Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צי איז דאָ אַ צוקונפֿט פֿאַר ייִדיש אין אַנטווערפּן?Is there a future for Yiddish in Antwerp?

די דימענטן־אינדוסטריע איז שוין כּמעט אין גאַנצן אַריבער קיין אינדיע, וווּ די שלײַפֿערס אַרבעטן פֿאַר ביליקער.

פֿון לייזער בורקאָ

איך בין געקומען קיין אַנטווערפּן מיטן ציל צו פֿאָרשן דאָס ייִדיש, וואָס מע רעדט דאָרט, ווײַל אַנטווערפּענער ייִדן האָבן אַ שם, אַז זיי רעדן דאָס בעסטע און דאָס עכטסטע ייִדיש. אַזוי האָב איך געהערט אַ סך מאָל; געלייענט אין חסידישע פֿאָרומס, און געהערט לעצטנס אין אַן אינטערוויו מיט ר׳ מענדל הערש פּאַנעט, אַן אַנטווערפּענער חסיד, וואָס וווינט הײַנט אין ניו־יאָרק.

די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין אַנטווערפּן איז זייער קליין אין פֿאַרגלײַך מיט די גרויסע ייִשובֿים אין ניו־יאָרק און ארץ־ישׂראל. עס וווינען דאָרט סך־הכּל 20,000 ייִדן, מערסטנס חרדים — סײַ חסידים סײַ מתנגדים. דאָס איז אַנטקעגן 300,000 חרדים אין אַמעריקע און איבער אַ מיליאָן אין ארץ־ישׂראל, און 40,000 אין לאָנדאָן אַפֿילו. דער פּראָצענט ייִדן וואָס רעדט ייִדיש איז זיכער העכער אין אַנטווערפּן, אָבער דער ציבור איז פֿאָרט נישט אַזוי גרויס.

עס וווינען אויך מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע ייִדן אין אַנטווערפּן. איך האָב געהערט, אַז אַ סך פֿון זיי קענען אויך ייִדיש, אָבער רעדן אין דער היים, דער עיקר — פֿראַנצויזיש.

די אַנטווערפּענער ייִדישע באַפֿעלקערונג איז נישט איינהייטלעך, אַפֿילו אויב אַ סך חרדים זעען אויס ענלעך. אַ גרויסע צאָל פֿון די מענער זענען פֿון ערגעץ אַנדערש, אָבער האָבן זיך אַריבערגעצויגן, כּדי חתונה צו האָבן מיט אַן אַנטווערפּענער כּלה. דערפֿאַר הערט מען דאָרט אויך נישט ווייניק ענגליש און עבֿרית אויף דער גאַס. פֿון דעסט וועגן, איז דאָס אַנטווערפּענער ייִדיש נישט אַזוי געמישט מיט ענגליש און עבֿרית, ווי דאָס ייִדיש בײַ אַמעריקאַנער אָדער ישׂראלדיקע חרדים. זיי ניצן אָבער יאָ אַ מאָל פֿלעמישע ווערטער, ווי למשל דאָס וואָרט „פֿוילבאַק“ (מיסטקעסטל) פֿון פֿלעמישן vuilbak.

אַ געשעפֿט מיט אַ ייִדישן נאָמען — די היימישע בעקערײַ Photo by Alec Leyzer Burko

אויף וויפֿל איך האָב געהערט, האָט דאָס אַנטווערפּענער ייִדיש טאַקע אַן אַנדער טעם ווי דאָס אַמעריקאַנער ייִדיש. ערשטנס רעדט מען מער אויפֿן פּויליש־גאַליציאַנער שטייגער מיט אַן אוּוווּלאַרן ריש (אַזוי ווי אויף עבֿרית, אָדער אויף פֿראַנצויזיש און דײַטש). מע הערט אָפֿטער דעם ווייכן למד אין ווערטער ווי „גלײַך“ און „קלײַן“. מע זאָגט ווערטער ווי „אויס“ און „אויך“ מיט אַ קלאָרן o.

לייענענדיק די אַלע נײַעס וועגן די פּראָטעסטן קעגן מדינת־ישׂראל אין מערבֿ־אייראָפּע און וועגן די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן דאָרט, האָב איך זיך געזאָרגט אַ ביסל וועגן די אַנטווערפּענער ייִדן. מיט יאָרן צוריק האָב איך געמאַכט אַ וויזיט און איך האָב געדענקט, אַז עס וווינען דאָרט אַ סך מוסולמענישע אימיגראַנטן. צי זענען די ייִדן דאָרט טאַקע זיכער?

די שטאָט אַנטווערפּן איז טאַקע זייער אַ געמישטער עולם. איך בין אײַנגעשטאַנען נישט ווײַט פֿון אַ גרויסן פּוילישן סופּערמאַרק און אַ געשעפֿט פֿון אַפֿריקאַנער סחורות. די ייִדן וווינען אין מיטן שטאָט אין דרום פֿון דער פּרעכטיקער צענטראַלער באַנסטאַנציע, וווּ עס געפֿינט זיך דער באַרימטער דימענטן-קוואַרטאַל. ייִדן אַרבעטן שוין הונדערטער יאָרן אין אַנטווערפּן ווי שלײַפֿערס און סוחרים פֿון דימענטן. הײַנט אַרבעטן דאָרט מערסטנס אינדיער, ווײַל די דימענטן־אינדוסטריע איז כּמעט אין גאַנצן אַריבער קיין אינדיע, וווּ די שלײַפֿערס אַרבעטן פֿאַר ביליקער.

