Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ קאַטאַלאָג װאָס שילדערט די געשיכטע פֿון ייִדיש־שאַפֿערישקייט איבער דער וועלט A catalogue that portrays the history of Yiddish creativity around the world

צווישן די אוצרות: חפֿצים פֿון י. ל. פּרצעס ליטעראַרישן סאַלאָן אין וואַרשע און דער רײַזע־קופֿערט פֿון פּרץ הירשביין.

עס איז דאָ אַ פֿאַרשפּרײטע מײנונג, אַז ייִדיש איז די שפּראַך פֿונעם אַלטהײמישן שטעטל, און װען ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט זײער אַלטע הײם, האָבן זײ בהדרגה פֿאַרגעסן זײער מאַמע־לשון. אײניקע באַרימטע ייִדישע מחברים, צװישן זײ שלום־יעקבֿ אַבראַמאָװיטש, יצחק לײבוש פּרץ, מיכה־יוסף בערדיטשעװסקי, האָבן אױך ניט געגלױבט, אַז ייִדיש װעט האָבן אַ קיום אין גרױסע מאָדערנע שטעט, שױן אָפּגערעדט פֿון דער נײַער װעלט אױף יענער זײַט אַטאַלנטישן אָקעאַן.

די נײַע אױסשטעלונג „ייִדיש: אַ גלאָבאַלע קולטור“ אין דער ייִדישער ביכער־צענטראַלע אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, פֿרעגט אָפּ די דאָזיקע דעה. אַן אילוסטרירטע מאַפּע פֿונעם אַלװעלטלעכן ייִדישלאַנד װײַזט, אַז אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט האָט די ייִדיש־קולטור — ליטעראַטור, קונסט, פּרעסע און טעאַטער — געבליט אױף אַלע קאָנטינענטן. צו דער אױסשטעלונג האָט מען אַרױסגעגעבן אַ פּרעכטיקן קאַטאַלאָג, װאָס אַנטפּלעקט די געשיכטע פֿון דער פֿאַרשפּרײטונג פֿון ייִדיש איבער דער װעלט.

דוד מאַזאָװער, דער קוראַטאָר פֿון דער אױסשטעלונג, האָט צוגעצױגן צו דעם דאָזיקן פּראָיעקט העכער װי הונדערט פֿאָרשער פֿון פֿאַרשײדענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדיש־קולטור (מיך בתוכם). דאָס האָט אים דערמעגלעכט צונױפֿצושטעלן אַן אַרומנעמיקע און ביז גאָר פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע פֿונעם גלאָבאַלן ייִדיש.

 דער דאָזיקער פּראָיעקט האָט אַ פּערזענלעכן חשיבֿות פֿאַר מאַזאָװערן, אַן אוראײניקל פֿון שלום אַש. ער דערצײלט אין דער הקדמה צום קאַטאַלאָג, אַז זײַן אײגענע משפּחה־געשיכטע, װאָס ער האָט קינדװײַז געהערט פֿון דער באָבען, אַשעס טאָכטער, איז געװאָרן בײַ אים אַ טױער אין דער װעלט פֿון ייִדיש. שלום אַש האָט אױך געדינט װי אַ װעגװײַזער אין דער װעלט פֿון דער מאָדערנער ייִדישקײט: „אַ לײַדנשאַפֿטלעכער אײראָפּעער, אַ שטאָלצער ייִד און אַ געטרײַער — כאָטש שפּעטער איז ער אַנטױשט געװאָרן — אַמעריקאַנער.“

די כּװנה פֿון דער אױסשטעלונג, דערקלערט מאַזאָװער, איז צו װײַזן ייִדיש װי אַן אַלטװעלטלעכע מאָדערנע קולטור פֿאַרן ברײטן עולם. מען װיל באַטאָנען די פֿילזײַטיקײט פֿון זשאַנערס, סטילן און פֿאָרמען פֿון ייִדישער שעפֿערישקײט אין פֿאַרשײדענע לענדער און קולטורעלע סבֿיבֿות, מיט אַ טראָפּ אױף דער בולטער ראָלע פֿון פֿרױען.

במשך פֿון די לעצטע כּמעט האַלב־יאָרהונדערט יאָר האָט די ייִדישע ביכער־צענטראַלע אָנגעזאַמלט אַ רײַכע קאָלעקציע פֿון ביז גאָר פֿאַרשײדענע מאַטעריאַלן — ביכער, צײַטשריפֿטן, קונסטװערק, אַפֿישן, מוזיק, פּריװאַטע דאָקומענטן, חפֿצים און אַפֿילו שרײַבמאַשינען. אינעם קאַטאַלאָג דערצײלן זײ אַ לעבעדיקע און פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע פֿון ייִדיש.

דאָס איז ניט קײן געשיכטע פֿונעם ליטעראַרישן אָדער קולטורעלן קאַנאָן, שרײַבט מאַזאָװער, נאָר אַן „עקלעקטישער מישמאַש פֿון די באַרימטע און די געמײנע, די גרױסע און די אומבאַקאַנטע“, װאָס איז אַרומנעמיק אָבער ניט ענציקלאָפּעדיש. כּדי צו העלפֿן דעם לײענער אָריִענטירן זיך אין אָט דעם מישמאַש האָט מען צוגעגעבן אַ היסטאָרישע כראָנאָלאָגיע מיט װיכטיקע געשעענישן און דאַטעס. אַ נוצלעכן היסטאָרישן איבערזיכט פֿון דער ייִדיש־ליטעראַטור האָט אָנגעשריבן דער ליטעראַטור־פּראָפֿעסאָר דוד ראָסקעס פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר.

