צי זאָל איך ווערן אַ ראַבינער?So should I become a rabbi?
אַן אַקאַדעמיקער באַשרײַבט זײַן איבערלעבונג אויף אַ רעטריט פֿאָקוסירט אויפֿן אינספּירירן ייִדן צו ווערן גײַסטיקע פֿירער.

בײַם סיום פֿונעם רעטריט, דעם 21סטן אָקטאָבער, אין די קאַטסקיל־בערג Photo by Evan Richter
ווען איך קום אַרײַן אין צימער שטראָמט אַרײַן אַ האַרבסטליכט פֿון די אַרומיקע קאַטסקיל־בערג. די בלעטער אויף די ביימער אַנטפּלעקן זייער פֿילפֿאַרביקייט און דער הימל האָט נאָך נישט באַשלאָסן צי ער איז כמאַרנע, צי בלוי.
אין הינטערגרונט הערט זיך דער מעלאָדישער רעפֿרען פֿון אַ ליד: „קער זיך אום, קער זיך אום.“ אויף יעדן בענקל הענגט אַ קאַרטל מיט אַ נאָמען. איך געפֿין מײַנס. אַרום מיר זע איך ווי די ראַבײַס און ראַבינער־סטודענטן מיט וועמען איך האָב פֿאַרבראַכט די לעצטע צוויי טעג שטעלן זיך אין אַ קרײַז אַרום אונדזער גרופּע פֿון 30 מענטשן.
„עפֿנט דעם זאַק אויף אײַער בענקל,“ זאָגט דער מדריך. אינעווייניק ליגט אַ טלית. יעדער פֿון אונדז מורמלט די ברכה און טוט אים אָן. איך צי מײַן נײַעם טלית איבערן קאָפּ. דאָס געוואַנט רירט זיך צערטלעך איבער מײַן נאַקן און איך קלער, צי דער טלית וואָס איך האָב באַקומען בײַם ווערן אַ בר־מיצווה געפֿינט זיך נאָך בײַ טאַטע־מאַמע אין שטוב אין לאָס־אַנדזשעלעס.
„עפֿנט דעם קאָנווערט,“ זאָגט ווײַטער דער מדריך. אינעווייניק ליגט אַ בריוו פֿון דער ראַבינערטע, וואָס האָט מיך רעקאָמענדירט פֿאַר דעם רעטריט. זי שרײַבט אַז מײַן אַרבעט אין ייִדישער דערציִונג האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף מײַנע סטודענטן און אַז איך וואָלט געקענט זײַן אַ געראָטענער ראַבינער. עס רירט מיך צו זען ווי זי גלייבט אין מיר. עס שטייען מיר אַזש טרערן אין די אויגן.
גלײַכצײַטיק טראַכט איך זיך: „אָבער איז דאָס נישט אַלץ אַ ביסל איבערגעטריבן?“ אפֿשר יאָ. פֿון דעסט וועגן ווירקט עס אויף מיר. איך פֿיל זיך אַ ביסל אַנטפּלעקט, דאַנקבאַר, אומזיכער, ווי איך וואָלט געשטאַנען אויפֿן שוועל פֿון עפּעס נײַס. „איז דאָס אַ צווייטע בר־מיצווה צערעמאָניע?“ קלער איך. אויב יאָ בין איך איצט אָבער ווײַט פֿון יענעם 13־יאָריקן ייִנגל. אַ דערוואַקסענער, מיט לעבן־דערפֿאַרונג, מער אַחריותן און אַ מער קאָמפּליצירטן צוגאַנג צו ייִדישקייט און צו זיך אַליין.
דערנאָך שטייט ווײַטער: „אינעם פּעקל אויף דײַן בענקל וועסטו געפֿינען אַ שפּיגעלע. האַלט אים פֿאַרן פּנים. קוק זיך אָן און שטעל זיך פֿאָר וואָס פֿאַר אַ מין ראַבינער דו וואָלטסט געקענט זײַן.“ אַ לאַנגע צײַט קוק איך זיך אָן, טראָגנדיק אַ טלית וואָס האָט נאָך דעם ריח פֿון פֿרישער סחורה. מײַן אָפּשפּיגלונג שאָקירט מיך אַ ביסל און, ווי אַ מין ייִדישער נאַרציז, בין איך אַ ביסל פֿאַרכּישופֿט דערפֿון.
