. די פֿאָטאָ, גענומען פֿונעם ייִדישן פֿאָטאָגראַף ליאָ סאָרעל, האָט סטראָם באַצייכנט ווי „אַן אױסערגעװײנלעכער טאָג אױף עלדרידזש סטריט“.
כּדי צו שאַפֿן אַ היסטאָרישע פֿאַרבינדונג מיט קיינס בילד האָט סטראָם באַשלאָסן, אַז די כּלי־זמרים זאָלן אויך פּאָזירן אױף די טרעפּ. דאָס אידעאַל אָרט איז געװען די ברײטע טרעפּ פֿאַר דער עלדרידזש־סטריט שיל, װאָס איז די ערשטע גרױסע שיל אױסגעבױט פֿון ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן אױף דער איסט־סײַד. אין 2007 האָט די שיל, נאָך אַ פֿולשטענדיקן רעמאָנט, נאָר װאָס געעפֿנט די טירן אױף ס׳נײַ. סטראָמס פֿאָטאָ װאָלט דעריבער אָנערקענט סײַ די כּלי־זמר־מוזיק סײַ דאָס ייִדישע לעבן אױף דער איסט־סײַד — װוּ כּלי־זמר האָט שױן לאַנגע יאָרן געבליט.
דאָס אָרגאַניזירן אַזאַ פֿאָטאָ־סעסיע איז נישט געװען גרינג. „איך האָב געשיקט אַ היפּש ביסל בליצבריװ“, האָט סטראָם מיר דערצײלט. „עס האָט מיך שטאַרק געפֿרײט אַז 98% פֿון די פֿאַרבעטענע האָבן מסכּים געװען צו קומען, אַרײַננעמענדיק ביקעל, שעכטער־גאָטעסמאַן און מוזיקער, װאָס זענען שוין געװען אין די אַכציקער. האָפֿמאַן װאַץ איז געװען איבער 70. זײ האָבן פֿאַרשטאַנען די וויכטיקייט פֿון דער געלעגנהייט.“
װען דער טאָג איז אָנגעקומען איז דער װעטער געװען אַ שײנער, און די לופֿט אַרום דער גרופּע פֿאַרזאַמלט אױף די שילטרעפּ האָט געקנאַקט מיט ענערגיע. די פֿריילעכע שטימונג קען מען דערפֿילן אינעם דאָזיקן װידעאָ פֿון דער פֿאָטאָ־סעסיע. מע זעט למשל ווי סטראָם טראָגט אַ רױט העמד אין דער פֿאָדערגרונט. דערנאָכדעם האָבן די מוזיקערס מאַרשירט דורך די געפּאַקטע גאַסן פֿון דער איסט־סײַד, זינגנדיק און שפּילנדיק אױף זייערע אינסטרומענטן. ביקעל האָט פֿאַרן עולם געזונגען „טום באַלאַלײַקע“ אױף ייִדיש, װאָס איז רעקאָרדירט געװאָרן אױף װידעאָ. סטראָם האָט אים אַקאָמפּאַנירט אױפֿן פֿידל, בעת מענטשן האָבן זיך געשטופּט אַרום זײ און מיטגעזונגען.
במשך פֿונעם טאָג האָט די גרופּע אָפּגעגעבן קאָנצערטן אין סואַרד פּאַרק אױף דער איסט־סײַד, אױפֿן קאַמפּוס פֿון ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט און בײַ סימפֿאָני ספּײס אויפֿן „אָפּער װעסט־סײַד“. שעהען לאַנג האָט מען זיך געפֿרײט מיט כּלי־זמר־מוזיק אַרום דער שטאָט.
„כּלי־זמר האָט זיך געענדערט זינט דעם דאָזיקן טאָג אין 2007“, האָט סטראָם געזאָגט. „דער ייִנגערער דור איז הײַנט אַ סך מער אינטערנאַציאָנאַל, און װײניקער פֿאַרבונדן מיט ניו־יאָרק. הײַנט זענען די קלאַנגען היבריד, מיט השפּעות פֿון פֿאַרשײדנאַרטיקע מינים מוזיק. 2007 איז געװען דער איבערגאַנג־מאָמענט… די פֿאָטאָ מערקט טאַקע אָפּ סײַ דעם סוף פֿון אײן עפּאָכע סײַ דעם אָנהײב פֿון דער קומעדיקער.“
פֿון דער פֿאָטאָגראַפֿיע האָט מען גלײַך נאָך דעם געמאַכט אַ פּלאַקאַט, װאָס הענגט עד־היום בײַ סטראָמען אין דער הײם. „יעדן טאָג קוק איך אױף דעם,“ האָט ער געזאָגט, „איך טראַכט װעגן די מוזיקערס װאָס זענען אַװעק פֿון דער װעלט, װי אױך די װאָס האָבן הײַנט הצלחהדיקע קאַריערעס. הלװאַי זאָל ׳אַן אױסערגעװײנלעכער טאָג אױף עלדרידזש סטריט׳ אָנהײבן אַ טראַדיציע. ס׳וואָלט טאַקע געווען שיין ווען מע נעמט אַראָפּ אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם נײַעם דור כּלי־זמרים.“