Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„דרײַ אַלמנות‟ (צווייטער פּריז בײַם דערציילונג־קאָנקורס)“Three Widows” (Second-Prize Winner in Writing Contest)

דער אַנטיקוואַר מאיר פֿעלדשער שטויסט זיך אָן אין כּלערליי טשיקאַווע טיפּן בײַם אָפּקויפֿן ביכער בײַ זיי.

עטלעכע מענטשן, גלייבנדיק אין עטלעכע טראַדיציעס, מיינען אַז ירושלים געפֿינט זיך אויפֿן מויל פֿון גיהנום. דערפֿאַר ווייסט מען ביז הײַנט ניט, אויב דער דריטער און גרעסטער חורבן וועט זיך אָנהייבן אין ירושלים, אָדער צי מע וועט דווקא ירושלים חס זײַן — אפֿשר ווײַל דאָ געפֿינט זיך די הייליקייט, און אפֿשר ווײַל דאָ האָט מען אַ יסוד פֿון גיהנומדיקייט. די מענטשן פֿון ירושלים פֿרעגן זיך אָפֿט צי מע זאָל אײַנזיצן, אָדער מאַכן פֿיס אַזוי גיך ווי מעגלעך. די מעשׂה איז אָבער ניט וועגן די נשמות וואָס טאַנצן מגושמדיק אויפֿן ראַנד פֿון גיהנום, ניט וויסנדיק אויב איצט דאַרף מען קויפֿן צי פֿאַרקויפֿן אַ דירה אין שטאָט. אויף די דאָזיקע נשמות וואַרט נאָך אַ מישפּט. נאָר איצטער וואַרט מען אויף אַן אַנדער מישפּט — דער מישפּט פֿון די ביכער וואָס וואַלגערן זיך איבער דער שטאָט.

ס’רובֿ פֿאַרבלאָנדזשעטע ביכער אין ירושלים האָבן פֿאַרברענגט לכל־הפּחות אַ פּאָר יאָר בײַ מאיר פֿעלדשערס אַנטיקוואַריאַט, אין סאַמע צענטער פֿון שטאָט. „אַנטיקוואַריאַט‟ איז אַ גרויס וואָרט. עס געפֿינט זיך אין פֿעלדשערס וועבזײַטל, וואָס ער האָט געקויפֿט שוין אין די נײַנציקער יאָרן און דערווײַל פֿאַרגעסן אין גאַנצן. נאָר אַלע לײַט רופֿן זײַן געשעפֿט פּשוט „ביכערקראָם‟, אויב ניט „שטויביקער מיסטקאַסטן, וואָס אַנפּאַסקודיעט די שיינע ירושלימער גאַסן‟. ווער עס וויל וויסן באמת, וואָס פֿאַרקויפֿט מען אין קראָם, וועט גאָרניט געפֿינען אין וועבזײַטל. מע דאַרף גיין אַהין, פֿרעגן בײַ פֿעלדשער אַליין צי בײַ זײַנע אַרבעטערס, באַקומען דעם ענטפֿער: „וואָס ווייס איך? גיט אַ קוק אויף דער פּאָליצע‟ און געשיקט ווערן צו אַן אַלגעמיינער ריכטונג פֿון אַ פּאָר צענדליקער פּאָליצעס, צעטיילט גראָב לויט טעמעס און זשאַנערס. פֿונדעסטוועגן קען מען דאָרטן געוויינטלעך געפֿינען כּלערליי אוצרות, געראַטעוועט פֿון אַלמנהשע ירושות.

פֿאַרשטייט זיך, אַז ס’רובֿ ביכער אין פֿעלדשערס קראָם זענען אָנגעקומען צו אים פֿון אַלמנות. פֿאַראַן זייער פֿאַרשיידענע מינים אַלמנות אויף דער ערד. זינט מע האָט פֿאַרטראַכט זיווגשאַפֿט, זײַנען געווען אַלמנות ווי אויך אַלמנס, נאָר אַן אַלמן פֿון אַ גאַנץ יאָר פֿלעגט שטאַרבן אין גיכן, אָדער באַלד געפֿינען אַ נײַ זיווג. פֿרוייִשע אַלמנהשאַפֿט האָט זיך אַנטקעגן ברייט אַנטוויקלט אין משך פֿון די דורות, בײַ גלײַך מיט זייערע ירושות. נאָר פֿאַר מאיר פֿעלדשער זײַנען געווען בלויז צוויי מינים אַלמנות: די פֿאַרקויפֿערינס און די באַהאַלטערינס.

