די ייִדישע קיך אין וואַרשע, 1938Jewish cuisine in Warsaw, 1938
בני מערס בוך וועגן דעם ייִדישן לעבן אין וואַרשע צווישן די וועלט־מלחמות איז לעצטנס אַרויס אויף העברעיִש.

אַ פֿאַרקויפֿער פֿון ליאָדעס אין וואַרשע, 1926 Photo by the Polish National Archive
ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ העברעיִשע איבערזעצונג פֿון בני מערס בוך וועגן דעם פֿאַר־מלמהדיקן ייִדישן כאַראַקטער פֿון סמאָטשע־גאַס אין וואַרשע. דאָס נײַע בוך, „מורה דרך: ורשה היהודית 1938“, דינט ווי אַ מין וועגווײַזער פֿאַר ישׂראלדיקע לייענער פֿון יענעם באַרימטן ייִדישן קוואַרטאַל, באַטאָנענדיק זײַנע באַזונדערע מנהגים, מאכלים, לשון, ליטעראַטור, קולטור און רעליגיע. קיין שום פּרט אין בוך איז נישט אויסגעטראַכט – אַ חוץ דעם וואָס דער וועגווײַזער אַליין איז געשריבן געוואָרן הײַנט, און נישט אין 1938. אָט איז אַ טייל פֿון דעם קאַפּיטל וועגן דער ייִדישער קיך אין וואַרשע.
אינעם ייִדישן קוואַרטאַל פֿון וואַרשע געפֿינען זיך נישט קיין באַזונדערע מאכלים. די ייִדן וואָס זײַנען אַהין געקומען האָבן מיטגעבראַכט זייערע אייגענע שפּײַזן, און דערפֿאַר קאָן מען דאָ עסן אַלץ, הכּל-בכּל. נישט אומזיסט האָבן מיר אַ שם פֿון „וואַרשעווער פֿרעסערס“, און אויך איר, טײַערע געסט, וועט נישט אַרויס חלילה הונגעריקע.
טרינקען טרינקט מען דאָ קודם-כּל די בײַערישע ביר „האָבערבוש און שילע“ (וואָס ווערט פּראָדוצירט נישט ווײַט פֿון דער „גמינע“ — דאָס קהילה-הויז — אויף גזשיבאָווסקע גאַס), און דערצו טרינקט מען פֿאַרשיידענע וואָדקעס און ספּירט. לשם מצוות-אכילה עסט מען דערבײַ הערינג מיט ציבעלע, האַרטע אייער, אייער-קיכלעך (זיסע אָדער געזאַלצענע), וואַסער-פּלעצלעך, געפֿעפֿערטע אַרבעס (געלע) און אַ שטיקל פּינטאָשוו קעז. אין די קאָנדיטערײַען און קאַפֿעען גיט מען קרעם-, שאָקאָלאַדע- און עפּל-טשאַסטקעס (קוכנס), ווי אויך לעקעך.
אונדזער קיך האָט אַ שם געמאַכט מיט אירע שבתדיקע און יום-טובֿדיקע דעליקאַטעסן. אויפֿן וואַרשעווער שבתדיקן טיש וועט איר געפֿינען יויך, גענדז אָדער בעפֿשטיק, געפֿילטע פֿיש (כאָטש מיר האָבן ליב אויך ליטוואַקעס, דאָ זײַנען זיי צימעס זיס). שבת אין דער פֿרי עסט מען טשאָלנט (ד״ה טשונט, אויף אונדזער לשון), קישקע און פֿאַרשיידענע קוגלען און קאָמפּאָטן.
יעדן יום-טובֿ האָט זײַנע אייגענע מאכלים. פּורים, למשל, עסט מען יויך מיט קרעפּלעך, געפֿילטע פֿיש, אייער-חלה, קיכלעך פֿון האָניק און צימרינג, מאַנדלען-קיכלעך, המן־טאַשן, אונגערישן ווײַן און מעד. פּסח עסט מען זיסע מצה-מעל-קיכלעך געטונקען אין ווײַן.
