סאָל רובינעק שפּילט ווערסיע פֿון זיך אַליין אין פּיעסע „דאָס שפּילן שײַלאָק“ Saul Rubinek plays a version of himself in ‘Playing Shylock’
אין דער פּיעסע אַנטפּלעקט ער די פּראָבלעמען אַרום שפּילן שעקספּירס באַרימטן ייִדישן אַנטאַגאָניסט — באמת, אַ פּיעסע אין אַ פּיעסע.

סאָל רובינעק אין דער ראָלע פֿון אַן אַקטיאָר וואָס שפּילט שײַלאָק אויף דער בינע Photo by Dahlia Katz
דער מאָנטרעאַלער אַקטיאָר סאָל רובינעק האָט אַ סך װאָס צו דערציילן.
ער איז דערצו אויך אַ גרויסער מאמין אינעם כּוח פֿון דערציילן.
„דערציילן איז אַלץ,“ זאָגט ער.
טאַקע די פֿראַזע האָט רובינעק, בעת אַן אינטערװיו מיט מיר, אויסגעקליבן װי אַ פּרוּװ איבערצוזעצן דעם טיטל פֿון זײַן אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן, All in the Telling. אַרויס פֿון דרוק אין 2025, איז דער ראָמאַן אַ האַלב־פֿיקטיװע כראָניק פֿון זײַנע עטלערן, ביידע פֿון דער שארית־הפּליטה, און זײַנע פֿאַרװיקלטע באַציִונגען מיט זיי און מיט זייערע טראַװמאַטישע לעבנס־געשיכטעס.
דער טיטל װאָלט זיך אויך גוט צוגעפּאַסט צו זײַן אויפֿטריט אין דער מאָנאָדראַמע Playing Shylock („דאָס שפּילן שײַלאָק“), געשריבן פֿונעם קאַנאַדער דראַמאַטורג מאַרק לירין־יאָנג. די פּיעסע וועט מען שפּילן ביזן 7טן דעצעמבער אין פּאָלאָנסקי־שעקספּיר־צענטער אין ברוקלין.
במשך פֿון דער פּיעסע, דערציילט ער, פֿאַרציילט ער, רעדט ער זיך אַראָפּ פֿון האַרצן. און דער אינהאַלט פֿון זײַנע שפֿעדיקע רייד? אַ פֿיקטיװע, אַנולירטע אויפֿפֿירונג פֿון שעקספּירס „דער קויפֿמאַן פֿון װענעדיג“. במשך פֿון זײַנע צװיי שעה אויף דער בינע הערן מיר די צרות פֿון אַן אַקטיאָר, װאָס האָט געדאַרפֿט שפּילן די ראָלע פֿון שײַלאָק אין דער דאָזיקער פּראָדוקציע: צרות מיט די פּראָדוצענטן, מיטן הײַנטצײַטיקן אַנטיסעמיטיזם און שמאָלקעפּיקײט, און צרות מיט זיך אַליין — װײַל רובינעק שפּילט טאַקע אַ װערסיע פֿון זיך אַליין אין דער אויפֿפֿירונג.
די דראַמע איז אַ רעװידירטער נוסח פֿון אַ פּיעסע, „שײַלאָק“, װאָס לירין־יאָנג האָט צוערשט אָנגעשריבן אין 1996. (אַגבֿ, יוסף באָװשאָװערס באַקאַנטע ייִדישע איבערזעצונג פֿון דער פּיעסע, װאָס מען האָט אַ מאָל געשפּילט אויף דער צווייטער עװעניו, הייסט אויך „שײַלאָק“.) אינעם נײַעם נוסח פֿון לירין־יאָנגס װערק, שפּיגלט די פּיעסע אָפּ פֿאַרשיידענע פֿאַקטן פֿונעם הויפּט־אַקטיאָרס לעבן, און דער עולם װייסט קיין מאָל נישט װאָסער פּרט איז אַן אויסגעטראַכטער און װאָסערער איז טאַקע אַ טשיקאַװעס פֿון רובינעקס לעבן. אין דעם ליגט אַ סך פֿון דער פּיעסעס שפּאַנונג און אומזיכערקייט.
אין עטלעכע מאָמענטן, דעקלאַמירט רובינעק שײַלאָקס מאָנאָלאָגן אין דער שטים פֿונעם טאַטן — אַפֿילו אַ מאָל מיט אַ גמרא־ניגון („װער דען װאָלט געשפּילט שײַלאָק אַזוי?“ האָט ער מיך שפּעטער רעטאָריש געפֿרעגט). בײַם סוף פֿון דער פּיעסע, װאָס איז כּמעט אין גאַנצן אויף ענגליש, הערן מיר די באַרימטע רעדע „האָט דען אַ ייִד ניט קיין אויגן?“, דװקא אויף מאַמע־לשון.
