ליאַ קעניג באַמאָלט איר לעבן ווי אַן אַקטריסע, פֿון בוקאַרעשט ביז תּל־אָבֿיבֿLia Koenig describes her life as an actress, from Bucharest to Tel Aviv
כאָטש זי האָט מער ווי 50 יאָר געשפּילט אויף דער העברעיִשער בינע זאָגט זי, אַז שלום־עליכם קען זי נאָר שפּילן אויף ייִדיש.

ליאַ קעניג אין הילל מיטלפּונקטס פּיעסע „אַ שפּאַציר־באַגלייטער איבער וואַרשע“, הבימה־טעאַטער, תּל־אָבֿיבֿ, 2013 Courtesy of Lia Koenig
צװישן די יאָרן 2018 און 2024 האָט דער ישׂראלדיקער טעאַטער־פֿאָרשער ד״ר יניבֿ שמעון גאָלדבערג פֿונעם בר־אילן אוניװערסיטעט פֿאַרבראַכט לאַנגע שעהען שמועסנדיק מיט דער באַרימטער ייִדישער אַקטריסע ליאַ קעניג. פֿון דעם איז אַרױסגעװאַקסן דאָס בוך די בינע פֿון איר לעבן, װאָס איז פּובליקירט געוואָרן אױף ענגליש דורכן באָסטאָנער פֿאַרלאַג „אַקאַדעמיק סטאָדיז פּרעס“. קעניג, שרײַבט גאָלדבערג אין דער הקדמה, איז אײנע פֿון די לעצטע לעבעדיקע ייִדישע אַקטיאָרן, װאָס האָבן זיך געלערנט זײער קונסט דירעקט אין דער טעאַטער־סבֿיבֿה אין מיזרח־אײראָפּע פֿאַרן חורבן.
דאָס בוך פּרוּװט, װי װײַט עס איז מעגלעך אין דער ענגלישער איבערזעצונג, אָפּצוהיטן דעם נאַטירלעכן טאָן פֿון די שמועסן. גאָלדבערג שטעלט פֿראַגעס און קעניג ענטפֿערט אױף זײ, אָפֿט מאָל מיט לענגערע אָנאַזײַטן, װאָס ציִען נאָך זיך װײַטערדיקע פֿראַגעס.
דער לײטמאָטיװ פֿון קעניגס מאָנאָלאָגן איז די אַנטױשונג, װאָס ייִדיש האָט ניט באַקומען קײן געהעריקע אָפּשאַצונג ניט — דעמאָלט אין אײראָפּע און ניט הײַנט אין ישׂראל. „זײ האָבן ניט קײן דרך־ארץ פֿאַר ייִדישע אַקטיאָרן אין ישׂראל,“ זאָגט זי מיט אַ טאָן פֿון ביטערקייט.
דער שמועס נעמט אַרײַן פֿאַרשײדענע תּקופֿות פֿון קעניגס לעבן. זי איז געבױרן געװאָרן אין לאָדזש אין 1929. אירע עלטערן יוסף קאַמיען (שטײן) און דינה קעניג זײַנען געװען באַרימטע ייִדישע אַקטיאָרן אין פּױלן. לאה איז געװען דרײַ יאָר אַלט װען די עלטערן האָבן זיך צעשיידט און זי איז אַריבער קײן טשערנאָװיץ מיט דער מאַמען, װאָס האָט געשפּילט אינעם דאָרטיקן ייִדישן טעאַטער. דער טאַטע איז פֿאַרבליבן אין לאָדזש און איז אומגעקומען אינעם חורבן.
װען די דײַטשישע חיילות האָבן באַפֿאַלן דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין 1941 זײַנען זײ אַנטלאָפֿן קײן אוזבעקיסטאַן. דאָרט איז די מאַמע שיִער ניט געשטאָרבן פֿון טיפֿוס. דאָס זײַנען געװען די סאַמע שװערסטע יאָרן אין קעניגס לעבן, אָבער אַזױ האָבן זײ זיך געראַטעװעט פֿונעם חורבן.
נאָך דער מלחמה האָבן די מאַמע מיט דער טאָכטער זיך באַזעצט אין בוקאַרעשט, װוּ לאה האָט אָנגעהױבן שפּילן אינעם ייִדישן טעאַטער. אירע אײַנדרוקן פֿון יענע יאָרן אין דער קאָמוניסטישער רומעניע זײַנען געמישטע. זי לױבט דעם ייִדישן טעאַטער װאָס איז געװען גוט אָרגאַניזירט און האָט באַקומען אַ סטאַבילע שטיצע מצד דער רעגירונג. דער בוקאַרעשטער ייִדישער טעאַטער האָט געהאַט אַ פּראָפֿעסיאָנעלע טרופּע און האָט געשמט װי אײנער פֿון די בעסטע טעאַטערס אינעם לאַנד.
אָבער דער קאָמוניסטישער רעזשים האָט ניט דערלױבט קײן פֿרײַהײט ניט אין קונסט און ניט אינעם פּריװאַטן לעבן. דער ייִדישער טעאַטער האָט עקזיסטירט אין אַ מין „געטאָ“ בעת אין דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט זײַנען געװען פֿאַרשפּרײט אַנטיסעמיטישע געפֿילן. אינעם יאָר 1961 האָט זײ זיך אײַנגעגעבן עולה צו זײַן קײן מדינת־ישׂראל.
