נײַע איבערזעצונג: דאָס לעבן און טויט פֿון אַ שטעטל בעת דער רוסישער בירגערקריגNew translation: The life and death of a shtetl during the Russian Civil Wars
אָן רחל פֿײַגנבערגס בוך פֿון 1926 וואָלט מען אפֿשר אַפֿילו נישט געוווּסט אַז דאָס שטעטל דובאָווע האָט אַ מאָל עקזיסטירט.

דער דובאָווער בית־עולם נאָך דער ערשטער הריגה. ווי עס שטייט דאָ געשריבן, ליגן די קרבנות אונטער דער איבערגעקערטער מצבֿה Courtesy of YIVO
אין 1926 האָט רחל פֿײַגנבערג פּובליקירט „חורבן דובאָװע׃ אַ פּינקס פֿון אַ טױטער שטאָט“ כּדי צו פֿאַראײביקן דעם אָנדענק פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון דובאָװע, אַ שטעטל אין הײַנטיקער אוקראַיִנע. די דאָזיקע קהילה איז פֿאַרטיליקט געװאָרן אין 1919 בעת דער רוסישער בירגערקריג — אַ קאָנפֿליקט װאָס האָט דערפֿירט צו גרױליקע פּאָגראָמען קעגן ייִדן.
איצט איז פֿײַגנבערגס בוך אַרױס אױף ענגליש ווי אַ טייל פֿון דער סעריע ייִדישע שטימען (Yiddish Voices), אַ שותּפֿותדיקער איניציאַטיוו צװישן YIVO און בלומסבערי װאָס זעצט איבער טעקסטן װעגן ייִדיש לעבן אין מיזרח־אײראָפּע. (איך אַלײן בין אַן אַסיסטענטקע פֿון ייִדישע שטימען.)
פֿײַגנבערגס בוך הײבט זיך אָן מיט אַ פּאָרטרעט פֿון ייִדיש לעבן אין דובאָװע פֿאַר די קאַטאַסטראָפֿעס פֿון 1919. די שילדערונג איז װיכטיק װײַל דובאָװע איז דװקא נישט געװען ספּעציעל װיכטיק. ס׳איז געװען סתּם אַ שטעטל, װוּ אַן ערך טױזנט פּשוטע ייִדן האָבן פֿאַרדינט ברױט, אױפֿגעצױגן קינדער, געפּראַװעט שבת און זיך געקריגט װעגן קלײניקײטן. יאָרן לאַנג האָבן זײ געװױנט מער־װײניקער בשלום צװישן דובאָװעס נישט־ייִדישע פּױערים. װען פֿײַגנבערג באַשרײַבט די פּאָגראָמען פֿילט מען דעם שאָק װאָס די דובאָװער ייִדן האָבן מסתּמא געפֿילט װען אַזאַ טאָג־טעגלעך אָרט איז פֿאַרריסן געװאָרן פֿון גװאַלד.
איך האָב געשמועסט מיט דער היסטאָריקערין עליסאַ בן-פּורת, װאָס האָט רעדאַקטירט די ענגלישע איבערזעצונג פֿון פֿײַגנבערגס בוך, און האָט אױך אָנגעשריבן די היסטאָרישע הקדמה. זי האָט מיר געהאָלפֿן פֿאַרשטײן װי און פֿאַר װאָס פֿײַגנבערג האָט מחבר געװען די מעשׂה פֿון דובאָװע, װוּ זי אַלײן האָט קײן מאָל נישט געװױנט.