פֿײַנשמעקערס וועלן דאָ אויך געפֿינען די פֿראַנצויזישע קיך מיט אַ ייִדישן טעם. אין אונדזער רעפּרעזענטאַטיווסטן קרוין־רעסטאָראַן, „פּיקאַדילי“, וואָס געפֿינט זיך אויף ביעלאַנסקע 5 (טעל׳ 23-116), לעבן טעאַטער נאָוואָשטשי, דערלאַנגט מען אַ גענדזענעם לעבער, געפֿילטע פּאָמידאָרן, געגליווערטן קאַרפּ, שוואַרצן און רויטן קאַוויאַר (פֿון דרײַ זלאָטעס אַ מיטאָג). אין די מער פּאָפּולערע רעסטאָראַנען (ווי די פֿון י’ עלקענבוים אויף סמאָטשע 27, טעל׳ 77-162) באַקומט איר פֿיש מיט קליסקעלעך, וועמפּלעך מיט קישקע, קרופּניק מיט פֿלייש, קאָטלעטן, זופּן, קלאָפּסקאַלעך מיט פֿערפֿל — און אַלץ פֿאַר איין זלאָטע, מער אָדער ווייניקער. אויך די רעסטאָראַנען „יאַגאָדע“ (טווואַרדע 26, טעל׳ 34-205), „A la minute“, אויף דער שוויינטאָקזשיסקע־גאַס 43 43-341), יעקבֿ אַרבעס, נאַלעווקעס 9 – וועט אײַך גאָרנישט שאַטן.
שפּאָרעוודיקע טוריסטן וועלן הנאה האָבן פֿון פֿאַרשיידענע מיטאָגן וואָס ווערן פֿאַרקויפֿט אין פּריוואַטע דירות. געוויינטלעך וועט איר נישט זען קיין שום שילד; די אינפֿאָרמאַציע געפֿינט זיך אין דער צײַטונג „אונזער עקספּרעס“ אָדער אין די מעלדונגען וואָס ווערן געטיילט צו די פֿאַרבײַגייערס. למשל: אַ מיטאָג פֿון פֿיר שפּײַזן מיט קאָמפּאָט קאָסט דאָ נאָר זיבעציק גראָשן (זאַמענהאָף 26, וו. 11).
די וואַרשעווער אָרעמעלייט עסן נעבעך הערינג, אָדער אַפֿילו שילאַווקעס — פּיצלדיקע גערויכערטע פֿיש. שילאַווקעס קאָסטן אַ פּאָר גראָשן, און מע פֿאַרקויפט זיי אין די הויפֿן (זומערצײַט פֿאַרקויפֿט מען אין די הויפֿן אויך פֿרוכטן און גרינס — בפֿרט אַרבוז און אוגערקעס). אויב איר בלײַבט נאָך הונגעריק מחמת חסרון-כּיס, קאָנט איר עסן „שיריים“ אין איינער פֿון די 400 וואַרשעווער שולן און בתּי-מדרשים.
אויך וועגעטאַריער האָבן דאָ וואָס צו עסן. אין „יענע גאַסן“, די גויִשע וואַרשע, זײַנען פֿאַראַן צוויי וועגעטאַרישע רעסטאָראַנען, אָבער אין דער אמתן זײַנען מיר גיכער מקנא די ייִדישע וועגעטאַרישע רעסטאָראַנען אין לאָדזש און ווילנע („וועגאַ“ און פֿאַני לעוואַנדאָס רעסטאָראַן).
ווי עס איז, וועט איר זען און הערן די בייגעלעך־הענדלערס: ייִנגלעך און מיידלעך, און אַמאָל אויך זייערע מאַמעס און טאַטעס וואָס האָבן נישט קיין אַנדערע ברירה ווי אַרויסצוגיין טאָג און נאַכט אין די גאַסן און פֿאַרקויפֿן צוויי ביז פֿינף בייגעלעך פֿאַר צען גראָשן. זײַט אַזוי גוט און קויפֿט-זשע בייגעלעך, איידער די פּאָליציי וועט קאָנפֿיסקירן זייערע סחורה. אין די קריזיס-יאָרן האָבן אַ סך סוחרים באַנקראָטירט, און זייערע קראָמען זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין געשעפֿטן פֿון סאָדע-וואַסער אָדער לאָדעס — קויפֿט זשע אויך פֿון זיי.
