שירי שאַפּיראַס דערצײלונגען אַנטפּלעקן דאגות פֿונעם „מילעניאַל“ דורShiri Shapira’s Yiddish stories reflect the anxieties of millennials
הגם אירע מעשׂיות וועגן ישׂראלדיקן טאָגטעגלעכן לעבן זעען אויס פּשוט, שטעקט אין זיי אָפֿט אַ פֿילאָסאָפֿישן יסוד.

Photo by FADEL SENNA/AFP via Getty Images
שירי שאַפּיראַס ליטעראַרישע שאַפֿונג איז שױן באַקאַנט די לײענערס פֿון „פֿאָרװערטס“. די העלדן פֿון אירע דערצײלונגען, װאָס זײַנען אַרײַן אינעם בוך „די צוקונפֿט“, זײַנען ישׂראלדיקע מענער און פֿרױען פֿון אַ גאַנץ יאָר, די מחברטע בתוכם. זײערע דאגות זײַנען װעגן פּרנסה, משפּחה, געזונט און וכּדומה. אָבער הינטער אָט דעם טאָג־טעגלעכן שטײגער שטעקט אַ נײַע פּערזענלעכע דערפֿאַרונג, װאָס אַנטפּלעקט זיך אין אַ קריטישן מאָמענט און עפֿנט אָפֿט מאָל אַ נײַע תּקופֿה אין זײער לעבן.
בײַם 13־יאָריקן מײדל אין דער דערצײלונג „די צוקונפֿט“, װאָס עפֿנט דאָס בוך, האָט זיך די נײַע תּקופֿה אָנגעהױבן אין 2001. די טעראָר־אַטאַקע אױף ניו־יאָרק האָט זיך צונױפֿגעפֿאַלן מיט אַ טעראָר־אָנפֿאַל אין איר שטאָט:
„אין יאָר 2001 איז געקומען דער ערשטער טעראָר־אָנפֿאַל אין אונדזער שטאָט. די השפּעות אויפֿן טאָג־טעגלעכן לעבן זענען געווען גרויס. מע האָט אָנגעפֿירט אָנסופֿיקע שמועסקרײַזן צום אָנדענק פֿון איין קרבן פֿון אונדזער שול, וועמען איך האָב ניט געקענט; יעדן פֿרימאָרגן האָב איך געדאַרפֿט קוקן אויף זײַן שמייכלענדיק, פּרישטשעוואַטע פּנים אויפֿן בילד, וואָס מע האָט געהאַט פֿאַרגרעסערט און אויפֿגעהאָנגען לעבן דעם שולטויער.“
אַזױ האָט דאָס יאָר 2001 אַרײַנגעבראַכט די „טעראָר־אָנפֿאַלן פֿון דער צוקונפֿט […] הױך ביז אין הימל אַרײַן, גלאַנציקע, זילבערנע“, װאָס זײַנען געװאָרן אַ באַשטאַנדטײל פֿון דער נײַער טאָג־טעגלעכקײט אי פֿאַר שאַפּיראַ אי פֿאַר מדינת־ישׂראל אי פֿאַר דער גאַנצער װעלט.
דאָס װאָרט „צוקונפֿט“ איז סײַ דער טיטל פֿונעם גאַנצן בוך און סײַ דאָס קעפּל פֿון דער ערשטער און דער לעצטער דערצײלונג. דער דאָזיקער באַגריף דינט װי אַ שליסל צו שאַפּיראַס שאַפֿונג. בײַ דער מחברטע און אירע העלדן איז די צוקונפֿט געפֿערלעך און אומזיכער. אַזאַ מין געפֿיל שפּיגלט אָפּ די אַלגעמײנע שטימונג פֿונעם „מילעניאַל“ דור (געבױרן צװישן די 1980ער און 1990ער יאָרן), צו װעלכן זי געהערט.
„די צוקונפֿט“ איז אױך דער נאָמען פֿון אײנער פֿון די װיכטיקסטע ייִדישע צײַטשריפֿטן, װאָס איז פּובליקירט געװאָרן אין ניו־יאָרק צװישן די יאָרן 1892 און 2010. אין אַ קאַפּיטל זכרונות דערצײלט שאַפּיראַ װעגן דעם, װי זי האָט קאַטאַלאָגירט אַרטיקלען פֿונעם דאָזיקן זשורנאַל פֿאַרן ייִדישן ביבליאָגראַפֿישן פּראָיעקט אינעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים. אַזױ בױט זי אַ טעמאַטישע בריק צו ייִדיש, װאָס פֿאַרנעמט אַ חשובֿן טײל פֿון איר לעבן.
