Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: היסטאָריקערין וויווי לאַקס באַשרײַבט געשיכטע פֿון לאָנדאָנער ייִדישער פּרעסעVIDEO: Historian Vivi Laks tells history of the London Yiddish Press

שבֿע צוקער פֿירט דעם שמועס מיט וויווי לאַקס און ביידע לייענען פֿאָר עטלעכע פֿעליעטאָנען פֿון יענע צײַטן.

די ייִדיש־ליגע האָט לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט אַ ווידעאָ, וווּ די היסטאָריקערין וויווי לאַקס דערציילט וועגן דער אַמאָליקער ייִדישער פּרעסע אין לאָנדאָן.

צ‫ווישן 1884 און 1954 האָט די לאָנדאָנער פּרעסע אַרויסגעגעבן הונדערטער פֿעליעטאָנען פֿון אָרטיקע שרײַבערס וועגן אָרטיקן ייִדישן לעבן.

די קורצע דערציילונגען זענען סאַטיריש, קאָמיש און רירנדיק, אויף טשיקאַווע טעמעס ווי למשל קאַמפֿן אין דער היים צווישן די מינים; פּאָליטיק אין די קאַפֿעען, און ספֿרי־תּורה אויף די גאַסן. די דערציילונגען האָבן געשריבן סײַ גוט באַקאַנטע שרײַבער (למשל, מאָריס ווינטשעווסקי, יוסף־חיים ברענער און אסתּר קרייטמאַן), סײַ היפּש ווייניקער באַקאַנטע.

שבֿע צוקער, די ייִדיש־לערערין און מחבר פֿון אַ ייִדישן לערנבוך, פֿירט דעם שמועס מיט וו‫יווי לאַקס. זיי וועלן פֿאָרלייענען אַ טייל פֿון די פֿעליעטאָנען אויף ענגליש און ייִדיש, און אַרומרעדן די טעמעס וואָס די פּרעסע האָט אַרויסגעהויבן.

וו‫יווי לאַקס איז אַ היסטאָריקערין פֿון לאָנדאָנס ייִדישן „איסט־ענד“, ווי אויך אַן איבערזעצער און זינגערין. זי איז די מחברטע פֿון Whitechapel Noise און London Yiddishtown, ווי אויך אַקאַדעמישע און פּאָפּולערע אַרטיקלען. זי איז אַ קולטור־טוערין אין לאָנדאָן און האָט מיטאָרגאַניזירט סײַ דעם גרויסן ייִדישן פּאַראַד, סײַ דעם Yiddish Café Trust. זי זינגט פּאָפּולערע לידער אויפֿן „קאָקני־ייִדיש“ מיט די גרופּעס קלעזמער־קלאָב און קאַטשאַנעס, און פֿירט שפּאַצירטורן איבער דעם „איסט־ענד“.

Dive In

Explore

Most Popular

In Case You Missed It

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.