דער נײַער ייִדישער נוסח פֿון חנוכּה־ליד „לעשט ניט די ליכטלעך אויס“New Yiddish version of the Hanukkah song ‘Light One Candle‘
אין די 1980ער האָט מען געזונגען דאָס באַקאַנטע ליד פֿון פּיטער, פּאָל און מערי בײַ מאַניפֿעסטאַציעס צו באַפֿרײַען די סאָוועטישע ייִדן

Sarah, Avram and Elisha Mlotek, who sing the song in the new recording Photo by Elisha Mlotek
אויב איר האָט ליב, ווי איך אַליין, די אַלטע רעקאָרדירונגען פֿון די באַרימטע אַמעריקאַנער זינגער פּיטער, פּאָל און מערי, וואָלט איר געמעגט הערן די נײַע ייִדישע איבערזעצונג פֿון זייער חנוכּה־ליד Light One Candle (צינדט אָן אַ ליכטל), געזונגען פֿון דרײַ אַנדערע טאַלאַנטירטע זינגער — הרבֿ אַבֿרהם, אלישה און שׂרה מלאָטעק. (זעט דעם טעקסט פֿונעם ייִדישן נוסח אונטן.)
די זינגער זענען די דערוואַקסענע קינדער פֿונעם מוזיקער און דירעקטאָר פֿון דער פֿאָלקסבינע, זלמן מלאָטעק, און זײַן פֿרוי, דעבי. אַבֿרהם איז אַ שרײַבער, אלישע איז אַ פֿילמאָגראַף און שׂרה שטודירט מוזיק אין אַ קאָנסערוואַטאָריע אין ישׂראל — און איז לעצטנס געוואָרן אַ מאַמע.
עס באַגלייט זיי יוסף לאַנצבוים אויף גיטאַר און אלישע אויף די קלאַפּ־אינסטרומענטן.
דאָס ליד האָט איבערגעזעצט דער טעאַטער־אַגענט משה ראָזענפֿעלד און אַברהם מלאָטעק.
אין די 1980ער האָט מען דאָס ליד געזונגען בײַ די ניו־יאָרקער מאַניפֿעסטאַציעס צו באַפֿרײַען די סאָוועטישע ייִדן, סימבאָליזירנדיק זייער קאַמף פֿאַר פֿרײַהייט.
„ס׳איז געווען איינס פֿון אונדזער באָבעס באַליבטסטיע לידער, יעדעס מאָל וואָס מיר האָבן זיך געטראָפֿן אויף אַ חנוכּה־מסיבה,“ האָט אַבֿרהם געזאָגט. די באָבע איז געווען די אָנגעזעענע פֿאָרשערין פֿון ייִדישן ליד, חנה מלאָטעק. יאָרן לאַנג האָט זי מיט איר מאַן, דער ייִדישער קולטור־טוער יאָסל מלאָטעק געפֿירט די פֿאָרווערטס־רובריק „פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע“, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן ווי אַ בוך אין 1970, מיט אַן אַרײַנפֿיר פֿונעם דעמאָלטדיקן פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר שמעון וועבער.
די משפּחה מלאָטעק האָט אַרויסגעלאָזט די רעקאָרדירונג עטלעכע וואָכן פֿאַר חנוכּה צוליב אַ וויכטיקער סיבה: ס׳איז געווען חנה מלאָטעקס יאָרצײַט.
צינד איין ליכטל
איין ליכט שײַנט פֿאַר די העלדישע קינדער
אַ דאַנק וואָס דאָס ליכט גייט ניט אויס
איין ליכט שײַנט פֿאַר דער פּײַן און די ליידן
די סכּנה׳ז געווען אַזוי גרויס.
איין ליכט פֿלאַקערט פֿאַר קבנות און לײַדן
אַז יושר און פֿרײַהייט זאָל זײַן
איין ליכטל פֿלאַקערט פֿאַר חכמה און וויסן
פֿאַר פֿרײַהייט, אַז שלום זאָל זײַן.
רעפֿרען:
לעשט ניט די ליכטלעך אויס!
זיי פֿלאַקערן שוין דורות לאַנג
לעשט ניט די ליכטלעך אויס!
באַלײַכטן דורך אונדזער געזאַנג.
איין ליכט פֿלאַטערט צו געבן אונדז כּוח
אַז אייביק מיר׳ן בלײַבן געטרײַ
איין ליכט פֿלאַקערט פֿאַר מענטשן וואָס לײַדן
אויך מיר זענען נישט געווען פֿרײַ.
איין ליכט פֿלאַטערט פֿאַר זיסע חלומות
צעטיילן זאָל אונדז נישט דער כּעס
און איין ליכטל פֿלאַקערט צו האַלטן צוזאַמען
מיט שלום און מער נישט קיין האַס.
רעפֿרען:
לעשט ניט די ליכטלעך אויס!
זיי פֿלאַקערן שוין דורות לאַנג
לעשט ניט די ליכטלעך אויס!
באַלײַכטן דורך אונדזער געזאַנג.
וואָס איז די מעשׂה וואָס איז אַזוי טײַער,
וואָס לעבט אייביק אין אונדזער פֿלאַם?
וואָס איז די שבֿועה צו פֿאַרגאַנגענע דורות
אַז עס לעבט אונדזער פֿאָלק, אונדזער „עם“?
מיר קומען, מיר גייען, מיר האָפֿן, מיר גלייבן
אַז יושר וועט ווערן דער כּלל
דאָס איז דער ווילן, דאָס איז די שבֿועה
אַ שענער וועלט איבעראַל!
רעפֿרען:
לעשט ניט די ליכטלעך אויס!
זיי פֿלאַקערן שוין דורות לאַנג
לעשט ניט די ליכטלעך אויס!
באַלײַכטן דורך אונדזער געזאַנג.