Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מענטשן זענען פֿאַרכּישופֿט פֿון דער 12־יאָריקער זינגערין פֿון ייִדישע לידערPeople are enchanted with this 12-year old singer of Yiddish songs

דינה סלעפּאָװיטש פֿיגורירט שוין אויף אַ צאָל יוטוב־ווידעאָס, באַגלייט פֿון איר טאַטן, דעם כּלי־זמר־מוזיקער זיסל סלעפּאָוויטש.

דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.

אין זומער 2020, בעת די װעלט איז געװען פֿאַרשפּאַרט צוליב קאָװיד־19, האָב איך געקוקט נאָך אַ מאָל און װידער אַ מאָל אױף אַ װידעאָ װאָס האָט זיך באַװיזן אױף דער סאָציאַלער מעדיע. דאָרטן האָבן צװײ קינדערלעך — דינה סלעפּאָװיטש און פּיניע מינקין — געזונגען אַ ייִדיש פֿאָלקסליד װעגן די בולבעס װאָס אָרעמע ייִדן האָבן געגעסן אין מיזרח־אײראָפּע.

איך בין פֿאַרכּישופֿט געװאָרן. אַ פּנים בין איך נישט געװען די אײנציקע, װײַל באַלד נאָך דעם איז אַן אַרטיקל װעגן דעם װידעאָ אַרױס אינעם פֿאָרװערטס.

דעמאָלט האָב איך אָבער נישט געװוּסט אַז דינה סלעפּאָװיטש, נישט געקוקט אױף איר צאַרטן עלטער, איז שױן געװען אַ געניטע זינגערין פֿון ייִדישע לידער. דאָ זעט מען װי זי האָט צו פֿיר יאָר אויף אַ חנוכּה־פֿאָרשטעלונג אין דער ניו־יאָרקער אַרבעטער־רינג שולע געזונגען פֿון אױסנװײניק דאָס קינדער־לידל „האָב איך מיר אַ מאַנטל“. איר טאַטע, דער כּלי־⁠זמר און כּלי־⁠זמר־מוזיק פֿאָרשער זיסל סלעפּאָװיטש האָט זי אַקאָמפּאַנירט אױף דער קלאַװיאַטור. מען הערט אינעם װידעאָ װי דער עולם זינגט מיט מיט איר דעם רעפֿרען.

דינה און איר טאַטע האָבן רעקאָרדירט אַ היפּשע צאָל װידעאָס פֿון ייִדישע לידער במשך פֿון די לעצטע פֿינעף יאָר. אָט איז אַ שפּיל־רשימה װוּ מען קען קוקן אױף זײ. איך האָב ספּעציעל ליב „שנירעלע פּערעלע“, װאָס דינה זינגט מיט אַ בעכער אין דער רעכטער האַנט, װי דאָס ליד באַשרײַבט. „דײנו“, װאָס זי זינגט מיטן טאַטן, איז מונטער און אָפּטימיסטיש. „דאָס עלנטע קינד“, קאָמפּאָנירט אין דער װאַרשעװער געטאָ מיט װערטער פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי, זינגט זי װײך און מיט טרױער.

דינה און זיסל סלעפּאָוויטש רעקאָרדירן אין דער היים פֿאַר דער פֿאָלקסבינע, מאַרץ 2020. Photo by Mariana Slepovitch

אין 2025 האָט דינה צו צװעלף יאָר אָפּגעהאַלטן אין אַ ניו־יאָרקער טעאַטער די װעלט־פּרעמיערע פֿון איר טאַטנס ליד „אױפֿן טײַכל שלום“. די קאָמפּאָזיציע איז באַזירט אױף אַ ליד פֿונעם פּאָעט און שרײַבער באָריס סאַנדלער, װעמענס 75סטן געבוירן־טאָג האָט דער קאָנצערט אָפּגעמערקט. זי האָט אױך דעבוטירט װי אַ סאָליסטקע מיט דער נאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער־פֿאָלקסבינע בעת זײער חנוכּה־פּראָגראַם אין היברו־יוניאָן קאָלעדזש. זי פֿיגורירט אויך אין װידעאָס, אַרײַננעמעננדיק „זאָל שױן קומען די גאולה“, קאָמפּאָנירט נאָכן חורבן מיט װערטער פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי.

לעצטנס האָב איך געשמועסט (אױף ענגליש) מיט דינה און איר טאַטן װעגן איר באַציִונג צו ייִדישע לידער — אַמאָל, הײַנט צו טאָג און האָפֿנטלעך אין דער צוקונפֿט.

* * * * *

שטערן׃ װי אַזױ האָט דינה אָנגעהױבן צו זינגען לידער אױף ייִדיש?