ס׳איז שווער צו באַשרײַבן דאָס געמיש פֿון געפֿילן אין יענעם מאָמענט: באַגײַסטערונג וועגן די מעגלעכקייטן פֿון מאָרגן; דאַנקבאַרקייט פֿאַר דעם וואָס מע שאַצט מיך דאָ אָפּ; חרטה פֿאַר די דרכים וואָס איך האָב נישט אויסגעקליבן און אַ חידוש וועגן דעם וואָס קאָן נאָך פּאַסירן. אָט אַזאַ מאַגישער מאָמענט איז טאַקע דער ציל פֿון אָט דעם רעטריט: נישט גלײַך צו ווערבירן נײַע ראַבינער, נאָר צו געבן מענטשן ווי מיר אַ געלעגנהייט צו קענען זיך פֿאָרשטעלן אין אַזאַ פּאָזיציע.
די אונטערנעמונג הייסט דער „ראַוו“ רעטריט („ראַוו“ באַטײַט די ראָשי־תּיבֿות פֿון Rabbinic Accelerator Venture, די איניציאַטיוו אַרײַנצוברענגען ראַבינער) — אַ דרײַטאָגיע פֿאַרזאַמלונג וואָס באַמיט זיך אָנצוצינדן אַן אינטערעס צום ווערן אַ ראַבינער, בײַ ייִדן וואָס האָבן דאָס אפֿשר קיין מאָל נישט באַטראַכט.
דער רעטריט איז געשטיצט געוואָרן פֿון „מעם גלאָבאַל“ — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס פּרוּוט איבערצוצײַגן יונגע ייִדן צו פֿירן אַ מער אַקטיוו ייִדיש לעבן, לויט זײערע אייגענע אינטערעסן.
במשך פֿון די צוויי טעג האָט מען געלערנט תּורה צוזאַמען, געהערט דיסקוסיעס, זיך באַטייליקט אין לעבעדיקע געניטונגען, אַפֿילו אַ „טעלעוויזיע־שפּיל“. מיר האָבן געהערט לעקציעס אויף די טעמעס, „וואָס טוט אַ ראַבײַ?“ און „פֿאַר וואָס איך וואָלט געקאָנט זײַן אַן אידעאַלער ראַבײַ.“
„מעם גלאָבאַל“ איז נישט פֿאַרבונדן מיט קיין ראַבינער־סעמינאַר און האָט נישט געהאַט קיין אינסטיטוציאָנעלע אינטערעסן אין ווערבירן אונדז. די אָרגאַניזאַציע האָט פּשוט געשאַפֿן אַן אָרט פֿאַר ייִדן וואָס וואָלטן אפֿשר באַטראַכט זיך צו לערנען אויף ראַבינער, כּדי צו שטעלן ערנסטע שאלות וועגן אונדזער לעבן און וועגן דער פּראָפֿעסיע בכלל. דער עיקר איז נישט געווען „וווּהין זאָל איך גיין?”, נאָר גיכער פֿאַר וואָס צו גיין אַהין, אָדער צי ס׳איז כּדאַי צו גיין בכלל.
איך אַליין בין אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אין הײַדלבערג, דײַטשלאַנד. כ’בין נישט קיין אָפּגעהיטער ייִד. כאָטש איך עס נישט קיין חזיר היט איך נישט קיין כּשרע שטוב. איך האָב ליב צו דאַווענען אין שיל פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אָבער מײַן דאַווענען איז נישט אויסגעהאַלטן. שוין יאָרן לאַנג וואָס איך לערן מיט סטודענטן און אויך מיט זיך אַליין פֿאַרשידענע רעליגיעזע טעקסטן. אָבער אָפֿט מאָל איז דאָס פֿון אַ קריטיש קוקווינקל. איך האָב ליב די טיפֿקייט פֿון דער ייִדישער רעליגיעזער ירושה, איר לשון און די ייִדישע קולטור בכלל, אָבער איך בין נישט זיכער אַז איך וויל, אַז אַנדערע זאָלן מיך זען ווי איינער וואָס פּאַסט זיך אַרײַן אינעם מוסטער פֿון אַ „רעליגיעזן“ ייִד.
אפֿשר דערפֿאַר, ווען איך קוק אַרײַן אין שפּיגל, האָט די פֿראַגע געפֿילט ווי אַ זאַך וואָס איך האָב שטילערהייט געקלערט יאָרן לאַנג. ס׳איז זעלטן וואָס עמעצער בעט דיך דירעקט, זאָלסט זיך פֿאָרשטעלן ווי אַ ראַבינער. שוין לאַנג וואָס מײַן באַציִונג צו ייִדישקייט איז אַן אינטעלעקטועלע, אַ פּראָפֿעסיאָנעלע, אַ ליטעראַרישע, אַן עמאָציאָנעלע און פֿון צײַט צו צײַט — אַ גײַסטיקע. און איצט האָט מען מיך געבעטן פֿלעכטן די פֿעדעמער פֿון דעם וואָס איך בין און וואָס איך טו אויף אַ נײַעם אופֿן.