ווי מע קען זיך פֿאָרשטעלן, אַ פֿאַרקויפֿערישע אַלמנה וויל אַזוי פֿיל ביכער פּטור ווערן ווי מע מעג, די פֿולע פּאָליצעס פֿון פֿאַרשטאָרבענעם מאַן אויסראַמען אין גאַנצן נאָך צענדליקער יאָרן פֿון זאַמלען און אָנזאַמלען, אָפּשטויבן און שטויבן זיך צום טויט. אַ פֿאַרקויפֿערישע אַלמנה וויל, אַז די ביכער זאָלן איר שטויביקע אייביקייט ערגעץ וווּ אַנדערש פֿאַרברענגען, למשל בײַ פֿעלדשערס. אַנטקעגן וויל אַ באַהעלטערישע אַלמנה אויך איר פּאַפּירענע ירושה פֿאַרקויפֿן, דערפֿאַר פֿאַרבעט זי יאָ פֿעלדשער אין איר היים. נאָר באַלד ווי ער קומט, געפֿינט זי כּלערליי ספֿקות און הייבט אָן אירע באַליבטסטע ביכער צו צעקלײַבן, וואָס פֿריִער האָט זי גאָר ניט ליב געהאַט, און זיי אַוועקנעמען פֿונעם אויסגעמוטשעטן פֿעלדשער. עס קומט אויך פֿאָר, אַז דער איבערגאַנג פֿון פֿאַרקויפֿערין צו באַהאַלטערין שפּילט זיך אָפּ פֿאַר פֿעלדשערס אויגן.

פֿונדעסטוועגן האָבן בײַ פֿעלדשער אַלע אַלמנות בשותּפֿות דעם גלויבן, אַז זייערע פּאַפּירענע ירושות זענען גרויס אָפּצושאַצן. און נאָך אַזוי פֿיל יאָרן איז פֿעלדשער געווען זיכער, אַז כּמעט אַלע מינים אַלמנות גענאַרן אים, בכּיוונדיק צי ניט בכּיוונדיק. ס’רובֿ ביכער, וואָס זיי האָבן אים געוואָלט פֿאַרקויפֿן, זײַנען געווען פֿאַרשיידענע מינים אַשפּה, ניט מער ווערט ווי אַשר־יצר־פּאַפּיר, אינעם בעסטן פֿאַל, אויב ניט ווי געניצטער אַשר־יצר־פּאַפּיר.

איין זונטיק איז מאיר פֿעלדשער געווען צו באַזוך בײַ אַן אויפֿגעקומענער אַלמנה, פֿריש געזונט נאָך די שלושים, אין איר גרויסער דירה אין הגבֿעה הצרפֿתּית. זי איז געווען מסתּמא ייִנגער ווי זעכציק, אָבער זי האָט געהאַט שוין אַ בלײַענע גראָ פּנים, ענלעך צו די טויזנטער ביכער וואָס האָבן צענומען די גאַנצע שטוב. פֿעלדשער האָט זיך אָפּגעזאָגט, ווען זי האָט אים פֿאָרגעלייגט אַ גלאָז טיי מיט איר פֿאַרדאַרטן קול. עס איז געווען זומערצײַט, אָבער אפֿשר האָט זי דאָס ניט מער דערקענט. אין דער לעצטער תּקופֿה האָט זי נאָר פֿאַרברענגט אין שפּיטאָל, אין טאַקסיס, איין מאָל אין בית־עולם — דאָ איז געוויינטלעך צו הייס אויך אין משך פֿון ווינטער, ווײַל מע קען דאָרטן קיין מאָל ניט געפֿינען קיין שאָטן, ווי נשמות וואָס ווערן קיין מאָל ניט אָפּגעשיידט — און אין דער היים, טאָג־אײַן טאָג־אויס אין דער היים, מיט די טויזנטער ביכער.

פֿעלדשערן איז אין גיכן געוואָרן קלאָר, אַז די פֿרוי האָט אויסגעטראָגן דעם יאָך, און ס’איז צײַט איבער דעם אַריבערצונעמען — אויב ניט אין קראָם, איז אויך אינעם איבערניצוואַרג־קעסטל, אָדער גאָר אין מיסט, וועט זײַן גענוג אָרט פֿאַר איר לאַנגיאָריקן עול. אָבער פֿאַר דעם וועט זי שוין דאַרפֿן באַצאָלן. זי האָט אים דערקלערט, אַז דאָס וועט זײַן דאָס ערשטע מאָל, אַז זי וועט אַרויסנעמען עפּעס פֿון די פּאָליצעס, וואָס האָבן פֿאַרדעקט אַלע ווענט אין שטוב:

„אין זײַן לעבן האָט ער מיר ניט דערלויבט, ווײַל ער ווייסט, אַז איך לייען ניט. ער האָט געוווּסט. און איך האָב טאַקע ניט געלייענט. אין די שלושים האָב איך געטראַכט אַז אפֿשר איצט, אַז איך בין געבליבן אַליין, וועל איך אָנהייבן צו לייענען. עס קען זײַן, אָבער די אָ ביכער זענען מיר צו פֿיל. איך וועל זיי קיין מאָל ניט אָפּלייענען. איז באָט עפּעס אַ סכום אָן, און דו נעם זיי אַוועק. זײַ אַזוי גוט. מיר זענען זיי צו פֿיל.‟

פֿעלדשער האָט זיך גענומען אַרויסנעמען גאַנצע פּעקלעך פֿון די פּאָליצעס, ביכער אויף העברעיִש, ייִדיש, פּויליש, פֿראַנצייזיש, ענגליש און נאָך אַ סלאַווישע שפּראַך, וואָס ער האָט ניט גענוי דערקענט, און זיי אַוועקלייגן אויפֿן עסטיש. צום סוף וועט ער דאָ אַרויפֿציִען אַ גרויסן בבֿל־טורעם, שטיין אים צופֿוסנס און זאָגן סתּם אַ נומער צווישן פֿינף הונדערט און אַכט הונדערט.