לכתּחילה האָט זי געהאָפֿט, אַז זי װעט קענען לײענען די צײַטשריפֿט און „זיך לערנען אָן אַ שיעור וועגן ייִדישער געשיכטע.“ אָבער אַנשטאָט דעם האָט זי געלײענט די טאָגלעכע נײַעס װעגן טעראָריסטישע אָנפֿאַלן אין ישׂראל בעת דער אַזױ־גערופֿענער „יחידים־אינטיפֿאַדע“. די ישׂראלדיקע הײַנטצײַטיקײט מאַכט בטל דעם שײנעם צוקונפֿט־חלום פֿון די אַמאָליקע ייִדישע סאָציאַליסטן: „ווער רעדט נאָך וועגן עפּעס אַ צוקונפֿט? די צוקונפֿט איז שוין אַ געוועזענע זאַך.“
שירי שאַפּיראַ פֿאַרמאָגט אַ שאַרפֿן חוש פֿאַר צײַט און הײַנטצײַטיקײט. די צײַט אין אירע מעשׂיות פֿליסט כּסדר מאָנאָטאָן אָבער צומאָל ברענגט זי אַרײַן בײַטן אינעם לעבן פֿון יחידים און פֿונעם כּלל. די סתּירה צװישן דעם גלײַכמעסיקן צײַטגאַנג און דעם פּלוצעמדיקן צײַטבראָך פֿילט מען ספּעציעל שאַרף אין ישׂראל. יעדער טאָג טראָגט אין זיך אַ פּאָטענציעלע סכּנה.
װי אַזױ קען אַ פּשוטער בשׂר־ודם זיך געבן אַן עצה אין דעם הײַנטיקן פּאָליטישן װירװאַר? װאָס איז טאַקע די נאַטור פֿון דער צײַט?
שאַפּיראַ דערמאָנט זיך: „מיידלווײַז האָב איך געהאַט אַ רושם, אַז פֿאַר דער פֿאַרגאַנגענהייט בין איך אָנגעקומען צו שפּעט, און אַז פֿאַר דער צוקונפֿט טויג ניט קיין מענטש, וועמענס פֿאַרגאַנגענהייט איז אים פֿאַרווערט.“ אַ סבֿרא, אַזאַ מין קשיות האָבן זי געשטױסן צו שטודירן פֿילאָסאָפֿיע אינעם אוניװערסיטעט.
דער פֿילאָסאָפֿישער יסוד איז װיכטיק פֿאַרן פֿאַרשטײן שאַפּיראַס ליטעראַרישער שאַפֿונג. אָבער װי אַ געניטע שרײַבערין קען זי קונציק אַרײַנפֿלעכטן די פֿילאָסאָפֿישע חקירות אינעם נאַראַטיװן לײַװנט פֿון אירע דערצײלונגען.
שאַפּיראַס העלדן לעבן אין ישׂראל און רעדן העברעיִש. לרובֿ קענען זײ ניט קײן ייִדיש. זי אַלײן איז אַ העברעיִשע שרײַבערין װאָס האָט איבערגעזעצט אַ היפּשע צאָל ליטעראַרישע װערק פֿון דײַטשיש אױף העברעיִש. איז אױף װאָס דאַרף מען ייִדיש? אַן ענטפֿער אױף אַזאַ פֿראַגע לאָזט זיך געפֿינען אין אירע דערצײלונגען.
דאָס עלטערע פּאָרפֿאָלק בני און דליה, אין דער דערצײלונג „ערדציטערניש“, האָט איבערגעלעבט אַן ערדציטערניש אין ירושלים. זײער מאָדערנע דירה איז ניט געשעדיקט געװאָרן, אָבער אַ סך געבײַדעס אינעם פּאַלעסטינער פּליטים־לאַגער שואַפֿאַט אינעם מזרחדיקן טײל פֿון דער שטאָט זײַנען יאָ חרובֿ געװאָרן און אַרום 700 מענטשן זײַנען אומגעקומען. זײער אַראַבישע אױפֿראַמערין איז פֿאַרפֿאַלן געװאָרן און קײנער װײסט ניט, װאָס עס איז מיט איר געשען.