פֿײַגנבערג איז שױן געװען אַ געראָטענע ייִדישע שרײַבערין פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה. „זי איז טאַקע געװען די ערשטע פֿרױ װאָס האָט געאַרבעט װי אַ פּראָפֿעסיאָנעלע מחברטע אױף ייִדיש — װאָס האָט געהאַט פּרנסה פֿון ייִדישער בעלעטריסטיק און זשורנאַליסטיק,“ האָט בן-פורת געזאָגט. נאָך פֿײַגנבערגס חתונה אין 1914 און דעם געבױרן פֿון איר זון האָט זי אָבער אויפֿגעהערט צו שרײַבן. לױט בן-פורת האָט פֿײַגנבערג „אַנטדעקט אַ נײַ שליחות װי אַ מחברטע“ נאָך די פּאָגראָמען, אַ שליחות װאָס האָט באַנײַט איר שרײַבערישע קאַריערע.

אין 1919 האָט פֿײַגנבערג געװױנט אין יאַנאָװקע אין אוקראַיִנע, נאָענט צו אומאַן און דובאָװע. יענעם זומער האָבן פּאָגראָמיסטן חרובֿ געמאַכט דאָס הױז װוּ זי האָט געװױנט מיט איר יונגן זון (איר מאַן איז שױן געשטאָרבן). זי האָט שפּעטער באַשריבן װי זי מיט איר קינד זענען אַנטלאָפֿן פֿון יאַנאָװקע איבער װעגן װוּ כוליגאַנען האָבן געזוכט ייִדן צו דערהרגענען. אַ בולגאַרין וואָס האָט רחמנות געהאַט אויף איר האָט איר געגעבן אַ קלײד מיט די בולגאַרישע נאַציאָנאַלע־פֿאַרבן, װאָס האָט געדינט װי אַ פֿאַרשטעלונג. פֿײַגנבערג האָט געהאָנגען אַ צלם אַרום איר זונעלעס האַלדז. על־פּי נס זענען זײ אָנגעקומען אין אָדעס.
דאָרטן האָט פֿײַגנבערג אָנגעהױבן אינטערװיויִרן לעבן געבליבענע פֿון די פּאָגראָמען, װאָס זענען אַנטלאָפֿן קײן אָדעס פֿון פֿאַרשײדענע שטעט און שטעטלעך. איר נאָענטער חבֿר, דער מחבר מרדכי ספּעקטאָר — װאָס איז געװען אַ געבױרענער אין אומאַן, נאָענט צו יאַנאָװקע און דובאָװע — האָט זי דערמוטיקט צו פֿאַרשרײַבן די אינטערװיוען.
דער באַרימטער היסטאָריקער אליהו טשעריקאָװער, װאָס האָט אױסשעפּיק דאָקומענטירט די פּאָגראָמען פֿון דער בירגערקריג, האָט זיך דערוווּסט וועגן איר אַרבעט. ער האָט איר געבעטן זי זאָל צוגרײטן אַ באַריכט ספּעציפֿיש װעגן דובאָװע. „דערמיט איז פֿײַגנבערג געװאָרן די אײנציקע פֿרױ װאָס האָט געהאָלפֿן טשעריקאָװערן מיטן צונױפֿנעמען זײַן ריזיקן פּאָגראָם־אַרכיװ, חוץ זײַן אײגענער פֿרױ“, האָט בן-פּורת געזאָגט.
פֿײַגנבערגס ערשטער דובאָװע־באַריכט פֿון 1921־1922 איז געװען גאַנץ קורץ און תּמציתדיק. במשך פֿון די קומעדיקע יאָרן האָט זי אים איבערגעאַרבעט און אַנטװיקלט אין אַ שפּאַנענדיקער נאַראַציע, װאָס איז אַרױס אין װאַרשע אין 1926. „דער דאָזיקער נוסח באַשרײַבט בריהש די שטעטלדיקע סבֿיבֿה און די פּערזענלעכקײטן פֿון די פֿאַרשײדנאַרטיקע ייִדן. מע זעט זײ דורך אירע אױגן װי אמתע מענטשן, מיט מעלות און חסרונות,“ האָט בן-פּורת געזאָגט.

