Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ מוצאי־שבת אין פּאָרטלאַנד, אַ קאַצנשפּרונג פֿונעם „אײַס“־בניןA Saturday night in Portland, very close to the ICE building

שלום בערגער האָט גערעדט סײַ מיט די דעמאָנסטראַנטן קעגן „אײַס“ סײַ מיט די „טראָמפּיסטן“

ס׳איז געווען אַ שטילע נאַכט אין פּאָרטלאַנד, אָרעגאָן. מײַן חבֿר ברונאָ, אַ משפּחה־דאָקטער װאָס אַרבעט אויפֿן געביט פֿון עפֿנטלעכן געזונט פֿאַר דער שטאָט, האָט פּאַרקירט זײַן אױטאָ אין אַ טונקעלער גאַס אַ פּאָר בלאָקן פֿונעם „אײַס“־קאָמפּלעקס.

„אײַס“ זענען די ראשי־תּיבֿות פֿון דער אַמעריקאַנער אימיגראַציע־אַגענטור, וואָס האָט זינט אָקטאָבער 2024 אַרעסטירט מער ווי 185,000 אומדאָקומענטירטע אימיגראַנטן.

„װילסט טראָגן דעם האָן־קאָסטיום?“ האָט ער מיך געפֿרעגט. דאָס ערשטע מאָל אין מײַן לעבן הער איך אַזאַ פֿראַגע. איך זאָג זיך אָפּ, און ער קװעטשט זיך אַרײַן אין דעם אייגנאַרטיקן פֿאַרשטעלעכץ.

אין פּאָרטלאַנד בין איך געפֿאָרן צוליב אַ קאָנפֿערענץ. נישט געקוקט אױף די בויך־סבֿרות פֿון דאָנאַלד טראָמפּ, איז דאָס אַ שײנע שטאָט, פֿול מיט אײגנאַרטיקע װעגעטאַרישע רעסטאָראַנען, מאָדישע שענקען און אַ סך בריקן אַרום אַ בילד־שײנעם טײַך. מע האָט אויך געזען הײמלאָזע אױף די גאַסן אָבער דאָס איז שוין אַ טײל פֿון דער לאַנדשאַפֿט אין כּמעט יעדער גרויסער אַמעריקאַנער שטאָט, אַ סימן פֿון אונדזערע אומגלײַכקײטן.

נאָר צופֿעליק כאַפּט מען זיך אַז נישט אַלץ איז פֿױגלדיק. אָפּשטאַטנדיק אַ װיזיט אין אַ היגער קליניק, האָב איך באַמערקט די באַװוּסטע שילדן, װאָס װאָרנט „אײַס“ נישט אַרײַנצוטרעטן אָן אַ יורידישן באַפֿעל. פֿאַרבײַגײענדיק אױף דער גאַס, הער איך אונטער װי עס רעדט אַ פּאָרל. זי: „איך באָד זיך אין חובֿות. אַפֿשר זאָל איך זיך פֿאַרשרײַבן פֿאַר אַן אײַס־אַגענט, מע זאָל מיר פֿאַרגעבן די חובֿות.“ ענטפֿערט ער אַ שאָקירטער: „רעד נישט אַזעלכע רײד אין דער עפֿנטלעכקײט!“

װי באַװוּסט װערט פּאָרטלאַנד די טעג אָפֿט מאָל דערמאָנט אין די נײַעס, װײַל טראָמפּס אױפֿמערק האָט זיך פֿיקסירט אױף איר, װוּ עס בושעװעט כּלומרשט אַ מלחמה. כאָטש די אײנציקע קריג װאָס איך האָב דאָרט געזען איז געװען דאָס שטופּעניש אין מײַן האָטעלס לאָבי־באַר, האָב איך באַשלאָסן זיך אַריבערצוכאַפּן אין די בלאָקן לעבן „אײַס“־בנין. און דערפֿאַר האָט מײַן חבֿר זיך אָנגעטאָן דעם הון־קאָסטום.

צוליב דעם וואָס איך בין אָנגעקומען אין פּאָרטלאַנד נאָך שבת האָב איך פֿאַרפֿעלט די דעמאָנסטראַציע מיט אַ 100 מענטשן װאָס איז פֿריִער פֿאָרגעקומען, נאָר איך האָב יאָ געזען דעם עולם װאָס זאַמלט זיך דאָרט חדשים לאַנג, און װאָס טראָמפּ װיל באַקעמפֿן מיט דער נאַציאָנאַלער גװאַרדיע.

אַלץ איז געװען גאַנץ פֿרידלעך, כאָטש אַקטיװ. מ׳איז געשטאַנען אין קרײַזלעך, רעדנדיק, אַ מאָל גאַנץ הױך. עטלעכע „יוטובער“ טיפּן האָבן פֿילמירט.

