„הוילער וווּנדער“ און אַנדערע נײַע ייִדישע לידער‘Pure Astonishment’ and other new Yiddish poems
„ס׳איז אַוודאי שווער צו זאָגן וועמען האָסטו מערער ליב: צי דעם פֿרילינג ערבֿ טאָגן, צי דעם אָסיען שאַרלעך טריב.“

Photo by pexels / Johannes Plenio
דער פּאָעט באָריס קאַרלאָוו (פּעננאָמען פֿונעם ייִדיש־פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער) ברענגט דאָ אַ קראַנץ נײַ־געשאַפֿענע לידער אויף פֿאַרשידענע טעמעס — די נאַטור, ארץ־ישׂראל, אַפֿילו „איי־אײַ“. לייענט און האָט הנאה! [רעד׳]
הוילער וווּנדער
ס׳איז אַוודאי שווער צו זאָגן
וועמען האָסטו מערער ליב:
צי דעם פֿרילינג ערבֿ טאָגן,
צי דעם אָסיען שאַרלעך טריב?
און אַפֿילו גרינעם זומער
האָסט אַוודאי גאָרניט פֿײַנט,
און מיט ווינטערדיקן קומער
גרייט ביסט אויכעט ווערן פֿרײַנד…
ס׳איז אוודאי שווער באַשליסן:
וועמען האָסטו מערער האָלט
צי דעם רעגן וואָס טוט גיסן
צי די זון מיט איר ריין גאָלד?
איינס איז קלאָר אַז אַלץ – באַזונדער,
צי אינאיינעם – הוילער וווּנדער!
*
דין־וחשבון
אַרײַנגעקוקט האָב איך אין מײַן עזבֿון
ווי ס׳קוקט אין סוכּהלע אַמאָל אַרײַן אַ יוון
און ניט געווען בכּוח תּופֿס זײַן גענויער
ווי ס׳הייבט זיך אָן דאָרט הימל
און וווּ ס׳עקט זיך רויערד
אַ הון קוקט אין בני־אָדם מעשׂה־אינדיק
און אויך מײַן קוק איז לעכערלעך און זינדיק
אַקעגן מײַנע שורהלעכס שיריים
וואָס פּיקן קרישקעס ערד
ניט שפּירנדיק שמיים
שמיים — דאָרט איז וואַסער, זאָגט מען,
סאַמע מים־חיים…
צו אַלדי רוחות! הילכט דעם טאַטנס זאָג עד־היום
פֿון יענע וואַסערדיקע הייכן וואָס באַגרינדן
דעם שטילן עכאָדיקן שמייכל
בײַסיק לינדן.
*
למען היושר
ייִדיש, ייִדיש תּרדוף
און ווען טוסט עס דעריאָגן
קריגסטו באַלד אַדעראויף
פֿון טיף ייִדישע יאָגן
און זיי זאָגן אַזוי
ניט אין רו פֿון נירוואַנע
זאָלסט דערגרייכן צום בלוי
וואָס ער טוט דיך מהנה
צו אַנטדעקן אַ וועלט
מיט פֿאַרשידענע וועלטן
נאָר דורך יאָגן צעהעלט
צווישן בענטשן און שעלטן
צווישן ברכה און בראָך
מיט אַ הייסער נשמה
איבער ווידער און נאָך
יעדער טראַף – שם און נאָמען.
*
סוף גאָטס פֿרײַטיק
ווען אומרו זיך צום סוף באַרויִקט
און ס׳ווערן אײַנגעשטילט די ברואים
נעם זינגען הלל קרועה־בלוע
פֿאַר דעם באַשעפֿערלס ישועה
פֿאַר דעם באַשעפֿערס גרויסע חסדים
און פֿאַר דעם שעפֿערס אַלטע בגדים
און ווען דער הלל זיך באַגרעניצט
מיט דעם באַשעפֿערס שטילן געניץ
מיט דעם באַשעפֿערלס אַ שמייכל
גראָד ווען דעם שעפֿער דאַרט דער שׂכל
פֿאַרגעס ניט אָפּבענטשן דעם גומל
באַג(ר)יסנדיק דעם גאַסט מיט בוימל
*
לידער מיט ארץ־ישראל
(Singing with Israel)
א.
ס׳איז אַוודאי זייער פּשוט
זאָגן — אַלץ איז שווער און קשה
אַז די וועלט ווערט באַלד פֿאַרברענט,
אַז מע הייבט שוין אויף די הענט,
אַז די האָפֿענונג שוין גוססט,
לעצטע כּוחות גייען אויסעט…
דאָך פֿונדעסטוועגן, מײַן חבֿר,
אַלע ווייסן דו ביסט בראַווער
פֿון די גרעסטע דרייסטסטע ריזן
אַלץ וואָס דו האָסט ניט באַוויזן
וועסט נאָך ניסימדיק באַווײַזן
ווײַל ביסט שטאַרקער נאָך פֿון אײַזן
און ביסט גיכער פֿון אי־מייל
גבֿורות־ישׂראל־מי־ימלל
ב.
די נשמה זינגט און ווייטיקט
נאָר איר ליד קלינגט אײַזן־שטאָל.
