לזכר דעם שטילן העלד פֿון נעפּאַל, ביפּין דזשאָשיIn memory of the quiet hero from Nepal, Bipin Joshi
אויף די מאַניפֿעסטאַציעס דערמאָנט מען לרובֿ נישט זײַן אַקט פֿון מענטשלעכקייט און זײַן אוממענטשלעכן סוף.

אַ פּאָרטרעט פֿון ביפּין דזשאָשי בעת דער הזכּרה־צערעמאָניע לעבן דעם פֿליפֿעלד אין בן־גוריון פֿליפֿעלד, איידער מע האָט געבראַכט זײַן אָרון קיין נעפּאַל, דעם 19טן אָקטאָבער Photo by Miriam Trinh
זונטיק, דעם 19טן אָקטאָבער 2025, צוויי יאָר און כּמעט צוויי וואָכן נאָכן בלוטיקן זיבעטן אָקטאָבער האָבן מיר זיך געזעגנט בײַם בן־גוריון־פֿליפֿעלד אין ישׂראל, מיט ביפּין דזשאָשי.
ווער איז ביפּין דזשאָשי?
אפֿשר געדענקט איר ביפּין דזשאָשין?
איר ווייסט נישט, ווער ער איז?
ביפּין דזשאָשי איז געווען אַ 23־יאָריקער נעפּאַלער יונגערמאַן, ווען ער איז געקומען קיין ישׂראל אין סעפּטעמבער 2023 מיט אַ גרופּע נעפּאַלער יונגע־לײַט. זיי האָבן זיך באַזעצט אויף אַ צײַט אין דעם קיבוץ עלומים [אַלומים], אַ צען קילאָמעטער פֿון עזה. דאָרט האָט ער געאַרבעט אין די פֿעלדער. נאָך שׂימחת־תּורה האָט ער געדאַרפֿט אָנהייבן זײַנע אַקאַדעמישע לימודים אין באר־שבֿע־אוניווערסיטעט, אין דעם תּחום פֿון אַגריקולטור.
דעם טאָג פֿון שׂימחת־תּורה איז ביפּין דזשאָשי מיט זײַנע נעפּאַלער פֿרײַנד אַטאַקירט געוואָרן, ווי אַלע אײַנוווינער פֿון די ייִשובֿים אין דער עזה־געגנט. ווי אַלע האָט ער געפּרוּווט אַנטלויפֿן, זיך שיצן, וואַרטן אויף הילף. להיפּוך אָבער צו די ישׂראלים, האָט ער נישט געקענט די שפּראַך פֿון לאַנד און נישט די שפּראַך פֿון פֿײַנד. ער האָט אויך קוים פֿאַרשטאַנען די אומשטאַנדן אין וועלכע דער אַטאַק איז פֿאָרגעקומען.
ער איז בכלל נישט געווען קיין צד אין דעם סכסוך.
זיצנדיק אין איינעם פֿון די קליינע בונקערס בײַ די גאַסן, איז ער ערשט באַשאָסן געוואָרן פֿון אַראַבישע טעראָריסטן, האָט צוגעזען ווי עטלעכע פֿון זײַנע פֿרײַנד ווערן געטראָפֿן, גוססן. דערנאָך, אַז די טעראָריסטן האָבן זיך ווײַטער איזדיעקעוועט איבער די וואָס נאָך בײַם לעבן און זיי אָנגעהויבן באַוואַרפֿן מיט האַנטגראַנאַטן — האָט ער געפּרוּווט כאַפּן און צוריקוואַרפֿן. אַזוי האָט ער געראַטעוועט עטלעכע פֿרײַנד.
ביפּין דזשאָשי איז אַ שטילער העלד וואָס האָט געטאָן מיט שטילער גבֿורה און וואָס די וועלט איז אים לרובֿ מזכּה מיט שטיל פֿאַרשווײַגן. אויף די גרויסע מאַניפֿעסטאַציעס איבער דער וועלט לטובֿת מענטשלעכקייט שרײַט מען לרובֿ נישט זײַן נאָמען; דערציילט מען לרובֿ נישט זײַן מעשׂה; דערמאָנט מען לרובֿ נישט זײַן אַקט פֿון מענטשלעכקייט און נישט זײַן אוממענטשלעכן סוף.