אין ישׂראל איז דער מצבֿ פֿונעם ייִדישן טעאַטער געװען גאָר אַנדערש פֿון רומעניע. אין דער ייִדישער מדינה זײַנען געװען פּריװאַטע טרופּעס, װאָס האָבן אָפֿט געשפּילט „שונד“. די מאַמע האָט שטרענג געהײסן לאהן: „הײב אָן אין העברעיִש און ערשט װען דו׳סט װערן באַקאַנט, קענסטו טאָן װאָס דו װילסט אױף ייִדיש.“
לאה קעניג האָט געשפּילט אױף דער העברעיִשער בינע מיט אַ גרױסן דערפֿאָלג העכער װי פֿופֿציק יאָר. און דאָך זאָגט זי: „איך רעד העברעיִש אָבער מײַן אמת איז אין ייִדיש.“ העברעיִש איז „ניט קײן שפּראַך פֿאַר טעאַטער.“ זי קען ניט שפּילן שלום־עליכם אױף העברעיִש אָדער אױף ענגליש: קײן שום איבערזעצונג „רירט נישט מײַן נשמה“.
ערשט פֿיר יאָר נאָך איר אָנקומען אין ישׂראל האָט זי װידער אָנגעהױבן צו שפּילן אױף ייִדיש, טײלװײַז צוליב פּרנסה. דער פּריװאַטער ייִדישער טעאַטער האָט באַצאָלט בעסער אײדער די מלוכישע „הבימה“. אין די 1960ער און 1970ער יאָרן האָט זי גאַסטראָלירט אין אײראָפּע, דרום־ און צפֿון־אַמעריקע און אין אױסטראַליע. איר מאַן הירשל (צבֿי) שטאָלפּער, דער רעזשיסער פֿון זײער טרופּע, „האָט כּסדר געבױט אַ פּראָגראַם װאָס האָט זיך אָנגעהױבן מיט נאָסטאַלגיע נאָכן נעכטן, און דערנאָך זײַנען מיר אַריבער צו די הײַנטיקע ענינים,“ דערמאָנט זיך קעניג.
די שמועסן קערן זיך װידער און װידער אַ מאָל צו לאהס טאַטע־מאַמע. זײ האָבן געהערט צו דעם דור ייִדישע אַקטיאָרן, װאָס האָבן „אײַנגעפֿלאַנצט די ליבע צום טעאַטער אינעם מיזרח־אײריפּעיִשן עולם“, האָט זי באַטאָנט. אין מדינת־ישׂראַל, להיפּוך, איז די באַציִונג צו ייִדיש אַ ביטולדיקע.
אינעם יאָר 1986 האָט קעניג באַקומען די העכסטע ישׂראלדיקע פּרעמיע „פּרס ישׂראל“ פֿאַר דער הױפּט־ראָלע אין יעקבֿ גאָרדינס דראַמע „מירעלע אפֿרת“. די קלאַסישע ייִדישע דראַמע האָט מען אױפֿגעפֿירט אױף העברעיִש בײַ „הבימה“ אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָס איז געװען אַ מאָמענט װען קעניג האָט דערפֿילט אַז זי געהערט טאַקע באמת צו ישׂראל, כאָטש זי האָט ניט קײן מענטאַליטעט פֿון אַ ישׂראלי.
נאָך דעם דאָזיקן דערפֿאָלג האָט „הבימה“ דערלױבט צו שפּילן „מירעלע אפֿרת“ אױף ייִדיש מיט די אײגענע אַקטיאָרן. דאָס איז געװען דאָס אײנציקע מאָל װען דער טעאַטער האָט אַרײַנגענומען אַ ספּעקטאַקל אױף ייִדיש אין איר רעפּערטואַר. אָבער דעם ייִדישן נוסח האָט מען ניט געשפּילט אינעם הױפּט־זאַל, נאָר אױף דער קלענערער בינע „בית־החיל“ („דעם זעלנערס הױז“).
דער גרעסטער טײל פֿון די שמועסן אינעם בוך זײַנען געװידמעט פֿאַרשײדענע טעאַטראַלע עפּיזאָדן און ראָלעס פֿון לאה קעניג אין ישׂראל. עס זײַנען דאָ אַ סך אינטערעסאַנטע עפּיזאָדן, פּערזענלעכע פּרטים און שאַרפֿזיניקע באַמערקונגען. צום סוף פֿונעם בוך געפֿינט מען ניצלעכע צוגאָב־מאַטעריאַלן װעגן לאה קעניגס עלטערן; די רשימה פֿון אירע ראָלעס און אַ היפּשע צאָל פֿאָטאָגראַפֿיעס.
אַלץ איז זײער אַ װערטפֿולער מאַטעריאַל, אָבער צומאָל װערט דער לײענער, בפֿרט אַן ענגליש־רעדנדיקער, פֿאַרפּלאָנטערט אין די פֿילצאָליקע פּרטים װעגן פֿאַרשײדענע אױפֿפֿירונגען אױף דער ישׂראלדיקער בינע. פֿון דעסטוועגן וועט דאָס בוך זײַן ספּעציעל אינטערעסאַנט פֿאַר מומחים פֿונעם ישׂראלדיקן טעאַטער. דער אַלגעמײנער לײענער װעט זיך באַקענען מיט אַ מערקװירדיקער פֿרױ, װאָס האָט געװידמעט איר גאַנץ לעבן דער ייִדישער קונסט און איז טאַקע מצליח געווען, ניט געקוקט אױף די שװערע נסיונות און האַרבע מניעות אױף איר לעבנסגאַנג.