צי זענען די ייִדן דאָרט אין אַ סכּנה? איך אַליין האָב זיך געפֿילט זיכער, אָבער איך האָב נישט קיין באָרד און פּאות. אַ חסיד מיטן גאַנצן לבֿוש האָט אפֿשר אַן אַנדער דערפֿאַרונג.

קיין פּאָליציי אָדער זיכערהייט־כּוחות האָב איך נישט געזען אין דער ייִדישער געגנט, כאָטש אַ שומרים־אָרגאַניזאַציע („שמירה“) איז יאָ פֿאַראַן. איך בין אַרײַנגעגאַנגען אינעם גרויסן סאַטמערער בית־מדרש און אַרומגעגאַנגען דאָרט — קיינער האָט מיך נישט אָפּגעשטעלט אָדער געפֿרעגט, וואָס איך טו. די אַנטווערפּענער ייִדן האָבן נישט מורא פֿאַר פֿרעמדע, דאַכט זיך.

לויט די נײַעס־באַריכטן זענען יאָ פֿאָרגעקומען אַ סך מער אַנטיסעמיטישע אינצידענטן זײַט דעם אָנהייב פֿון דער עזה־מלחמה — אָבער אַזוי איז דער מצבֿ אומעטום. די אַנטווערפּענער ייִדן פֿילן זיך דאָרט אין דער היים און וועלן אַזוי גיך נישט אַנטלויפֿן.

אין אַנטווערפּן פֿאָרן אַ סך ייִדן אויף ביציקלען, וואָס זיי רופֿן „וועלאָס“ (פֿון פֿראַנצויזיש), אפֿשר נאָך מער ווי די פֿלעמער (Flemings בלע”ז). מע זעט אַפֿילו טאַטעס וואָס פֿאָרן מיט אַן עופֿהלע אויף אַ צווייט בענקל, וואָס דאָס זעט מען נישט אין אַמעריקע. דאָס איז דערפֿאַר ווײַל די ייִדישע געגנט איז קאָמפּאַקט און מע דאַרף נישט פֿאָרן ווײַט. נאָכן טאָג אין חדר גייען די קינדערלעך אַהיים אָדער פֿאָרן אַהיים אויף קליינע סקוטערס. בכלל הערשט אַ געפֿיל פֿון זיכערקייט, מער ווי אין ניו־יאָרק, למשל. ס׳איז פֿאָרט אייראָפּע, וווּ די מענטשן שיסן זעלטענער, און וווּ ווייניקער משוגעים דרייען זיך אויף די גאַסן.

אַ שילד בײַ אַ געשעפֿט וואָס וואָרנט קעגן אַרײַנברענגען וועלאָס — דאָס וואָרט וואָס די היגע ייִדן ניצן פֿאַר ביציקל Photo by Alec Leyzer Burko

אַחוץ אַנטווערפּן האָב איך אויך געמאַכט אַ וויזיט אין דער בעלגישער הויפּטשטאָט, בריסל. איך האָב באַלד באַמערקט אַן אונטערשיד: אַ סך פּאַלעסטינער פֿענער, אין ערטער אויך אַנטי־ישׂראלדיקע און אַנטיסעמיטישע גראַפֿיטי. די מוסולמענישע באַפֿעלקערונג פֿון בריסל איז אַ סך גרעסער. אין געוויסע געגנטן — ווי מאָלענבעק, וווּ איך בין אײַנגעשטאַנען — זעט עס אַ מאָל אויס ווי אַן אַראַבישע שטאָט. איך האָב זיך געהיטן דאָרט פֿון טראָגן אַ העמד אָדער עפּעס מיט אַ ייִדישער אויפֿשריפֿט. אין בריסל וווינען אויך מער אָרעמע־לײַט ווי אין אַנטווערפּן. מיר איז געווען אַ חידוש צו זען דאָרט פּוילישע שיכּורים, וואָס דרייען זיך אויף די גאַסן — אַ סך מער ווי איך זע אין וואַרשע.

אין בריסל האָב איך געכאַפּט אַ לאַנגן שמועס מיט ר׳ אַנשל מיכאָלי, אַ היגער ייִדישיסט און אַ געבוירענער בריסעלער. ער זאָגט, אַז די בריסעלער ייִדישע באַפֿעלקערונג איז אַ מאָל געווען גרעסער ווי די אַנטווערפּענער, אָבער זי גייט באַרג־אַראָפּ שוין אַ סך יאָרן, סײַ דעמאָגראַפֿיש, סײַ גײַסטיק. אין די 1960ער יאָרן זענען די מערסטע טראַדיציאָנעלע ייִדן געוואָרן זייער ציוניסטיש־געשטימט און זײַט דעמאָלטס האָבן אַ סך יונגע לײַט עולה געווען. די פֿאַרבליבענע וועלטלעכע ייִדן באַטייליקן זיך ווייניק אינעם קהילה־לעבן. קיין געפֿיל פֿאַר ייִדיש אָדער ייִדישקייט האָבן זיי נישט, בדרך־כּלל.

לאָמיר האָפֿן, אַז אַנטווערפּן וועט אויסמײַדן דאָס אומגליק, וואָס האָט געטראָפֿן בריסל, און אַז די קהילה וועט בלײַבן זיכער און וועט וואַקסן. עס וואָלט געווען אַ גרויסער שאָד, ווען עס גייט אונטער איינער פֿון די לעצטע ייִדישע אינדזלען אין אייראָפּע, וווּ מע רעדט אַזאַ שיינעם ייִדיש.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.