„אין זײַן ספּעציפֿישקייט, װערט ייִדיש אוניװערסאַל,“ זאָגט רובינעק, װאָס האָט אויך געשפּילט אויף ייִדיש אינעם פֿילם Shttl („שטטל“, 2002) און די ראָלע פֿון הירש ראַסיינער (אויף ענגליש) אינעם פֿילם The Quarrel (די קריג, 1991), באַזירט אויף חיים גראַדעס דערציילונג. „אין זײַן ספּעציפֿישקייט װעגן אונדזערע איבערלעבונגען װי מענטשן, װי ייִדן, קענען מיר זיך ׳האַלטן בײַ די הענט׳ מיט דער גאַנצער װעלט.“
טיילװײַז האָט דער אַקטיאָר טאַקע דורכגעפֿירט דעם שמועס מיט מיר אויף ייִדיש, װאָס, ער איז מודה, קומט אים אָן שװערלעך, נאָר װאָס ער האָט בײַ זיך „נישט אין קאָפּ, נאָר אין האַרצן.“
איך האָב אים געפֿרעגט, צי ער פּרוּווט טאַקע פֿאַרגופֿן אין דער פּיעסע די אינטאָנאַציעס און זשעסטן פֿונעם טאַטן?
„איך האָב אַפֿילו ניט געדאַרפֿט פּרוּװן. אַלע קינדער קענען נאָכמאַכן זייערע טאַטע־מאַמעס,“ האָט ער געזאָגט. „דאָס גאַנצע לעבן האָב איך געזען װי דער טאַטע טרעט אויף פֿאַר משפּחה און פֿרײַנד. אַ נאַטירלעכער דערציילער איז ער געװען.“
מאַכט דער רמב״ן: „מעשׂה אָבֿות סימן לבנים“ — די טאַטן פֿון די עלטערן און די עלטערנס עלטערן זאָגן פֿאָרויס דאָס לעבן פֿון די קינדער.
רובינעקס טאַטע, ישׂראל רובינעק, אַ געבוירענער אין לאָדזש, האָט אָנגעפֿירט מיט אַ טעאַטער־טרופּע אין די־פּי־לאַגער פֿערנװאַלד, אין בײַערן. רובינעק איז טאַקע געבוירן געװאָרן אין דער זעלבער נאַכט, וואָס דער טאַטע איז דאָרט אויפֿגעטראָטן ווי דער גולם אין לייװיקס באַרימטער דראַמאַטישע פּאָעמע, אין 1948.
אָט דער צופֿאַל, דאָס געשעעניש, שמעקט מיט באַשערטקייט, מיט הייליקייט אַפֿילו. די אָ הייליקייט באַמערקט רובינעק אין משך פֿון „דאָס שפּילן שײַלאָק“, אין איינער פֿון דער פּיעסעס שטאַרקסטע רעפּליקן:
„איך האָב קיין מאָל ניט געגלייבט אין גאָט. איך גלייב אין דעם, אין טעאַטער. דאָס איז הייליק.“
אָבער אויך אין ייִדיש גלייבט ער. „ייִדיש, װי טעאַטער, איז קאָמונאַל — און איז הייליק,“ האָט ער מיר געזאָגט. „װי לאַנג האָט מען געזאָגט אַז טעאַטער איז טויט? אַזוי אויך מיט ייִדיש.“
דער אַקטיאָר זאָגט אַז עס גלוסט זיך אים איצט שפּילן אין ייִדישן טעאַטער, און ער האַלט אין אַרומרעדן מעגלעכע פּראָיעקטן.
אויך מיר, סײַ צוקוקער סײַ מיט־אַרטיסטן, קוקן אַרויס אויף דעם — אויף נאָך אַזאַ קאָמונאַלער, עקסטרע־הייליקער איבערלעבונג אין טונקעלן טעאַטער־זאַל, װוּ גאָר ניט איז ניט קאָנקרעט און קלאָר.
װי רובינעק זאָגט אין דער נײַער אויפֿפֿירונג, מיט פֿאַררייטלטע באַקן און שטאַרק אַקטיװירטע ברוגז־מוסקלען: „דער טעאַטער איז ניט קיין safe space (געזיכערט אָרט).“
דאָס הייסט, דער טעאַטער איז פֿאָרט אַ פֿאָרום פֿאַר פֿראַגעס, חילוקי־דעות, און גײַסטיקן געראַנגל.
זאָל זײַן אַזוי.
די פּיעסע וועט מען שפּילן ביזן 7טן דעצעמבער אין פּאָלאָנסקי־שעקספּיר־צענטער אין ברוקלין. צו קויפֿן בילעטן גיט אַ קוועטש דאָ.