זיסל סלעפּאָװיטש: זינט זי איז געבױרן געװאָרן האָב איך איר געזונגען אױף ייִדיש. זי האָט נאַטירלעך אָנגעהױבן נאָכצוזינגען די ייִדישע לידער. מיר רעדן רוסיש בײַ אונדז אין דער הײם, װײַל איך און מײַן פֿרױ זענען אױפֿגעװאַקסן אין בעלאַרוס. אַװדאי רעדט דינה ענגליש אין שול, און ענגליש און רוסיש מיט די חבֿרים. ייִדיש און ייִדישע לידער זענען אָבער געװען אַ טײל פֿון אונדזער משפּחה־⁠לעבן, און זי האָט זײ אײַנגעזאַפּט אין זיך במשך פֿון איר טאָגטעגלעך לעבן. כאָטש זי האָט זיך נאָך נישט געלערנט ייִדיש סיסטעמאַטיש — גראַמאַטיק אאַז״װ — הערט מען װי נאַטירלעך זי זינגט אױף ייִדיש.

שטערן׃ דינה, װי לערנסטו זיך אַזױ גוט אױס די לידער?

דינה סלעפּאָװיטש: קודם־כּל זינגט מײַן טאַטע פֿאַר מיר אַ נײַ ליד, אַזױ פֿיל מאָל װי איך דאַרף. כ’האָב אַ גוטן זכּרון, הײב איך גיך אָן צו געדענקען די מעלאָדיע. דערנאָך דיסקוטירן מיר די װערטער, זעצנדיק זײ איבער אױף רוסיש און אַ מאָל אױף ענגליש. װײַל איך קען אַ סך ייִדישע לידער זענען עטלעכע װערטער מיר שױן באַקאַנט — מער און מער װערטער מיט דער צײַט.

שטערן: װאָס זענען דײַנע באַליבטסטע ייִדישע לידער?

דינה סלעפּאָװיטש: איך פֿיל זיך פֿאַרבונדן מיט „שנירעלע פּערעלע“, װײַל איך האָב דאָס געזונגען אין מײַן ערשטן װידעאָ בעת קאָװיד־19. און אַװדאי איז דאָס ליד װעגן בולבעס נאָענט צום האַרצן, װײַל אַ סך מענטשן האָבן געקוקט אױפֿן דאָזיקן װידעאָ און הנאה געהאַט פֿון אים. „אַרום דעם פֿײַער“ האָב איך אױך זײער ליב. װען איך זינג דאָס ליד פֿיל איך זיך רויִק און פֿאַרבונדן מיט אַנדערע מענטשן.

שטערן: װאָסער מין רעאַקציע באַקומט איר אױף די װידעאָס?

זיסל סלעפּאָװיטש: מיר באַקומען זײער אַ פּאָזיטיװע רעאַקציע. איך פֿאָר איבער דער װעלט צוליב מײַן מוזיק־אַרבעט, הער איך אָפֿט אַז מוזיקערס און ליבהאָבערס פֿון ייִדיש אין אַנדערע לענדער קוקן אױף די װידעאָס, אָפֿט מאָל מיט זײערע קינדער. לערערס פֿון ייִדיש און פֿון ייִדישער מוזיק װײַזן זײ אין די קלאַסן.

דינה סלעפּאָװיטש: מײַנע חבֿרים קוקן אױף די װידעאָס, און איך מײן אַז זײ האָבן זײ ליב!

שטערן: דינה, װי פֿילסטו זיך װען דו זינגסט פֿאַר אַן עולם, ספּעציעל אין אַ טעאַטער אָדער אױדיטאָריע?

דינה סלעפּאָװיטש: נערװעז. מײַן מאַמע העלפֿט מיר אָבער אַ סך. זי איז אַלע מאָל בײַ דער זײַט װען איך האַלט בײַ זינגען. מיט איר הילף באַרויִק איך זיך און מאַך זיך גרײט צו גײן אױף דער בינע.

שטערן: צי װילסטו זיך לערנען ייִדיש סיסטעמאַטיש, אפֿשר מיט ייִדיש פּאָפּ?

דינה סלעפּאָװיטש: יאָ, דעם קומעדיקן זומער, װען איך װעל נישט האָבן אַזױ פֿיל שולאַרבעט צו טאָן. האָפֿנטלעך װעל איך זיך לערנען רעלאַטיװ גרינג, װײַל כ’האָב געהאַט ייִדיש אין די אױערן לעבנסלאַנג. און איך קען שױן אַ סך װערטער.

שטערן: צי װעסטו װײַטער זינגען ייִדישע לידער פֿאַר אַן עולם און רעקאָרדירן װידעאָס?

דינה סלעפּאָװיטש: יאָ. נאָך דעם װי איך װעל זיך לערנען ייִדיש מער סיסטעמאַטיש װעל איך קענען זינגען װײַטערדיקע לידער. איך זינג מיטן ניו־יאָרקער פֿיליאַל פֿונעם נאַציאָנאַלן קינדער־כאָר, װאָס העלפֿט מיט געזאַנג־טעכניק. מיר זינגען אױף ענגליש, שפּאַניש, יאַפּאַניש, העברעיִש, האַװאַייִש…די דיריגענטן העלפֿן אונדז מיטן גוט אַרױסרעדן די װערטער בעת מיר זינגען. איך האָב ליב דאָס זינגען אױף פֿאַרשײדענע שפּראַכן. ייִדישע לידער װעלן מיר אָבער בלײַבן ספּעציעל װיכטיק, װײַל ייִדיש איז אַזאַ גרױסער טײל פֿון מײַן לעבן.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.