Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װי האָבן סאָװעטישע ייִדישע שרײַבער געשריבן װעגן דעם חורבן?How did Soviet Yiddish authors write about the Holocaust?

די קאָמוניסטישע פּאַרטײ האָט געפּרוּווט דערשטיקן דעם חורבן־זכּרון אָבער ער האָט זיך אָפּגעהיט אין װערק אױף ייִדיש און רוסיש.

אין דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער קולטור האָט מען ניט גערעדט װעגן דעם ייִדישן חורבן. מען האָט יאָ דערמאָנט ייִדישע קרבנות אין דער צװײטער װעלט־מלחמה, אָבער בלױז װי אַ טײל פֿון די מיליאָנען „ציװילע סאָװעטישע בירגער“, װאָס זײַנען אומגעקומען אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע. אַזױ איז פֿאַרשפּרײט געװאָרן די מיינונג, אַז די סאָװעטישע קולטור האָט לגמרי פֿאַרשװיגן דעם חורבן.

ס׳איז אמת אַז נאָך דעם ווי דער ייִדישער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט אין 1948 צוגעגרייט אַ בוך װעגן דעם חורבן פֿון די סאָװעטישע ייִדן, מיטן נאָמען „דאָס שוואַרצע בוך“, האָט סטאַלינס רעזשים עס פֿאַרווערט צו דרוקן. אָבער דאָס הײסט ניט, אַז סאָװעטישע ייִדישע מחברים האָבן ניט געשריבן װעגן דעם חורבן.

דאָס נײַע זאַמלבוך „אינעם חורבנס שאָטן“, צונױפֿגעשטעלט און איבערגעזעצט אויף ענגליש דורך העריִעט מוראַװ (אוניװערסיטעט פֿון אילינאָי) און סאַשע סענדעראָװיטש (אוניװערסיטעט פֿון װאַשינגטאָן) נעמט אַרײַן צען דערצײלונגען פֿון סאָװעטישע מחברים, װאָס באַהאַנדלען די חורבן־טעמע.

די ערשטע דערצײלונג, דוד בערגעלסאָנס „אַן עדות“ (1947), קומט פֿאָר גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון אַן אוקראַיִנער שטעטל. די לעצטע, מאַרגאַטיטאַ כעמלינס „מכּוח יוסף“, איז געדרוקט געװאָרן אין 2007 און נעמט אַרײַן די גאַנצע תּקופֿה צװישן די סוף־1940ער און די 1970ער יאָרן.

די האַנדלונג אין דעם בוך קומט פֿאָר אין די אַמאָליקע ייִדישע שטעט און שטעטלעך, װוּ די פּערסאָנאַזשן אָדער זײערע עלטערן האָבן זיך באַזעצט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. װי אַזױ האָבן ייִדן געקענט װײַטער לעבן אין אָט די ערטער? די דאָזיקע פֿראַגע, האַלטן די רעדאַקטאָרן, מאַכט די דאָזיקע דערצײלונגען ספּעציעל אינטערעסאַנט.

דאָס רובֿ פּערסאָנאַזשן זײַנען פּראָסטע סאָװעטישע ייִדישע פֿרױען און מענער. זײ געהערן צו פֿאַרשײדענע דורות און סאָציאַלע שטאַנדן, אָבער אַלע זײַנען זײ אַזױ אָדער אַנדערש באַרירט דורכן חורבן. דער חורבן־זכּרון איז בײַ זײ אַ פּריװאַטער ענין, װאָס האָט אַ קנאַפּן שײכות צו דער טאָג־טעגלעכער סאָװעטישער װירקלעכקײט.

פֿיר פֿון די זיבן מחברים אינעם בוך זײַנען פֿרױען. אַזאַ אױסקלײַב שפּיגלט אָפּ דעם נײַעם קער אין דער פֿאָרשונג פֿון סאָװעטישן ייִדנטום, װאָס האָט עד־היום באַטראַכט, דער עיקר, מענער. די צװײ עלטערע שרײַבערינס — שירה גאָרשמאַן (1906־2001) און רבֿקה רובין (1906־1987) — האָבן געשריבן אױף ייִדיש, און די צװײ ייִנגערע — דינה קאַלינאָװסקאַיאַ (1934־2008) און מאַרגאַריטאַ כעמלין (1960־2015) — אױף רוסיש. רובינס זאַמלונג דערצײלונגען „ייִדישע פֿרױען“ (מאָסקװע, 1943) איז געװען דאָס ערשטע בוך, װאָס האָט באַהאַנדלט דעם גורל פֿון ייִדישע פֿרױען אונטער דער נאַציסטישער אָקופּאַציע.

דער העלד פֿון בערגעלסאָנס „אַן עדות“ איז אַ ייִד פֿון לעמבערג, װאָס האָט ניט קײן נאָמען. ער איז אַ סימבאָלישע פֿיגור, דער אײנציקער לעבן־געבליבענער ייִד פֿונעם טױטנלאַגער. זײַן שליחות איז צו פֿאַרזיכערן, אַז דאָס, װאָס ער האָט איבערגעלעבט און געזען, זאָל פֿאַרשריבן װערן און אַזױ אָפּגעהיט ווערן פֿאַר די קומעדיקע דורות. צוליב דעם דאַרף זײַן גבֿית־עדות איבערגעזעצט װערן אױף רוסיש, הגם, װי ער זאָגט, „די צרות זײַנען געװען אױף ייִדיש“.

