דראַמאַטישע פּאָעזיע: סוצקעװערס מעשׂיות לעבן אױף אױף דער ייִדישער בינעPoetry in drama: Sutzkever’s stories come alive on the stage
דער װאָקאַבולאַר אין די מעשׂיות ניצט אױס די פּאַליטרע פֿון דער קונסטוועלט, װילנער קאָלאָריט, ייִדישן לעבן און דער אונטערװעלט.

מרים־חיה סגל און שיין בייקער אין „נאַכט־מעשׂיות“, וואָס שפּילט אין מאַנהעטן ביזן 11טן יאַנואַר 2026 Photo by Jeffrey Wertz
יעדע פּיעסע איז נישט נאָר אַן אױפֿפֿירונג פֿון אַ סקריפּט, נאָר אױך אַן אינטערפּרעטאַציע דערפֿון. דאָס איז נאָך מער שײך אַ פּיעסע װאָס איז אַן אינסצענירונג פֿון די שאַפֿונגען פֿון אַ פּאָעט.
די פֿאָרשטעלונג „נאַכט־מעשׂיות“, װאָס שפּילט אין מאַנהעטן ביזן 11טן יאַנואַר, איז כּדאַי צו זען נישט נאָר צוליב די געניטע, פּרעציזע אַקטיאָרן װאָס שפּילן אין איר (שײן בייקער און מרים־חיה סגל), און נישט נאָר צוליב דער מוזיקאַלישער באַגלײטונג פֿון אורי שרעטער, נאָר אױך, און לױט מײַן מײנונג אפֿשר דער עיקר, צוליב די געלונגענע פֿאַרשטאַנדן פֿון אַבֿרהם סוצקעװערס װערק װאָס דער רעזשיסאָר משה יאַסור שטעלט אַרױס אױף דער בינע.
די דאָזיקע „מעשׂיות“ זײַנען באַזירט אױף פֿיר קורצע שאַפֿונגען פֿון פּאָעטישער פּראָזע, אַן אָפּקלײַב פֿון אַ צאָל אַזעלכע װאָס סוצקעװער האָט אַלײן גערופֿן „באַשרײַבונגען.“ די דאָזיקע טעקסטן זײַנען נישט קײן געװײנטלעכע קורצע דערצײלונגען. עס פֿעלט אָפֿט מאָל אַ קלאָרער נאַראַטיװ, און דערצו איז די אידענטיטעט פֿון נאַראַטאָר נישט קײן קלאָרע. די אמתע שװעריקײט, בײַם לײענער, שטעקט אָפֿט מאָל אינעם לשון אַלײן. דער װאָקאַבולאַר ניצט אױס די גאַנצע פּאַליטרע פֿון אַ צאָל תּחומען פֿון קונסט, װילנער קאָלאָריט, ייִדישן לעבן, און דער אונטערװעלט. ס׳איז אַ ליטעראַרישער מאָדערניזם װאָס שרעקט זיך נישט פֿאַר קײן טעמע. אױך די זאַצן זײַנען נישט אַלע מאָל גרינג צו דעשיפֿרירן.
מע דאַרף אױך דערמאָנען אַז די מעשׂיות קומען פֿאָר אין אַ װעלט װאָס איז פֿאַרשאָטנט מיטן ייִדישן חורבן, אין אַ מין גרענעץ־זאָנע צװישן דער איצטיקײט פֿון טראַװמאַטיזירטן זכּרון, דעם היסטאָרישן אַמאָל, און די נאָך־װײענישן פֿון אומקום, פֿון די ערשטע יאָרצענדליקער נאָכן חורבן, װען דער מחבר האָט באַשאַפֿן אָט די פּראָזעװערק.
די קאָמפּליצירטקײט פֿון טעקסט, און דער דוחק פֿון אַ קלאָרן סיפּור־המעשׂה, שטעלט צו צװײ געלעגנהײטן, אָדער מע קען זאָגן — שוועריקייטן: ערשטנס, אַז די אַקטיאָרן אַלײן זאָלן באַהערשן יעדן פּרט פֿון דער שפּראַך, און אַרײַנהױכן אין די װערטער די עמאָציעס און זשעסטן װאָס זאָלן העלפֿן אָריענטירן דעם צוקוקער (בפֿרט די װאָס פֿאַרלאָזן זיך אױף די ענגלישע אײבערטיטלען) דורכן טונקעלן װאַלד פֿון האַלב־פֿאַנטאַזירטן, האַלב־היסטאָרישן אומקום.
דער צװײטער ציל בײַם פֿאַרשטיין די פּיעסע איז אַ דראַמאַטישע: װי אַזױ קען דער רעזשיסאָר אינסצענירן די פּאָעטישע טעקסטן אױף דער בינע? יאַסור ספּראַװעט זיך דערמיט מיט קלאָרע באַשלוסן. זײַן טענדענץ איז צו זײַן מינימאַליסטיש. ער פּרוּװט נישט קאָנקרעט שילדערן די מאָדנע אימאַזשן און געשעענישן װאָס שװעבן דורך סוצקעװערס מעשׂיות. דער גראַפֿישער דיזײַן, און די מוזיק, דינען גיכער ווי אַ ציל פֿון סוגעסטיע, דמיונדיקע רמזים. צום קלערסטן קומט דאָס צום אױסדרוקן אין דער ערשטער מעשׂה „קינדערשע הענטלעך,“ װוּ בלױז אַ בילד פֿון אַזעלכע האַנטדרוקן זײַנען מרמז אױף דער גאַנצער סצענע.