אַנדערע באַטייליקטע האָבן באַמערקט ווי דער רעטריט האָט זיי געהאָלפֿן באַטראַכטן אַ צוקונפֿט ווי אַ ראַבינער און האָט זיי געגעבן אַ געפֿיל אַז זיי גייען אַלע אויף אַן ענלעכן דרך.
„ס׳איז מער נישט סתּם אַן אַבסטראַקטער באַגריף, נאָר גיכער עפּעס רעאַליסטישס, עפּעס וואָס קאָן טאַקע מקוים ווערן,“ האָט איינער געזאָגט.
„ביז איצט — האָט אַ צווייטער געזאָגט — איז מײַן חלום צו ווערן אַ ראַבינער געווען אַן איינזאַמע גײַסטיקע רײַזע. עטלעכע רבנים און מײַן פֿרוי האָבן מיך טאַקע געמוטיקט אין דעם, אָבער דאָ, צום ערשטן מאָל, האָב איך געפֿילט אַן עמציאָנעלע שטיצע פֿון אַנדערע וואָס קלערן די זעלבע זאַך וואָס איך.“
מיר איז ספּעציעל געפֿעלן וואָס איין באַטייליקטער, שלמה, האָט געזאָגט וועגן זײַן אייגענעם גײַסטיקן איבערגאַנג. אַנשטאָט זיך צו מאָדעלירן אויפֿן מוסטער פֿון אַבֿרהם אָבֿינו, וואָס האָט געהערט אַ קול פֿון שמיים און עס געפֿאָלגט, האָט ער אַליין זיך געפֿילט באַקוועמער מיטן מוסטער פֿון משה רבינו, וואָס קומט אַראָפּ פֿון באַרג סיני און ברענגט די תּורה צום ייִדישן פֿאָלק. מיט אַנדערע ווערטער, אַ ראַבינער ווערט מען הײַנט ווייניקער צוליב אַ גײַסטיקער אַנטפּלעקונג, און גיכער צוליב דער קהילה, דורך זײַנע באַציִונגען מיט אַנדערע ייִדן.
שלמהס ווערטער זענען מיר נאָכגעגאַנגען, בפֿרט צוליב די ווערטער פֿון משה רבינו, וואָס איך געדענק נאָך פֿון מײַן בר־מיצווה פּרשה, „ניצבֿים“:
דאָסדאָזיקע געבאָט וואָס איך געביט דיר הײַנט, דאָס איז ניט פֿאַרהוילן פֿון דיר, און דאָס איז ניט צו ווײַט. ניט אויפֿן הימל איז דאָס, אַז דו זאָלסט זאָגן: ווער וועט אונדז אַרויפֿגיין אויפֿן הימל און עס נעמען פֿאַר אונדז, און עס אונדז לאָזן הערן, כּדי מיר זאָלן עס טאָן? (איבערזעצונג פֿון יהואש)
זיצנדיק מיטן צונויפֿגעלייגטן טלית אין שויס, האָב איך געקלערט וועגן די ווערטער. דער פּסוק פֿון דבֿרים באַשרײַבט די תּורה ווי אַ צוטריטלעכע זאַך, נישט עפּעס ווײַטס אָדער מיסטישס. דער רעטריט האָט פֿאַרבונדן אָט דעם געדאַנק מיט דער ראַבינערשאַפֿט אַליין: אַז דאָס ווערן אַ ראַבינער איז אַ מעגלעכער, צוטריטלעכער דרך פֿאַר ייִדן, וואָס זאָרגן זיך וועגן דער ייִדישער און מענטשישער צוקונפֿט.
הגם איך בין אַוועק פֿון די קאַטסקילס אָן אַן אָננעמבריוו פֿון אַ ראַבינער־שול, האָב איך יאָ מיטגענומען עפּעס וואָס איך האָב זיך אויף דעם נישט געריכט — אַ נײַעם טלית און אַ דערמאָנונג אַז די מעגלעכקייט פֿון ווערן אַ ראַבינער איז נישט קיין הימלישע זאַך וואָס איז ווײַט פֿון מיר און שווער צום דערגרייכן — נאָר דווקא דאָ, ממש אָנצוטאַפּן.
(איבערגעזעצט פֿון שׂרה־רחל שעכטער)