אַן אינטערוויו אויף ייִדיש מיט דער פֿילמאָגראַפֿקע פּערל גליקA chat in Yiddish with filmmaker Pearl Gluck
פּערל גליק, וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין די חסידישע קרײַזן, וועט דערציילן ווי ייִדיש שפּילט אַ ראָלע אין אירע פֿילמען.

Photo by Credit: Matt Jacobs / Penn State
וואָס געשעט ווען אַ יונגע פֿרוי פֿאָרט זוכן אַ פֿאַרלוירענע געבענטשטע חסידישע סאָפֿע אין אונגערן, און געפֿינט דווקא אַ נײַעם קונסטוועג וואָס ברענגט ייִדיש אין קינאָ אַרײַן און דערבײַ הייבט זי אָן אַ הצלחהדיקע פֿילם־קאַריערע?
באַקענט זיך אויף אַ זומישן שמועס אויף ייִדיש מיט פּראָפֿ׳ פּערל גליק — אַ פֿילמאָגראַפֿקע וואָס איז דערצויגן געוואָרן בײַ אַ חסידישער משפּחה — זונטיק, דעם 23סטן נאָוועמבער, 1:30 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט.
הײַנט איז גליק אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿילם־פּראָדוקציע בײַ פּען־סטייט־אוניווערסיטעט, און די גרינדערין פֿון Palinka Pictures. זי שאַפֿט דאָקומענטאַלע און נאַראַטיווע פֿילמען, אין וועלכע זי וועבט צונויף ייִדיש־לשון מיט די טעמעס זכּרון, משפּחה און דאָס דערציילן פּערזענלעכע געשיכטעס.
דער אינטערוויו, וואָס וועט געפֿירט ווערן דורך אלי בענעדיקט, ווערט געשטיצט פֿון דער ייִדיש־ליגע.
גליקס פֿילמען האָט מען שוין געוויזן אינעם Film Forum און אויף PBS, ווי אויך אין פּראָגראַמען פֿאַרבונדן מיט דעם „קאַן־קינאָ־פֿעסטיוואַל“. צווישן אירע באַקאַנטסטע פֿילמען זענען: „דיוואַן“, Where is Joel Baum און „שלעסער אינעם הימל“.
בענעדיקט וועט שמועסן מיט איר וועגן איר שאַפֿערישן פּראָצעס, ווי ייִדיש שפּילט אַ ראָלע אין אירע פֿילמען, און די געשיכטע הינטער געוויסע סצענעס. מע וועט אויך ווײַזן קורצע אויסצוגן צו פֿאַרטיפֿן דעם שמועס.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דער פּראָגראַם, גיט אַ קוועטש דאָ.