ניק שירלי, אַ 22-יאָריקער װידעאָ־בלאָגער און „קאָנטענט־שאַפֿער“, האָט מיר געזאָגט, „איך בין דאָ צו רעדן מיט מענטשן [אױפֿן אינטערנעט] צו זאָגן זײ װאָס דאָ קומט פֿאָר. אַנטי־פֿאַ און פּראָטעסטירער פֿאַרנעמען די געגנט צו פּראָטעסטירן ׳אײַס׳.“ אַזעלכע פֿילמירערס, אַרומשפּאַנענדיק מיט אַפּאַראַטן אין דער האַנט און מאָבילקעס אױף סעלפֿי־שטעקנס, האָבן געשאַפֿן גיכער אַ מין צירק־געפֿיל, איידער אַן אײַנדרוק פֿון אַ קאָכעדיקן פּראָטעסט.

אַפֿשר אַ פֿופֿציק מענטשן זײַנען געשטאַנען אױף דער גאַס לעבן דעם „אײַס“־בנין יענעם שבת־צו־נאַכט, שרײַענדיק אױף די אַגענטן װאָס האָבן זיך אַװעקגעשטעלט אױפֿן דאַך. טעראָן, אַ 19-יאָריקער, האָט געזאָגט אַז ער איז געקומען כּדי זיך אַקעגנצושטעלן קעגן „אײַס.“ ניקאָל, 22 יאָר, האָט געזאָגט, „מע נעמט אַװעק אונדזערע קאָנסטיטוציאָנעלע רעכט. דערפֿאַר זײַנען מיר דאָ.“

ברי, אַ יונגע, נידעריקע פֿרױ איז געשטאַנען אין מיטן אַ קרײַזל מענטשן, האַלטנדיק פֿעסט אין דער הײך אַ מעקסיקאַנער פֿאָן. „װאָס טוסטו דאָ?“ האָב איך זי אַ פֿרעג געטאָן. „מיר פּראָטעסטירן קעגן דעם ׳אײַס׳־בנין און לאָזן פֿלאַטערן די פֿאָן כּדי אַרױסצוּװײַזן סאָלידאַריטעט מיט אונדזערע מעקסיקאַנער ברידער און שװעסטער, װאָס װערן עטניש גערײניקט.“

אַז אַ פֿרױ, װאָס האָט נישט געװאָלט געבן איר נאָמען, האָט געהערט אַז איך שרײַב פֿאַר אַ ייִדישער צײַטונג, האָט זי האַסטיק אַ פֿרעג געטאָן, „װאָס מײנסטו װעגן עזה? האַלטסטו דאָס פֿאַר אַ גענאָציד?“

אױפֿן װעג צום עולם טראָפּמיסטן (אַ היפּשע צאָל, כאָטש אַ קלענערער װי די לינקע – מיט טראָמפּ־ און אַמעריקאַנער פֿאָנען), האָב איך געטראָפֿן אַ יאַט אָנגעטאָן אין שװאַרץ. „איך װיל גאָר נישט זאָגן, נאָר ס׳איז אַ מזל אַז קײנער איז דאָ נאָך נישט דערהרגעט געװאָרן.“

אַ פּאָליצײ־אױטאָ איז אַדורכגעפֿאָרן. „בלאָקיר נישט די גאַס! זײַט אײדל אײנער צום צװײטן!“ האָט מען געפֿאָלגט. מײַן חבֿר מיטן הון־קאָסטיום האָט געטאַנצט צו דער מוזיק װאָס עמעצער האָט געשפּילט.

אַ פֿאָן־טרעגער צווישן די טראָמפּיסטן האָט מיר באַשריבן זײַנע צילן. „איך בין דאָ צו פֿאַרברענגען, אָנצוקוקן דעם עולם און פֿאַרטײדיקן די פּאַטריאָטן.“

אַ פֿרױ און אַ בחור זענען געשטאַנען אױפֿן ראַנד טראַטואַר. „פֿאַר װאָס זײַט איר דאָ?“ האָב איך אַ פֿרעג געטאָן.

„איך בין אַ שטיצער פֿון די פּאַטריאָטן,“ האָט זי זיך אָפּגערופֿן. „אָנגעקומען בין איך אין פּאָרטלאַנד צו 18 יאָר װי אַ נישט־חתונה־געהאַטע מאַמע. איך האָב געדאַרפֿט שפּעטער פֿאַרלאָזן די שטאָט װײַל איך האָב מער נישט געקענט פֿאָרן מיט דער צופֿאָר־באַן. דראָג־אַדיקטן. ווילדע אומרוען. מע באַגנבֿעט אײנער דעם צװײטן. איך הייס בעט. אָט איז מײַן זון לאָראַן.“

„מעג איך אַראָפּנעמען אײַער בילד?“

„װאָסער צײַטונג, װידער?“

„אַ ייִדישע.“

„אין דעם פֿאַל, דאַרף איך ענדיקן מיט דעם: יעזוס איז דער מלך.“

איך האָב אַ קוק געגעבן אױפֿן האַנטזײגער און זיך געכאַפּט אַז ס׳װערט שפּעטלעך. איבערגעכאַפּט אַן אינדיש־װעגעטאַרישע װעטשערע, זײַנען מיר צוגעפֿאָרן צום פֿליפֿעלד. מײַן חבֿר איז שױן געװאָרן אױס האָן.

כ׳בין אַהײמגעפֿאָרן מיט פּאָרטלאַנדער זכרונות פֿון פֿאָנען און פֿאָטאָגראַפֿן.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.