Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

סעקולערע ייִדן רעדן ייִדיש אין דער ישׂראלדיקער סעריע „מקום שׂמח“Secular Jews speak Yiddish in Israeli TV series ‘Makom Sameach’

די ייִנגערע פּאַרשוינען זאָגן דאָ און דאָרט אַ ייִדיש וואָרט אָבער די צוויי עלטערע העלדינס פֿירן גאַנצע שמועסן אויף ייִדיש.

במשך פֿון די לעצטע יאָרן קען מען אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע באַמערקן אַלץ מער דיאַלאָג אויף ייִדיש.

געוויינטלעך הערט מען ייִדיש אין סעריעס וועגן דער פֿרומער וועלט, ווי „שטיסל“ אָדער „קוגל“, אָדער בײַ היסטאָרישע פֿילמען און סעריעס וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט סעקולערע ייִדן. קומט די נײַע סעריע „מקום שׂמח“ („אַ גליקלעך אָרט“), אויפֿן קאַנאַל „כּאן 11“, און ווײַזט ווי דווקא חילונים (סעקולערע ייִדן) — הײַנטצײַטיקע תּל-אָבֿיבֿער — רעדן ייִדיש.

אין דער פּראָגראַם זעט מען ווי נערוועזע אַשכּנזישע געשטאַלטן זוכן אַ מער אינטערעסאַנט לעבן אַנטקעגן די נודנע „געוווינהייטן“ פֿון מאָנאָגאַמיע, פּרנסה און דעם זאָרגן זיך סײַ פֿאַר זייערע קינדער, סײַ פֿאַר זייערע עלטערן, ייִדן פֿון דער שארית-הפּליטה.

דער טיטל „מקום שׂמח“ נעמט זיך פֿונעם באַגריף בײַ פּסיכאָטעראַפּיע, וווּ מע עצהט מענטשן וואָס לײַדן פֿון אַ נערוועז-אַטאַקע, זיי זאָלן זיך אויסמאָלן אַ באַקאַנט היימיש אָרט וואָס קען זיי אַ ביסל באַרויִקן. נועה קאָלער, די שעפֿערין פֿון דער סעריע בשותּפֿות מיט רם נהרי, איז מסתּמא באַווירקט געוואָרן פֿון דער בראַסלעווער פֿילם-רעזשיסאָרין רמה בורשטיין, וואָס איז געווען איר רעזשיסאָרין אין דעם דערפֿאָלגרײַכן פֿילם „לעבֿור את הקיר“ (אַריבער דער וואַנט, 2016). מע קען זאָגן אַז די געשטאַלטן וואָס טראָגן מיט זיך די דורותדיקע טראַוומע און ווײַזן אַ טענדענץ צו מעלאַנכאָליע און נערוועזקייט, קוקן זיך די אויגן אויס אויף מקיים צו זײַן ר׳ נחמנס מצווה „לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד“ — דאָס כּסדרדיקע זוכעניש נאָך אַן אייגן גליקלעך אָרט.

בײַם צענטער פֿון דער סעריע שטייט דאָס געשטאַלט פֿון ורד (ווערעד) קאָנפֿאָרטי, מײַסטעריש געשפּילט פֿון קאָלער אַליין. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ מענטש מיט אַזאַ משפּחה-נאָמען, וואָס זי האָט געקראָגן פֿון איר מאַן בען קאָנפֿאָרטי (דער אַקטיאָר אַבֿיהו פּנחסובֿ), זוכט זי אין משך פֿון די אַכט קאַפּיטלען שפּורן פֿון „קאָמפֿאָרט“, אַ טרייסט אין איר ליבע־ און משפּחה־לעבן. ס׳איז אָבער בכלל ניט קלאָר, אַז פֿון איר מאַן וועט זי אָט די געוווּנטשענע טרייסט טאַקע געפֿינען. אויף דער זײַט וואַרט אויף איר דער צוציִיקער גײַסטיקער היילער יותּם אַזולײַ (עידן חבֿיבֿ), וואָס פֿאַרקערפּערט, דורך זײַן פֿיזיק און סענסיטיווקייט, אַ שאַרפֿע סתּירה צו ורדס בערישן מאַן. די משפּחה-פּאַטאָלאָגיע פֿאַרפּלאָנטערט זיך נאָך מער ווען ורד שטעלט אָן יותּם צו פּרוּוון היילן איר עקשנותדיקע מאַמע, נעמי ווײַסבאַך (די קאָמישע אַקטריסע תּיקי דײן) פֿון צוקערקרענק, און דערבײַ אויסמײַדן די אַמפּוטירונג פֿון איר פֿוס.