בײַ דעם פּאָרפֿאָלק גייט דאָס לעבן װײַטער װי פֿריִער. זײ האָבן אין גיכן פֿאַרגעסן אָן דער אױפֿראַמערין, בפֿרט אַז זײ האָבן אַפֿילו ניט געװוּסט, װי אַזױ מען זאָל אַרױסרעדן איר נאָמען. ייִדן און אַראַבער זײַנען תּושבֿים פֿון דער אײגענער שטאָט אָבער באַװױנען פֿאַרשײדענע װעלטן.
יעדן אָװנט עסן בני און דליה װעטשערע, קוקן אַ טעלעװיזיע־פּראָגראַם און כאַפּן בעת־מעשׂה אַ דרעמל. אָבער עפּעס נײַס קומט טאַקע פֿאָר אין זײער לעבן. זײ פֿאַרשרײַבן זיך אױף ייִדיש־קורסן. כאָטש זײ געדענקען כּמעט גאָרנישט פֿון ייִדיש, װאָס זײערע עלטערן האָבן אַ מאָל גערעדט האָפֿן, אַז „זיי וועלן זיך לערנען כאָטש עפּעס, איידער סע קומט דאָס קומעדיקע ערדציטערניש.“
דאָס ערדציטערניש דינט װי אַ מעטאַפֿאָר פֿאַר דראַמאַטישע און טראַגישע געשעענישן, װאָס טרעפֿן זיך אין ישׂראל. אַזוינע אומגליקן רײַסן איבער דעם מאָנאָטאָנעם צײַטגאַנג אָבער אין גיכן גײט דאָס לעבן װײַטער װי פֿריִער. און אין די דאָזיקע מאָמענטן קומט ייִדיש אַרײַן װי אַ מין געשפּענסט פֿון דער ייִדישער געשיכטע, בײַ װעמען מען קען אָנלערנען „כאָטש עפּעס“ פֿאַרן קומעדיקן איבערבראָך.
שאַפּיראַ דערמאָנט זיך װעגן אַ געפֿיל, װאָס האָט זי מײדלװײַז באַאומרויִקט: „איך בין געווען גאָר יונג און האָב געמיינט, אַז אַלע מענטשן אַחוץ מיר געבן זיך אַן עצה אין אַלע פֿאַלן, אַז אַלע זענען גוט פֿאַרוואָרצלט אין זייער לעבן, און נאָר איך שוועב אין דער לופֿטן, ניט וויסנדיק וווּ זיך אַהינצוטאָן.“ און דװקא ייִדיש שאַפֿט אַ מין גײַסטיקן מקום־מלקט װוּ מען קען „זיך אַהינטאָן“ און געפֿינען היסטאָרישע װאָרצלען.
צומאָל װערט שאַפּיראָס טאָן ביטער־איראָניש, בפֿרט װען ס׳גײט װעגן דעם לײדיקן גורל פֿונעם שרײַבער אין דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט. די העלדין פֿון דער דערציילונג „זעלבסטפּאָרטרעט װי אַ העברעיִשע שרײַבערין“ חלומט װעגן אַן אידעאַלן לײענער:
„ער קומט צום אָוונט לכּבֿוד מײַן ערשט בוך, מײַן דעביוט. […] דאָ זיצט אַ מאַן, שיין ווי די וועלט, און הערט זיך צו צו מײַן פּלאַפּלערײַ וועגן דער שווערער,
אויסגעצויגענער אַרבעט אויפֿן טעקסט, אַפּלאָדירט ענערגיש, ווען די מוזיקערס ענדיקן זייער טייל.“
דער מאַן האָט צװײ מאָל איבערגעלײענעט איר בוך און האָט טיף פֿאַרשטאַנען איר נשמה. זײער באַגעגעניש ענדיקט זיך אין בעט: „דערגרייכנדיק צום שפּיץ, לאָזט ער אַרויס אַ זיסן זיפֿץ, אַ זאַטן געזאַנג, ווי אַן ענטוזיאַסטישע, שאַרפֿזיניקע רעצענזיע.“
שאַפּיראַס דערצײלונגען זײַנען פֿײַנע מוסטערן פֿון דער עכטער ערנסטער ליטעראַטור, װאָס זוכט ענטפֿערס אױף די הײסע פֿראַגן פֿונעם מענטשלעכן קיום. זײ שפּיגלען אָפּ די איצטיקע צײַט װי אַ פֿליסיקער מאָמענט פֿונעם גרױסן היסטאָרישן איבערבראָך.