אין „לופּוס,“ אַ דיאַלאָג צװישן אַן איזאָלירטן אַלכעמיסטישן פּאַרשױן (אין סוצקעװערס לשון, אַן „איבערכעמיקער“), און אַ באַשעפֿעניש װאָס לעבט אױף פֿונעם שאָטן פֿון אַ מת, איז יאַסורס צוגאַנג אַ געראָטענער: דאָס ליכט װאָס באַלײַכט דעם העלדס עקספּערימענטאַלער אַרבעט װאַרפֿט אַ שאָטן אױף אַ װאַנט, װאָס װערט אַלײן, דורך בייקערס קונציקע תּנועות און באַװעגונגען, דער פּאַרטנער אין דעם שמועס. בכלל לאָזט זיך אױס, דורך יאַסורס רעזשי, אַז לופּוס איז מחיה־המתים — זיך אַלײן. זיכער איז דאָס נישט דער אײנציקער אופֿן צו פֿאַרשטײן די דאָזיקע מעשׂה, נאָר מע װערט דערפֿון איבערצײַגט, און נתפּעל.
דער צװײטער צוגאַנג װאָס וואַרפֿט זיך אין די אױגן, װידער אױף אַ הצלחהדיקן אופֿן, האָט געהאַט צו טאָן מיט דער פּראָבלעם פֿון נאַראַטאָר אין סוצקעװערס מעשׂיות. אָפֿט מאָל רעדט דער נאַראַטאָר אין ערשטן פּערזאָן, און, װי געזאָגט, איז נישט אַלע מאָל קלאָר בײַם לײענער װער דאָס איז – אַ מאַן, אַ פֿרױ, אַ מת, אַ שד…? דערצו שטעלט זיך אַ פּראַקטישע פֿראַגע פֿון אינסצענירונג: נישט אַלע מאָל איז אינטערעסאַנט פֿאַרן עולם, אַז אײן קול, אָדער אײן אַקטיאָר, זאָל אױסשפּילן אַ גאַנצע דערציילונג װי אַן אײנצלנע דאָמינאַנטע פֿיגור.
איז אַ גליק אַז יאַסור, און די דאָזיקע אַקטיאָרן, שאַפֿן צוזאַמען אַ קלײנע געזעלשאַפֿט מיט בלױז צװײ פֿיגורן אױף דער בינע. אין „דאָרט, װוּ עס נעכטיקן די שטערן“, װערן די צװײ אַ פּאָרל װאָס שטעלט זיך אַרױס פֿונעם קעצישן, אָדער גאָר פֿאַרפֿירערישן זכּרון, פֿון אַ פֿרױ װעמענס אידענטיטעט איז אַלײן נישט קלאָר. די גוטמוטיקע גרײטקײט פֿון בייקער איז דערגאַנצט געוואָרן פֿון דער יענװעלטיקער צעדרײטקײט פֿון סגלס שדיכע־געשטאַלט.
אין דער לעצטער מעשׂה, „פּאָרטרעט אין בלױען סװעטער,“ בײַטן זיך אױס די רעפּליקעס פֿון די צװײ אַקטיאָרן, עלעהײ זײ לײענען בײדע פֿונעם נאַראַטאָרס זכרונות. אַזױ באַקומט זיך אַ פּיעסע בתּוך אַ פּיעסע, בשעת די צװײ אַקטיאָרן שפּילן אױס מעשׂיות איבערגעגעבן פֿון דער מעשׂהס נאַראַטאָר. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז יאַסור, און די אַקטיאָרן, שפּילן זיך פֿרײַ מיט פֿאַרשײדענע השׂגות פֿון מין (דזשענדער), אױף אַן אופֿן װאָס איז גאַנץ פֿאַרשפּרײט אין טעאַטער בכלל און אינעם ייִדישן טעאַטער בפֿרט. אױך אין דער דאָזיקער מעשׂה האָט מען אַרױסגעהױבן די אַנדערשקײטן פֿונעם װילנער נאַראַטאָר, אין פֿאַרגלײַך מיטן לשון פֿון װאַרשע װוּ דער אײגנטימער פֿון „סװעטער“ זוכט זײַן (צי איר) מזל. אַ „לוטװאַק“, ווי באַקאַנט, װערט נישט אַלע מאָל רעספּעקטירט פֿון די װאַרשעװער….
בײַם אױפֿנעמען די אַפּלאָדיסמענטן פֿונעם דאַנקבאַרן עולם, האָט בייקער באַמערקט מיט אַנטױשונג אַז נישט אַלע זיצפּלעצער זײַנען פֿאַרנומען געװאָרן, כאָטש ס׳איז דער אָװנט פֿון ערבֿ־ניטל, װען מע װאָלט געדאַרפֿט זײַן פֿרײַ פֿון דער אַרבעט און גערן שטיצן אַ ייִדישע פֿאָרשטעלונג. לאָמיר נעמען די געלעגנהײט אַרױסצוהײבן די הויכע קװאַליטעט און אַמביציעס פֿון דער דאָזיקער אױפֿפֿירונג, אױסגעצײכנט געשפּילט און שאַפֿעריש רעזשיסירט, און מוטיקן אונדזערע לײענערס אָנצופֿילן די ערטער.