אין דער סעריע מישן די ייִנגערע העלדן אַרײַן געוויסע ייִדישע פֿראַזעס אין זייער העברעיִש, אָבער די צוויי העלדינס פֿונעם עלטערן דור רעדן צווישן זיך טאַקע אַ פֿליסיקן ייִדיש. די צוויי פֿרויען זענען ורדס מאַמע, נעמי, און איר קוזינקע, די פּאַרטיזאַנערקע דבֿורה שלוש — אַ משפּחה-נאָמען וואָס ווערט געוויינטלעך אַסאָצייִרט מיט די ספֿרדישע בויערס פֿון דער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ.

דבֿורה ווערט געשפּילט דורך לאה קעניג, וואָס איז שוין אין די נײַנציקער. קעניגס עלטערן האָבן נאָך געשפּילט אין דער ווילנער טרופּע. די רעזשיסאָרן קאָלער און נהרי האָבן באַשלאָסן אַז צווישן זיך זאָלן די עלטערע פֿרויען פֿירן גאַנצע שמועסן אויף ייִדיש. בײַ די קרעדיטן בײַם סוף באַצייכנט מען די ייִדיש־לערערין מרים טרין מיטן טיטל „מתרגלת ייִדיש“, ד״ה די וואָס האָט רעפּיטירט מיט די אַקטריסעס די ייִדיש־שפּראַכיקע רעפּליקן, בעיקר מיט תּיקי דיין וואָס רעדט נישט קיין ייִדיש. דיין האָט זיך אַפֿילו אַ ביסל באַקלאָגט וואָס זי מוז דאָס טאָן. קעניג, בכל-אופֿן, לויבט דיינס ייִדיש.

איין בײַשפּיל פֿון אַ ייִדישן דיאַלאָג אין דער סעריע זעט מען בײַם אָנהייב פֿונעם זעקסטן קאַפּיטל, „סודות חבֿויים“ (באַהאַלטענע סודות). דבֿורה און נעמי טרעפֿן זיך און פֿירן אַזאַ שמועס:

— שלום דבֿורה

— ערשטנס, אַנטשלודיקט זיך בײַ מיר.

— נו, באמת. האָסט אַ פֿרענקישן כּבֿוד.

— אויב דו ביסט געקומען אַהער, מיך נאָך אַמאָל באַליידיקן, קאָנסטו שוין צוריקגיין.

— וואָס שוין האָב איך דיר געזאָגט? איך בין געווען נערוועז און ס׳איז מיר אַרויס — „כּוס אמא שלך!“ צוליב דעם „כּוס אמא שלך“ מישפּטסט מיך אַזוי שווער?

ס׳רובֿ צוקוקער, וואָס קענען סײַ ייִדיש סײַ העברעיִש, לאַכן ווען זיי הערן ווי פֿון דיינס מויל, דער אַלטער ייִדישער באָבען, לאָזט זיך אַרויס די זאַפֿטיקע ישׂראלדיקע קללה „כּוס אמא שלך“. אַנדערע האַלטן דעם אויסדרוק אָבער ווי צו וווּלגאַר און איבערגעטריבן אין דעם קאָנטעקסט. אָבער אַזוי ווערט דער אַלטער סטערעאָטיפּ וועגן ייִדיש אין אַ געוויסן מאָס איבערגעקערט: די פּראָסטע קללה וואָס האָט זיך בײַ נעמין אַרויסגעכאַפּט מיט יאָרן צוריק און דערבײַ קאַליע געמאַכט די באַציִונגען צווישן די צוויי ייִדענעס איז דווקא אַ העברעיִשע\אַראַבישע (דיינס געשטאַלט איז אַ ישׂראלי), בעת דבֿורה, די עלטערע „מער ייִדישלעכע“ פֿרוי דאָ, קאָן בשום-אופֿן נישט פֿאַרטראָגן צו הערן אַזאַ וווּלגאַרע פֿראַזע. אָט די בולטע איראָניע וואָס שײך די סטערעאָטיפּן פֿון העברעיִש־רעדער און ייִדיש־רעדער העלפֿט דאָ שאַפֿן אַ שאַרפֿע און אַמוזירנדיקע סצענע.