דער קאַטאַלאָג איז בלי־גוזמא אַ קונסטװערק. ער אַנטפּלעקט דורך בילדער און קורצע מעשׂיות די רײַכע פּאַנאָראַמע פֿון ייִדישער שעפֿערישקײט. מען זעט אַ היפּשע צאָל פֿאַרשײדנאַרטיקע שער־בלעטער פֿון ייִדישע ביכער און צײַטשריפֿטן ווי למשל אַ ייִדיש לערנבוך פֿון אַראַביש פֿאַר ייִדישע זעלנער אין דער בריטאַנישער אַרמײ אין ארץ־ישׂראל בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה; אַן אַמאָליקער בעסטסעלער, „פֿלאָראַ: די בילד־שײנע פֿאַבריק־מײדל“ — אַ ראָמאַן אין המשכים פֿון 2,768 זײַטן, װאָס איז אַרױס אין סינסינאַטי אין 1909; סאָװעטישע קינדערביכער פֿון די 1920ער יאָרן מיט אַװאַנגאַרדיסטישע בילדער פֿון אל ליסיצקי און נתן אַלטמאַן און שאַרפֿזיניקע קאַריקאַטורן פֿונעם ניו־יאָרקער סאַטירישן זשורנאַל „דער גרױסער קונדס“.

מען קען אויך באַזוכן י. ל. פּרצעס ליטעראַרישן סאַלאָן אין װאַרשע. דאָ זעט מען פּרצעס אײגענע האַנט־געשריבענע נאָטיצן, זעלטענע פֿריִע אױסגאַבעס פֿון זײַנע דראַמעס מיט אילוסטראַציעס פֿונעם קינסטלער שמעון בער קראַטקאַ, װי אױך פּאָרטרעטן פֿון 24 ייִדישע ליטעראַטן, װאָס האָבן געהאַט אַ פֿאַרבינדונג מיטן גרױסן מײַסטער.

מען קען אױך אַרײַנקוקן אין פּרץ הירשבײנס רײַזע־קופֿערט, װאָס האָט אים באַגלײט אױף זײַנע נסיעות איבער דער װעלט. דאָ געפֿינט מען טשאַטשקעס און פֿאָטאָס, װאָס הירשבײן און זײַן פֿרױ אסתּר שומיאַטשער האָבן מיטגעבראַכט פֿון יאַפּאַן, טיבעט און דרום־אַפֿריקע.

זײער אַ רײַכער אָפּטײל איז געװידמעט דעם ייִדישן טעאַטער אין אַלע ייִדישע תּפֿוצות. דאָס איז מאַזאָװערס באַליבטע טעמע. כּמעט מיט פֿערציק יאָר צוריק האָט ער צוגעגרײט אַן אױסשטעלונג װעגן דעם ייִדישן טעאַטער אינעם לאָנדאָנער ייִדישן מוזײ. פֿאַר מיר איז געװען אַ חידוש צו זען אַ קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿון דער טרופּע, װאָס האָט אינעם יאָר 1908 אױפֿגעפֿירט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדנס „בר כּוכבא“ אין יפֿו, ארץ־ישׂראל.

בילדער װערן באַגלײט מיט קורצע דערקלערונגען, װאָס העלפֿן פֿאַרשטײן זײער מײן און באַטײַט און גיבן צו אַ לעבעדיקן שטריך, אָדער אַ טשיקאַװן אַנעקדאָט. דער געראָטענער דיזײַן ברענגט האַרמאָניש צונױף די בילדער מיטן טעקסט. דאָס איז אַ בוך, װאָס עס װילט זיך בלעטערן און באַװוּנדערן. בלי־ספֿק איז דאָס דער בעסטער אַרײַנפֿיר אין ייִדיש הײַנט־צו־טאָג (און אױך אַ שײנע מתּנה לכּבֿוד חנוכּה).

מאַזאָװער דערמאָנט, אַז ער װאָלט געװאָלט אַריבערפֿירן דעם קאַטאַלאָג אױף דער אינטערנעץ. דער עלעקטראָנישער פֿאָרמאַט װאָלט געלאָזט צוגעבן נײַע טעמעס און מאַטעריאַלן, אַזעלכע װי ייִדיש אין שטעטל, חסידות, פֿאָלקלאָר און ייִדיש אין ישׂראל.

דאָס װאָלט געװען זײער אַ װיכטיקער פּראָיעקט, אי פֿאַרן ברײטן עולם, אי פֿאַר לערער און תּלמידים פֿון ייִדיש. אַזאַ מין פּערמאַנענטע עלעקטראָנישע אױסשטעלונג װאָלט באַזאָרגט מאַטעריאַלן פֿאַר כּלערלײ קלאַסן און קורסן װעגן ייִדיש־קולטור אױף פֿאַרשײדענע מדרגות.

Dive In

Explore

Most Popular

In Case You Missed It

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.