די וואַרשעווער ייִדן האָבן ליב צו טרינקן טיי – בפֿרט מיט קאַנדל-צוקער און ציטרין, און אַ טיי פֿון אַ גרויסן סאַמאָוואַר איז ממש אַן עונג-שבת. נישט ווייניקער האָבן מיר ליב צו טרינקען קאַווע און זיצן אין קאַפֿעען. „לעצטנס האָט זיך דער מנהג צו גיין אין קאַוויאַרניעס איבערהויפּט פֿאַרשפּרייט אויך בײַ פּוילישע ייִדן,“ שרײַבט ד״ר א. גליקסמאַן, „און פֿיל אַזעלכע ייִדן, וואָס פֿלעגן אין אַמאָליקע צײַטן גיין בטלען אין בית-מדרש — בטלען איצט אין קאַוויאַרניע אויף אַ ציוויליזירטן אופֿן.“(„היינטיגע נייעס“, 13.1.1936).
די קאַוויאַרניעס פֿון דער גוייִשער וואַרשע זײַנען שיין און עלעגאַנט ווי אין אַנדערע גרויסע שטעט אין אייראָפּע. זיי זײַנען קלאַסישע אָדער מאָדערנע, און אויך די קליענטן זײַנען שיינע און עלעגאַנטע. איין חסרון נאָר: זיי האָבן נישט אַזוי ליב אַז מע רעדט ייִדיש, און בפֿרט אויף אַ קול. איז וואָס? איר האָט דאָך צענדליקער ייִדישע קאַפֿעען, ווי למשל די דרײַ קאַפֿע-קאָנדיטאָרײַען פֿון די ברידער סטודניאַ; די קאָנדיטערײַ בומאָוויטש (רינקאָווע 11, טעל׳ 66-405), אָדער פֿלידערבוים (טוואַרדע 26). זיי זײַנען אפֿשר נישט אַזוי פּרעכטיק ווי „אַדריִאַ“ אָדער „בריסטאָל“, אָבער איר וועט זיך דאָרטן פֿילן אין דער היים. ווי זאָגט מען: „וואָס דאַרפֿסטו ריידן גויִיש, מע זאָל זען אַז דו ביסט אַ ייִד?“ אין אונדזערע קאַפֿעען דערלאַנגט מען נישט נאָר פֿריש געבעקס, נאָר אויך לײַכטע מאכלים, ווי למשל הערינג אין אַ זעמעלע פּוטער.
דאָס ייִדישע וואַרשע בענקט אַ ביסל נאָך די אַמאָליקע ליטעראַרישע קאַפֿעען, ווי למשל יחזקאל קאָטיקס קאַוויאַרניע אויף די נאַלעווקעס, וואָס שלום עליכם האָט פֿאַראייביקט אין זײַן „מנחם-מענדל“. אָבער אויך הײַנט צו טאָג האָבן מיר אַ ליטעראַרישן אָלימפּוס: דאָס איז דער בופֿעט בײַ דעם ליטעראַרישן פֿאַראיין, אויף טלאָמאַצקע 13. און וואָס איז שלעכט מיט טרינקען סתּם אַ קאַווע אין רובענטשיק-קאַפֿע, וואָס געפֿינט זיך אין מיטן דער ייִדישער גאָרטן, ד״ה קראַשינסקיס פּאַרק?
****
לאָמיר פֿאַרענדיקן מיט אַ תּפֿילה פֿון אַ וואַרשעווער ייִדענע, אַז דאָס קוגל זאָל איר געראָטן (אויף איר אייגן לשון):
קיגל קיגל יאַך מאַך דיך געטרײַ,
געטרײַ וועל יאַך דיך מאַכן,
מע זאָל אויס מיר נישט לאַכן.
אין אויוון זאָלסטע שטײַן,
אין מויל זאָלסטע צעגײַן,
גיט זאָלסט זײַן ווי יעקבֿ
און רויט ווי עשׂו.