Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: משהלע אַלפֿאָנסאָ רעדט וועגן נײַ ביכל פּרץ־מעשׂיות פֿאַר סטודענטןVIDEO: Moishele Alfonso on the new book of I. L. Peretz stories for students

דאָס ביכל נעמט אַרײַן אַ גלאָסאַר, שמועס־פֿראַגעס און קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון די דערציילונגען.

לכּבֿוד דער פּובליקאַציע פֿונעם ביכל „אויפֿן װעג: זיבן דערציילונגען פֿון י.־ל. פּרץ“ — אַ זאַמלונג ספּעציעל געמאַכט פֿאַר סטודענטן — קען מען איצט זען אַן אינטערוויו מיטן ייִדיש־לערער משהלע אַלפֿאָנסאָ, וו‫אָס האָט פֿאַרקירצט און באַאַרבעט די דערציילונגען.

אין דע‫ם אינטערוויו דערציילט אַלפֿאָנסאָ וועגן דעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן דאָס ביכל, און לייענט געקליבענע אויסצוגן דערפֿון. דער אינטערוויו, געפֿירט פֿון אלי בענעדיקט, איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער ייִדיש־ליגע, וואָס האָט אויך אַרויסגעגעבן דאָס לייענביכל.

ד‫אָס נאָוואַטאָרישע ביכל גיט דעם לייענער אַ צוטריט צו קלאַסישע ייִדיש־דערציילונגען דורך אַ זײַט־בײַ־זײַטיקן גלאָסאַר, שמועס־פֿראַגעס און קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון די מעשׂיות.

מ‫שהלע אַלפֿאָנסאָ איז אַ ייִדיש־לערער בײַם ייִדישן ביכער־צענטער זינט 2019. אין 2022 האָט ער, דורכן פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי־טעקסט“, טראַנסקריבירט און אַרויסגעגעבן יצחק באַשעוויסעס בוך „שׂו‫נאים: די געשיכטע פֿון אַ ליבע“. דער ראָמאַן איז אַרויס אין המשכים אינעם פֿאָרווערטס אין 1966, און ס’איז דאָס ערשטע מאָל וואָס שׂונאים איז אַרויס אין בוכפֿאָרעם אויף ייִדיש.

דאָ‫ס ביכל קען מען באַשטעלן דאָ.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.