ביפּין דזשאָשי איז נישט אומגעברענגט געוואָרן דעם 7טן אָקטאָבער 2023.
ער איז אויך נישט געראַטעוועט געוואָרן דעם 7טן אָקטאָבער 2023.
ער איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן דעם 7טן אָקטאָבער 2023 קיין עזה.
דעם זעלביקן טאָג נאָך האָט אַ קאַמערע אין דעם שיפֿאַ־שפּיטאָל אין עזה רעקאָרדירט אים, אַ לעבעדיקן, בשעת ער ווערט געשלעפּט פֿון אַ פּאָר עזהער.
מיט צוויי יאָר שפּעטער, אין אָקטאָבער 2025, האָט די ברייטע עפֿנטלעכקייט זיך דערוווּסט וועגן אַ פֿילמעלע, וואָס די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט געפֿונען אין עזה. אין דעם פֿילמעלע זעט מען ביפּין דזשאָשין אַ רעלאַטיוו געזונטן. דאָס פֿילמעלע האָבן זײַנע פֿאַרכאַפּער און שומרים געמאַכט משמעות אין נאָוועמבער 2023.
מיר ווייסן, אַז ביפּין דזשאָשי האָט געלעבט אין עזה לכל־הפּחות אַ חודש צײַט. אַ רעלאַטיוו געזונטער. נאָר ווי געזונט קען אַ פֿאַרכאַפּטער אין עזה זײַן?
די וואָס האָבן באַוויזן איבערצולעבן און זײַנען צוריקגעקומען — זײַנען אפֿשר נישט צוריק קיין געזונטע, זיכער נישט קיין לחלוטין געזונטע — אָבער דער פֿאַקט אַז זיי זײַנען נישט צוריק קיין משוגענע איז אַ גבֿורה פֿאַר זיך. שטילע העלדן.
פֿאַר וואָס שרײַט מען אויף די מאַניפֿעסטאַציעס איבער דער וועלט לטובֿת מענטשלעכקייט, לרובֿ נישט וועגן דער אָ אוממענטשלעכער, אויפֿגעצוווּנגענער גבֿורה? נישט גענוג. אַ שטילערהייט פֿאַרשוויגענע גבֿורה.
ביפּין דזשאָשי איז צוריק. ער האָט אָבער נישט איבערגעלעבט. דעם 14טן אָקטאָבער 2025 איז אַ טויטער גוף וואָס דער כאַמאַס האָט אומגעקערט אידענטיפֿיצירט געוואָרן ווי זײַנער. ביפּין דזשאָשי איז פֿאַרכאַפּט און דערמאָרדעט געוואָרן אין עזה דורך עזהער.
זײַן משפּחה, וואָס האָט לעצטן זונטיק מקבל־פּנים געווען זײַן אָרון אין נעפּאַל, אַריבערגעפֿירט דעם זעלביקן טאָג פֿון ישׂראל, האָט, ווי המונים אין ישׂראל, געהאָפֿט ביז דער לעצטער רגע אויף אַ בעסערן סוף. זי האָט געהאָפֿט, אים אַרומצונעמען אַ לעבעדיקן — נישט אים אויפֿצונעמען אַ דערהרגעטן.
זײַן משפּחה צוזאַמען מיט המונים קרובֿים, פֿרײַנד און באַקאַנטע האָט אים אָפּגעגעבן דעם לעצטן כּבֿוד פֿאַרברענענדיק זײַן קערפּער לויטן הינדו־מינהג נאָענט צו אַ טײַך. דאָס געוויין האָט געגעבן אַ ריס אין הימל, ווי טיף עס איז געווען דער ריס אין זייערע הערצער. זײַן משפּחה האָט נישט באמת פֿאַרשטאַנען דעם סכסוך צוליב וועלכן זייער זון איז געפֿאַלן אַ קרבן.

זײַן משפּחה — ווי ער גופֿא — איז נישט געווען קיין צד אין דעם סכסוך. די פֿאַרכאַפּער האָבן געוווּסט. זיי האָבן גערצחנט לשם רציחה. פֿאַר וואָס שרײַט די וועלט לרובֿ נישט וועגן דעם?
