אוידיאָ: וואָס באַטײַט דער סידני־אַטאַק פֿאַר די ייִדן אין אויסטראַליע?AUDIO: What does the Sydney attack mean for Jews in Australia?
אַלעקס דאַפֿנער, פֿון מעלבורן, אַנאַליזירט די באַדינגונגען וואָס האָבן אפֿשר דערפֿירט צו דעם אומגליק.

אַ ייִד שטייט בײַם דענקמאָל לעבן דעם באָנדי־ביטש פּאַוויליאָן, דעם 17טן דעצעמבער 2025 Photo by James D. Morgan/Getty Images
ס׳איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ ראַדיאָ־אינטערוויו אויף ייִדיש וועגן דער שחיטה פֿון ייִדן דעם 14טן דעצעמבער, בעת אַ חנוכּה־פֿײַערונג אין באָנדי־ביטש, אויסטראַליע.
פֿופֿצן מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן אין דעם טעראָריסטישן אַטאַק, אַרײַנגערעכנט אַ 37־יאָריקן רבֿ און טאַטע פֿון פֿיר קינדער, ר׳ יעקבֿ לעוויטאַן, און אַ 10־יאָריק מיידעלע.
דעם שמועס, פּראָדוצירט פֿון דער באָסטאָנער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול“, האָט דער דיקטאָר פֿון דער פּראָגראַם, מאיר דוד, געפֿירט מיטן מעלבורנער ייִדישיסט אַלעקס דאַפֿנער.
דאַפֿנער, אַ ייִדישע ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט אין מעלבורן, אַנאַליזירט עטלעכע מעגלעכע סיבות וואָס האָבן מסתּמא אומדירעקט דערפֿירט צו דעם טעראָריסטישן אַטאַק. ער באַשרײַבט אויך די פּאָליטישע שטימונג אין לאַנד לגבי ישׂראל און דעם הײַנטיקן זיכערהייט־מצבֿ פֿאַר די אָרטיקע ייִדן.