Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„בינטל בריוו“, 1949: מײַן זון האָט חתונה געהאַט מיט אַ קריסטיןBintel Brief, 1949: My son married a Christian woman

דער בריוושרײַבער טענהט אַז זײַן זון האָט אַפֿילו נישט ליב זײַן פֿרוי; ער האָט זיך פּשוט געוואָלט נוקם זײַן אין די עלטערן.

 

 

דעם ערשטן יאַנואַר 1949 האָט די פֿאָרווערטס־רובריק „אַ בינטל בריוו“ אָפּגעדרוקט אַן אָנגעווייטיקטן בריװ, אין וועלכן דער שרײַבער, װאָס חתמעט זיך אונטער װי „אַ לעזענער פֿון צענטראַל אַמעריקע,“ הײבט אָן מיט איבערגעטריבענער לױב פֿאַרן „בינטל בריוו“ (װאָס האָט שױן געלײזט אַ פֿריִערדיקע פּראָבלעם זײַנע), זאָגנדיק: „אײַערע ענטפֿערס זײַנען אימער ריכטיק.“ דערנאָך באַשרײַבט ער אַ נײַע פּראָבלעם, צוזאַמען מיט זײַן בטחון אַז דער רעדאַקטאָר װעט מסכּים זײַן מיט אים. ער האָפֿט אױך אַז זײַן בריװ קען דינען װי אַ טרײסט פֿאַר אַנדערע װאָס לײַדן פֿון אַן ענלעכער צרה.

דער בריוושרײַבער דערציילט אַז זײַן טײַערער זון, װאָס איז געװען „זײַן לעבן,“ האָט חתונה געהאַט מיט אַ קריסטין. לױטן טאַטן איז דער זון נישט פֿאַרליבט אין זײַן פֿרױ: ער האָט זי אױסגעקליבן נאָר כּדי זיך נוקם צו זײַן אין די עלטערן, װאָס האָבן אים געצװוּנגען זיך צו צעגײן מיט אַן אַנדער קריסטין װאָס ער האָט ליב געהאַט. די עלטערן האָבן געגעבן דעם זון אַלערלײ געלעגנהײטן זיך צו טרעפֿן מיט ייִדישע מײדלעך — בתוכם אַ באַזוך אין אַ פֿרעמדן לאַנד מיטן אָט דעם בפֿירושן צװעק. אָבער דער זון האָט געסטראַשעט די עלטערן אַז ער וועט באַגיין זעלבסטמאָרד אױב זײ װעלן אים נישט לאָזן חתונה האָבן מיט דער צװײטער קריסטין. האָבן זײ, צעבראָכענע, אים נאָכגעגעבן.

דער טאַטע באַקלאָגט זיך ביטערלעך װעגן דער שנורס קאַלטקײט, װאָס האָט צעטײלט די משפּחה: טאַטע־מאַמע פֿון אײן זײַט; דער זון און שנור פֿון דער צווייטער. ער באַשולדיקט די שנור אין דער דאָזיקער קאַלטקײט, װאָס ער האַלט איז צוליב איר אומפֿאַרמײַדלעכן אַנטיסעמיטיזם. ער איז זיך משער אַז זײַן זון איז זײער אומגליקלעך, װײַל, װי ער זאָגט: „אַ ייִד מיט אַ קריסט קענען ניט גליקלעך זײַן, זײ װעלן ניט קענען אײַנשטימען.“