אױף מיר האָט געמאַכט אַ ספּעציעלן רושם דער דובאָװער רבֿ, משה אַהרן בערדיטשעװסקי — אַ למדן װאָס איז שױן געװען אַן אַלטער אין 1919. ער האָט זיך נישט אַרײַנגעמישט אין די אָרטיקע קריגערײַען, און איז געווען שטאַרק באַליבט. איך קען זיך אױך פֿאָרשטעלן דעם אַפּטײקער װאָס האָט זיך געשעמט מיט דער אײגענער ייִדישקײט און האָט נאָר געהאַט קריסטלעכע חבֿרים. און אױך משה שװאַרצמאַן דער סטעלמאַך (ראָד־מאַכער), אַן אָרעמאַן װאָס האָט זיך אַלע מאָל באַטײַטיק אַרױסגעזאָגט װעגן קהלשע ענינים.
די ערשטע כװאַליע פֿון די דובאָװער פּאָגראָמען האָבן דורכגעפֿירט די אָרטיקע פּױערים — מענטשן װאָס די ייִדן האָבן לאַנג געקענט. פֿײַגנבערג דערצײלט װי די אָנפֿאַלערס האָבן אױסגעפֿאַרבט די פּנימער כּדי מען זאָל זײ נישט דערקענען. די ייִדן האָבן זײ אָבער אַלע דערקענט. בעת דער צװײטער כװאַליע האָבן באַנדיט־סאָלדאַטן פֿון די קעמפֿנדיקע אַרמײען געפּײַניקט דעם אַלטן רבֿ במשך פֿון אַ פּאָר טעג אײדער זײ האָבן אים דערהרגעט. זײַן קערפּער האָבן זײ געװאָרפֿן אין אַ קאַלך־גרוב צוזאַמען מיט הונדערטער אַנדערע. קרבנות פֿון דער דריטער כװאַליע, אױך מערסטנס דורכגעפֿירט פֿון באַנדיטן און סאָלדאַטן, זענען אַ מאָל באַגראָבן געװאָרן לעבעדיק. פֿאַרגװאַלדיקונג איז געװען פֿאַרשפּרײט.
נאָך די פּאָגראָמען האָט מען חרובֿ געמאַכט דעם ייִדישן בית־עולם און דאָרטן פֿאַרפֿלאַנצט תּבֿואה. חוץ אַ פּאָר לעבן־געבליבענער װאָס זענען אַנטלאָפֿן האָבן די ייִדן פֿון דובאָװע מער נישט עקסיסטירט.
אין 1927 האָט פֿײַגנבערגס „חורבן דובאָװע“ געשפּילט אַ ראָלע אינעם פּראָצעס פֿון שלום שװאַרצבאָרד, אַ יונגער ייִדישער אַנאַרכיסט װאָס האָט מיט אַ יאָר פֿריִער דערמאָרדט שימאָן פּעטליוראַ אין פּאַריז. פּעטליוראַ איז געװען אַן אוקראַיִנישער פּאָליטיקער און אַמאָליקער מיליטאַר־קאָמאַנדיר װאָס שװאַרצבאָרד — װי אַ סך ייִדן — האָט געהאַלטן פֿאַר שולדיק אין די פּאָגראָמען. אַ פֿראַנצײזישע איבערזעצונג פֿון פֿײַגנבערגס בוך איז געװען אַ טײל פֿון זײַן פֿאַרטײדיקונג, כּדי צו באַשטעטיקן די גרױלן פֿון די פּאָגראָמען. שװאַרצבאָרד איז באַפֿרײַט געװאָרן פֿון שולד.
„אַ דאַנק דער איבערזעצונג אױף ענגליש װעלן נײַע לייענער אַנטדעקן פֿײַגנבערגס װערק“, האָט בן-פּורת געזאָגט. „אַזעלכע טעקסטן קענען באַװירקן אונדזער קוקװינקל סײַ אױף דער געשיכטע, סײַ אױף די הײַנטיקע צײַטן. די מעשׂה פֿון דובאָװע דאַרף זײַן אַ טײל פֿון די דאָזיקע דיסקוסיעס.“