קאָלער, וואָס קומט פֿון אַ משפּחה מיט לעבן-געבליבענע פֿון חורבן, האָט אויף אַן אינטערוויו אין 2024 דערציילט, אַז זי איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ היים פֿול מיט הומאָר. „די באָבע פֿלעג זיך וויצלען, ווען היטלער האָט זיך באַוויזן אויף דער טעלעוויזיע, זאָגנדיק אַז דער ימח־שמוניק איז  ׳אַ חבֿר מײַנער׳. אָבער דאַן איז געקומען דער 7טער אָקטאָבער…“

די הײַנטיקע פּאָליטיק שפּילט אין „מקום שׂמח“ אָבער אַ קנאַפּע ראָלע און נאָר דורך סובטילע פּרטים: ווען ורד און בען מיינען אויף אַ רגע אַז זייער פֿאַרווײַלונג-צימער אינעם גליל ווערט אָנגעגריפֿן פֿון צפֿון; אָדער ווען ורדס ברודער נדבֿ ווײַסבאַך (רועי עידן) גייט אַרום אָנגעטאָן אין מיליטערישע מונדירן. אָבער אַפֿילו אָט דער שטאַרקער ישׂראלדיקער זעלנער האָט שטענדיק מורא פֿאַר זײַן ייִדיש מאַמעלע און פּראָבירט זי וואָס מער אויסמײַדן.

נעמיס שטענדיקע וואָרענונג, אַז זי וועט זיך נישט לאָזן אָפּערירן ווײַל „כ׳וויל נישט זײַן קיין בעל-מום אין מדינת-ישראל!“ קען מען אויסטײַטשן אַז אין ישׂראל קען מען זיך נישט דערלויבן צו זײַן אַ שוואַכינקע. די סעריע טוט אַ מערקווירדיקע אַרבעט בײַם אַרויסטרײַבן די שדים פֿונעם עבֿר וואָס רודפֿן דאָס ישׂראלדיקע באַוווּסטזײַן, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט קען מען די סעריע קריטיקירן אַז זי דערווײַטערט זיך פֿון זאָגן עפּעס באַטײַטיקס וועגן די הײַנטיקע פּלאָגענישן און בלוטיקע מלחמות.

אינעם זיבעטן קאַפּיטל „תּיירות יהודית“ (ייִדישער טוריזם), נעמט ורד אָן איר מאַמעס בקשה אַז פֿאַר דער אָפּעראַציע וויל זי באַזוכן ווילנע, כּדי צו זען דעם געטאָ וווּ איר באָבע פּעסיע איז געווען. דער גאַנצער קאַפּיטל איז טאַקע פֿילמירט געוואָרן אין ווילנע, און מיר באַקומען אַ שלל אויסערגעוויינטלעכע קאָמישע און דראַמאַטישע סיטואַציעס.

אַן אַנדער באַנוץ פֿון ייִדיש, וואָס פֿאַרחידושט בלי-שום-ספֿק די ישׂראלישע צוקוקערס געשעט אין אַן אַנדער עפּיזאָד, ווען נעמי פֿאַנטאַזירט אַז אַ באַרימטע ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־פּערזענלעכקייט, מאָשיק גלאַמין, קומט צו איר אַרײַן אין דער דירה און הייבט אָן רעדן מיט איר אויף ייִדיש. ער זינגט איר אַפֿילו אַ שלאָפֿליד אויף ייִדיש: „תּל-אָבֿיבֿ פֿאַר האַלבער נאַכט\ דער ווינט וויל גאָרנישט בלאָזן נאָך\ און די לופֿט איז שווער און שטיקט און שטיקט מיך\ איך בין נישט זיכער וואָס צו זאָגן\ צי כּדאַי בכלל צו פֿרעגן, נישט פֿרעגן.

קאָלער און נהרי האָבן אַ סך וואָס צו זאָגן וועגן דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, וועגן אירע מוראס און שטרעבונגען. לאָמיר נאָר האָפֿן אַז אין זייערע צוקונפֿטדיקע שאַפֿונגען וועלן זיי אויך באַהאַנדלען די האַרבע שוועריקייטן פֿון מלחמה און שלום, וואָס פֿאַרשטיקן אונדזער אַלעמענס לופֿט.

https://www.kan.org.il/content/kan/kan-11/p-962212/s1/967128/

בילדער:

01 די הויפּט געשטאַלטן פֿון דער סעריע „מקום שׂמח“ (פֿון רעכטס): יותם, נעמי, ורד און בען (KAN 11)

02 ורד (קאָלער) און בען (פּנחסאָוו) לעבן אַדורך אַ קריזיס אין זייער זיווג-לעבן (KAN 11)

03 ורד (קאָלער) און איר מאַמע נעמי (דיין) זוכן אַ פֿאַרהיילונג אויפֿן ברעג-ים (KAN 11)

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.