די דאָזיקע װערטער װערן ציטירט  יאָרן שפּעטער אין רובינס נאָװעלע „אַזאַ מין טאָג“ (1975). דאָ גייט ניט װעגן דעם חורבן גופֿא, נאָר װעגן די שפּורן, װאָס דער חורבן לאָזט אױף די מענטשלעכע נשמות; װעגן דעם, װאָס מוראַװ און סענדעראָװיטש רופֿן „דעם חורבנס שאָטן“. די נאַראַטאָרין דערקענט דעם דאָזיקן שאָטן אױפֿן פּנים פֿון אַ פֿרױ, װאָס איר מאַן, דער קינסטלער, האָט אַ מאָל געזען אינעם מאָסקװער מעטראָ־באַן און דערנאָך פֿאַראײביקט אין זײַן בילד.

די צװײ דערצײלונגען פֿון איציק קיפּניס ברענגען דעם לײענער קײן קיִעװ אין די 1940ער יאָרן, װען ייִדן האָבן אָנגעהױבן זיך אומקערן אױף די חורבֿות פֿון זײערע אַמאָליקע הײמען. קיפּניס באַשרײַבט די ערשטע הזכּרה־פֿאַרזאַמלונג פֿון קיִעװער ייִדן אין באַבי יאַר נאָך דער באַפֿרײַונג אין 1944. דאָס איז געװען דער ערשטער ייִדישער מאַסן־מיטינג פֿון אַזאַ מין, אָבער אין אַ פּאָר יאָר אַרום האָט די סאָװעטישע מאַכט פֿאַרװערט װאָסער ניט איז ייִדישע קאָלעקטיװע אונטערנעמונגען.

די פּערסאָנאַזשן פֿון די ייִדישע געשיכטעס זײַנען טיפֿער פֿאַרװאָרצלט אין די ייִדישע מנהגים, װי למשל פֿאָרן אױף קבֿר־אָבֿות אין חודש אלול, איידער די רוסיש־שפּראַכיקע דערציילונגען. זײ פֿירן זיך װי סאָװעטישע לײַט  אין דרױסן און ייִדן אין דער הײם, װי עס האָט געעצהט דער העברעיִשער דיכטער יהודה־לײב גורדון נאָך אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. אין די רוסישע מעשׂיות איז די פֿאַרבינדונג מיט ייִדישקײט אַ סך שװאַכער.

די איבערזעצערס כּװנה איז געװען אָפּצוהיטן אױף ענגליש די „פֿרעמדקײט“ פֿון די אָריגינעלע רוסישע און ייִדישע טעקסטן. זײער ענגליש נעמט אַ צאָל ייִדישע און רוסישע באַגריפֿן, װאָס לאָזן אָפּהיטן אַ ייִדישן טעם. למשל, זײ נוצן אי דאָס ענגלישע װאָרט mother-in-law אי דאָס ייִדישע mekhuteneste.

אין קאַלינאָװסקאַיאַס געשיכטע „אַ בילד אין דער טײ־טאַס“ אַנטפּלעקט זיך דער עבֿר װען מען רײַסט אַראָפּ אַלטע טאַפּעטן פֿון דער װאַנט. הינטער זײ קומט אַרױס אַן אַלטע צײַטונג פֿון דער צײַט פֿון דער רומענישער אָקופּאַציע פֿון אָדעס מיט אַ באַפֿעל צו רומענישע זעלנער אײַנצונעמען אוקראַיִנע.

די דאָזיקע אַנטדעקונג רעגט אָן אַ שמועס צװישן צװײ פֿרױען, װאָס רעמאָנטירן זייער דירה. אײנע פֿון זײ זאָגט: „אַרױסװאַרפֿן און צעשטערן איז גרינגער פֿאַר אַלץ. אָבער ראַטעװען און אָפּהיטן פֿאָדערט געדולד, צײַט און מי.“

די דאָזיקע װערטער קענען דינען װי אַ מאָטאָ צו דעם גאַנצן בוך. „אינעם חורבנס שאָטן“ ברענגט דעם ענגליש־שפּראַכיקן לײענער אַ טײל פֿון דער ייִדישער קולטור, װאָס פֿאַרבלײַבט עד־היום אױף די ראַנדן פֿונעם אַמעריקאַנער הױפּטשטראָם. דאָס איז אַ בראַנזשע פֿון דער חורבן־ליטעראַטור, װאָס איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דער קולטורעלער קאַלטער מלחמה צװישן אַמעריקע און דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

די סאָװעטישע מחברים דערצײלן װעגן דעם חורבן ניט פֿון װײַטע מרחקים פֿון אַמעריקע אָדער ישׂראל, נאָר טאַקע אױפֿן אָרט, דאָרט, װוּ דער חורבן איז געשען. דאָ רעדן אָפֿט מאָל זאַכן הילכיקער אײדער מענטשן, װײַל די זאַכן פֿאַרבלײַבן די אײנציקע עדותן, װאָס האָבן עס אַלץ איבערגעלעבט.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.