אָט די באַמערקונג פֿירט דעם בריוושרײַבער צו אַ שײַכותדיקער טעמע. ער דריקט אױס זײַן כּעס קעגן אַ צווייטן, פֿריִערדיקן בריװ אינעם „בינטל בריוו“ (ער גיט נישט אָן די דאַטע אָדער דעם נאָמען אָדער פּסעוודאָנים פֿונעם בריוושרײַבער) װאָס האָט אַרויסגעוויזן מיטגעפֿיל מיט אַ צווייטן ייִד װאָס האָט חתונה געהאַט נישט נאָר מיט אַ קריסטין, נאָר מיט אַ דײַטשקע. דער פֿריִערדיקער שרײַבער מײנט אַז אַזאַ מין חתונה קען זײַן גליקלעך אױב די דײַטשקע האָט אַ גוטע נשמה. אָבער אונדזער בריװשרײַבער װאַרפֿט אָפּ די דאָזיקע מעגלעכקײט. ער דערמאָנט די אַכזריותן פֿון די דײַטשן אין פּױלן בשעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען ער איז געװען אַ ייִנגל און גיט צו אַז זײַן גאַנצע משפּחה אין פּױלן איז דערהרגעט געװאָרן פֿון די נאַציס. לסוף קומט ער צום אױספֿיר אַז „דאָס גאַנצע דײַטשע פֿאָלק איז ניט װערט װאָס עס לעבט.“

װי אַזױ קען אַ רעדאַקטאָר ענטפֿערן אויף אַזאַ בריװ? װי באַהאַנדלט מען אַ לײענער װאָס לײַדט אַזוי שטאַרק און װאָס האָט אַזױ פֿיל צוטרוי צו די רעדאַקטאָרן פֿון „אַ בינטל בריוו“, אָבער װאָס דריקט פֿאָרט אױס אַזוינע עקסטרעמע מײנונגען? דער רעדאַקטאָר האָט אפֿשר טאַקע דיסקוטירט זײַן סטראַטעגיע מיט זײַנע מיטאַרבעטער (כאָטש עס איז נישטאָ קײן ראַיה אויף דעם). אַװדאי האָט דער רעדאַקטאָר געקענט בכלל נישט אָפּדרוקן דעם בריוו; די צײַטונג איז דאָך נישט מחויבֿ אָפּצודרוקן יעדן בריוו וואָס ער באַקומט. פֿון דער אַנדערער זײַט, אפֿשר האָט דער רעדאַקטאָר געזען אין דעם בריװ אַ געלעגנהײט אַז די לייענער זאָלן זיך עפּעס אָפּלערנען דערפֿון?

ווי עס זאָל נישט זײַן, װאָס שייך דעם קאָנפֿליקט מיטן זון איז דער רעדאַקטאָר העפֿלעך צום טאַטן, אָבער ס׳איז קלאָר אַז ער איז נישט מסכּים. ער שרײַבט אַז אַ סך ייִדישע משפּחות האָבן איצט אַ קריסטלעכע שנור אָדער אײדעם, און אַז די דאָזיקע באַציִונגען זײַנען אָפֿט מאָל געראָטענע. נאָך אַ גרעסערער חידוש: דער רעדאַקטאָר גיט אָנצוהערן אַז דער טאַטע איז מסתּמא אַלײן צום טײל שולדיק דורך זײַן קאַלטער באַהאַנדלונג פֿון דער  שנור. ער עצהט דעם טאַטן אָנצונעמען דאָס װאָס ער קען נישט בײַטן און נישט װײַטער צו פֿאַרשאַרפֿן די סיטואַציע.

װעגן דעם בריװשרײַבערס דערקלערונג אַז דאָס גאַנצע דײַטשע פֿאָלק איז נישט ווערט צו לעבן זאָגט דער רעדאַקטאָר גאָרנישט. אפֿשר האָט ער אין 1949 נישט געוואָלט קאָנפֿראָנטירן אַ ייִד װאָס האָט פֿאַרלױרן די גאַנצע משפּחה אינעם חורבן.

אַ שאָד וואָס מיר ווייסן נישט װי דער בריװ־שרײַבער האָט רעאַגירט אױף דער זיכער אומגעװוּנטשענער עצה פֿונעם רעדאַקטאָר פֿון זײַן ליבער רובריק. צי האָט ער געביטן זײַן אױפֿפֿיר צו דער שנור? האָט ער אַנולירט זײַן אַבאָנעמענט צום פֿאָרװערטס? װי געװײנטלעך מיט „אַ בינטל בריוו“, באַקומט דער הײַנטיקער לײענער בלויז אַן אויגנבליק פֿון די לעבנס־דראַמעס װאָס האָבן זיך דעמאָלט אױסגעשפּילט אין דער ייִדיש־רעדנדיקער װעלט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.