הונדערט צוואָנציק יאָר זינט דער גרינדונג פֿון „אַ בינטל בריוו“120th anniversary of the Forverts advice column “Bintel Brief”
לייענט אַ בריוו פֿון 1949 פֿון אַ לייענער וועמעס זון האָט חתונה געהאַט מיט אַ קריסטלעכער פֿרוי

דער ערשטער פֿאָרווערטס־בנין, אויפֿן איסט סײַד אין ניו־יאָרק Photo by Wikimedia Commons
מזל־טובֿ! דעם 20סטן יאַנואַר 2026 איז געוואָרן 120 יאָר זינט דער גרינדונג פֿון „אַ בינטל בריוו“ — דער עצות־רובריק פֿונעם פֿאָרווערטס. די רובריק איז פֿאַרלייגט געוואָרן פֿונעם גרינדער און לאַנגיאָריקן שעף־רעדאַקטאָר אַב קאַהאַן אין 1906.
כּדי אָפּצומערקן דעם יום־טובֿ ברענגען מיר אײַך צוויי זאַכן:
• ערשטנס, אַן אַרטיקל וועגן אַ טשיקאַווען בריוו וואָס איז אָנגעקומען אין דער פֿאָרווערטס־רעדאַקציע אין יאַנואַר 1949, פֿון אַ לייענער וועמעס זון האָט חתונה געהאַט מיט אַ קריסטלעכער פֿרוי
• צווייטנס, אַ פֿאָרווערטס־ווידעאָ אויף ייִדיש וועגן דער געשיכטע פֿון „אַ בינטל בריוו“, מיטן געוועזענעם פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און דער פֿאָרווערטס־אַרכיוויסטקע חנה פּאָלאַק.