פֿאַר וואָס באַשרײַט די וועלט לרובֿ נישט אַזאַ קרבן? דעם קרבן ביפּין דזשאָשי. פֿאַר וואָס קען די וועלט לרובֿ נישט ביפּין דזשאָשין?
זונטיק, דעם 19טן אָקטאָבער 2025, צוויי יאָר און כּמעט צוויי וואָכן נאָכן בלוטיקן זיבעטן אָקטאָבער, האָבן מיר זיך מיט אים געזעגנט אין אַ ישׂראלדיק־נעפּאַלישער צערעמאָניע מיט מלוכישע פֿאַרטרעטער, דיפּלאָמאַטן, קיבוץ־מיטגלידער, אַקאַדעמישע רעפּרעזענטאַנטן, פֿרײַנד און באַקאַנטע אי פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט אי פֿון דער נעפּאַלער קהילה אין ישׂראל. מען האָט אים באַדאַנקט פֿאַר זײַן איבערגעגעבענער אַרבעט אין קיבוץ, דערמאָנט זײַן חלום זיך צו לערנען אין דער פֿרעמד כּדי זיך אומצוקערן איין טאָג מיט נײַעם וויסן און בײַצושטײַערן פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון זײַן אייגן לאַנד, אָפּגעשאַצט זײַן פֿריילעך־גוטמוטיקן כאַראַקטער און געדענקט אין זײַן שטילער גבֿורה.
די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען אונטער אַ הייסער אָקטאָבער־זון, ענלעך צו דער וואָס האָט באַשײַנט די לעצטע רגעס פֿון זײַן פֿרײַהייט, ענלעך צו דער אונטער וועלכער כאַמאַס־אָנהענגער האָבן צוגערויבט בגוואַלד און מיט רציחה זײַן פֿרײַהייט.
אויף אַ פּלעצל בײַם פֿליפֿעלד פֿון וועלכן ער איז אָפּגעפֿלויגן אַהיים, איז געשטאַנען ביפּין דזשאָשיס אָרון. דעם אָרון האָט מען באַדעקט מיט בילדער, בלומען און בריוולעך. איבערן אָרון האָט דער פֿאָרשטייער פֿון דעם ראַיאָן אין וועלכן עס געפֿינט זיך קיבוץ עלומים, אויסגעשפּרייט לויטן נעפּאַלער מינהג אַ ווײַסן, זײַדענעם שאַל. בײַ אַ באַזונדער טישל האָט דער עולם נאָך די הספּדים געקענט אָנצינדן נשמה־ליכטלעך צו זײַן אָנדענק.
אַן עולם — נישט קליין, כאָטש אָן נעפּאַלער קרובֿים.
די רעדעס זײַנען געווען אויף ענגליש און העברעיִש, בכּבֿודיק, מענטשלעך. איידל. נישט פּאָליטיש. די צערעמאָניע האָט געדויערט אַן אָנדערהאַלבן שעה און זיך געענדיקט אָפֿיציעל מיט צוויי הימענס נאָך אַנאַנד, פֿאַרפֿלאָכטן ווי דער צופֿעליק־בשותּפֿותדיקער גורל פֿון די צוויי פֿעלקער און לענדער: ישׂראל און נעפּאַל.

דאָס לעצטע בילד אין מײַן זכּרון: אַ ייִד מיט לאַנגע פּאות וואָס פֿירט אַוועק דעם אָרון צו אַן אויטאָ.
די לעצטע קלאַנגען אין מײַן אויער: דער פּליוך פֿון געוויין פֿון נעפּאַלער פֿרויען, קלאָגערינס;
די האָפֿענונג פֿון איין הימען און די טאַנצנדיקע טענער פֿון דעם צווייטן.
אַזוי האָבן מיר אים אָפּגעגעבן דאָ אין ישׂראל דעם לעצטן כּבֿוד.
ביפּין דזשאָשי — אַ שטילער העלד, אַן אומבאַשריגענער קרבן.
לאָמיר אים געדענקען — אַ מענטש, גערצחנט אין עזה דורך עזהער, אָן קיין שום זינען און אָן קיין שום באַרעכטיקונג, לשם הריגה.