טיף געטראָפֿן, שווער באַליידיקט
זינגט זי דאָך מיט ארץ־ישׂראל –
ווידער פֿעלדער אירע גרינע
שטאַרק צעבלוטיקט נאָך אַמאָל…
נאָר די גרוילן באַלד אַנטרינען
ליכטיק ט׳ווערן באַרג און טאָל,
ווײַל דאָס ליד מיט האַרץ טוט שטימען,
דאָס געזאַנג – מיט ארץ־ישׂראל
*
וווּ לעבט אײַ־אײַ־אײַ?
כ׳האָב געפֿרעגט בײַם איי‐אײַ
וווּ עס לעבט אײַ‐אײַ‐אײַ
האָט ער גלײַך מיר געזאָגט
וווּ דער אײַ‐אײַ‐אײַ טאָגט
בלויז פֿאַרשוויגן פֿאַרדעכטיק
וווּ דער אײַ‐אײַ‐אײַ נעכטיקט
כ׳טו אַ שרײַ: דו, איי‐אײַ,
ביסט אַ שטיק שאַלאַפּײַ,
זאָג מיר גיך, כ׳מאָן מיט רעכט,
וווּ פֿאַרברענגט ער די נעכט?
ס׳טוט אָ זאָג דער איי‐אײַ:
אײַ‐אײַ‐אײַ פֿליט פֿאַרבײַ
איבער קלאַנג וואָס ווערט שטום
דאָרט וווּ ס׳דרעמלט די זון.
*
נײַע קלאַנגען
ס׳נעמען קלינגען העראַקליטיש
און היברידיש — נײַע קלאַנגען
און מע זאָגט: ס׳האָט מאַמע ייִדיש
יונגע הערצער שטאַרק געפֿאַנגען
און דו פֿרעגסט זיך: טאַקע ייִדיש?!
פֿרעגסט זיך אָן אַ שמץ באַנג און
ווערסט געפּלעפֿטערהייט פֿאַרחידושט
פֿון דעם קלעזמערישן טאַנגאָ –
כּלל ניט פֿאָטעריש, ניט מאַמיש,
ניט קיין היימיש לשון־קודש
אויך ניט חוצפּהדיק דינאַמיש
צו דער וועלט אַ פֿרעכער ״הודו״?!
מילא, זאָל דאָס אויך זײַן ייִדיש
צי מיט גראַמען, צי אָן גראַמען
בעת אין טײַך קלינגט העראַקליטיש:
אוי, אַ וויי איז צו דער מאַמען!
*
אַ לידל פֿונעם אַלטן גולם
כ’האָב אַרײַנגעקוקט אין סוואַרבע
און דורך תּיבות דאָרט דערזען
אַז דו וועסט צו מיר נאָך קומען,
ממש קומען ווען־ניט־ווען!
כ’האָב אַרויסגעכאַפּט אַ גמרא,
ברייט צעעפֿנט און וואָדען? –
וועסט צו מיר, שטייט דאָרט אַ סבֿרא,
ווידער קומען ווען־ניט־ווען!
כ’האָב גענומען הערן תּורה
פֿון דעם הייליקן בעל־שם
איז ער אויכעט מיך מעורר:
אַז אָט קומסטו ווען־ניט־ווען!
שטיי איך, שוין אַן אַלטער גולם,
שטאַרק צעטומלט און פֿאַרקלעמט:
זאָג, אויף דעם, צי יענעם עולם
וועסטו קומען ווען־ניט־ווען?
*
אַצינדערט
אַצינדערט מעג מען זינגען שיר־השירים
אַזוי פֿיל מילדע לאַסקע רינט אין ווערטער
וואָס שטייען אויפֿעט שטײַף צו מילדקייט אירער
דער געטלעך פרײַער שכינה אויסגעקלערטער
פֿון מינדסטן פּגם און פֿלעקיקן חיסרון
אין ריינקייט אויסגעוואַשן, אויסגעבאָדן
ווען אַלץ וואָס מ׳מעג, וועלן די ווערטער טאָרן
מיט שבֿח צום איינציק לעבעדיקן אָדון
און ער, דער שבֿח, וועט שפּאַלטן שווערע הימלען
צום סאַמע האַרץ פֿון דופֿקדיקן לעבן
און וואַסערדיקער הייליקייטס געווימל
וועט צו דער ערד־און־באָדן פֿלײַסיק שטרעבן
געדענק און בענטש דאָס ליד פֿון אַלע לידער
און קוק אַוועק פֿון נישט וואָס אייביק נישטיקט
און ווען דײַן ווערטערגאַנג ווערט לויזער, מידער
און ס׳רינט אַוועק דער אַפּעטיט צום פֿרישטיק
דערמאָן זיך אין דעם חן פֿון גרויסן חסד
דערקוויק זיך מיט דערוואַכונג וואָס שטײַגט איבער
די אותיות צוויי פּיי נון טיף אויסגעטעסעט
אויף לוחות פֿון דײַן האַרץ ווי שאָטנס טריבע
און זינג און זאָג מיט האָפֿערדיקע קלאַנגען
צעוואַקלדיק דעם מיזמורס שטײַפֿע כּללים
מיט שטורעמדיקע דראַנגען און פאַֿרלאַנגען
צעשטערנדיק דער וועלטס הבֿל־הבֿלים