„דאָס איז עס? מע נעמט פּשוט אַלצדינג, אָן אַ קוק צו טאָן אויף די טיטלען? ער האָט זיי אַלע געלייענט, ווייסטו? געלייענט דעם גאַנצן שבת, אַלע וואָך.‟

די פֿראַגע האָט פֿעלדשער באַליידיקט. וואָס מיינט זי? האָט ער געטראַכט. נאָך אַזוי פֿיל יאָרן קען אַן אַנטיקוואַר שוין אַלע ביכער אין גיכן דערקענען, אָן צו לייענען קיין שום טיטל. אָבער אַנשטאָט איר צו דערקלערן וועגן זײַן דערפֿאַרונג, האָט ער באַשלאָסן איר אָפּצוגעבן דעם כּבֿוד און אַ בלעטער טאָן אין אַ פּאָר ביכער און אפֿשר זאָגן עפּעס אַלגעמיינס אָבער גוטהאַרציק וועגן דער זאַמלונג. באַצאָלן וועט ער סײַ ווי סײַ ניט באַצאָלן קיין סך.

ער האָט געכאַפּט צוויי, דרײַ און פֿיר ביכער פֿון עסטיש, און געקוקט אויפֿן שער־בלאַט. בײַ אַלע איז געווען אַ ווידמונג פֿון אַ פֿרוי, אַ פֿרוי מיט אַן אַנדערן נאָמען ווי דער פֿון אַלמנה. געוויינטלעך פֿרעגט פֿעלדשער ניט קיין פּערזענלעכע פֿראַגעס, נאָר איצט האָט ער געמוזט פֿרעגן. אפֿשר איז די ווידמענדיקע פֿרוי געווען אַ באַרימטע, און אַ בוך מיט אַ ווידמונג פֿון אַ באַרימטן קען מען פֿאַרקויפֿן פֿאַר אַ סך אַ העכערן פּרײַז. ער האָט די אַלמנה געפֿרעגט וועגן דער פֿרויס נאָמען.

דאָס בלײַענע פּנים פֿון דער נײַער אַלמנה איז געוואָרן אויף איין מאָל לעבעדיק רויט, ווי די להכעיסדיקע זומערדיקע זון אין דרויסן. אָן אַ וואָרט האָט זי ראַשיק אַוועקגענומען דאָס פּעקל ביכער פֿון טיש, אַ קוק געטאָן אויפֿן שער־בלאַט, און געלאָפֿן צו איין פּאָליצע. זי האָט אַרויסגענומען עטלעכע ביכער, און איינער נאָכן אַנדערן געקוקט אינעם שער־בלאַט און דערנאָך צעוואָרפֿן זיי אויף דער פּאָדלאָגע. „אַ שוואַרץ יאָר אויף איר!‟ האָט זי צעשריִען אויף די ביכער. „קורווע! זונה!‟

מיט ציטערדיקע אַלמנהשע דינע הענט האָט זי אָנגעכאַפּט ביכער און נאָך און נאָך ביכער פֿון פּאָליצע און בלעטערנדיק נאָכן שער־בלאַט גענומען צערײַסן די בלעטער, בוך־אײַן בוך־אויס. פֿעלדשער האָט זי אָנגעקוקט שטיל. פֿון עולם־הבא איז כּמעט אַראָפּגעגאַנגען אַ פֿאַרשטאָרבענער זאַמלער, באַשיצנדיק זײַן אייגנס. נאָר אויך די ערגסטע שדים פֿון גיהנום וואָלטן זיך ניט דערנענטערט צו אַזאַ טײַוולשע פּאַרשוין. ווי אויך מאיר פֿעלדשער. אָן ביכער איז ער אַרויסגעגאַנגען פֿון שטוב און צוריקגעפֿאָרן אין זײַן שטויביקער קראָם.

עס איז מעגלעך, האָט ער געטראַכט אַהין וועגס, אַז די אַלמנה וועט צערײַסן בלעטער אויף אַלע אייביקייטן, און אַן אַנדער פֿרוי וועט ממשיך זײַן ווידמען ביכער און זיי אַוועקשיקן מענער פֿון צוקונפֿטיקע אַלמנות. מאיר פֿעלדשער האָט כּמעט געקענט גלייבן, אַז פֿרויען שטאַרבן ניט. אפֿשר איז איין מאָל אַ קונדס פֿרוי געשטאָרבן, נאָר פּיטש־פּאַטש איז געקומען אַ נײַע — פֿעלדשער האָט ניט געקענט דעם אונטערשייד. אַ פֿרוי איז אַ פֿרוי. אַ מאָל לייענען זיי, אַ מאָל ניט, אָבער קויפֿן קויפֿן זיי זעלטן. פֿרויען האָבן ליב צו קויפֿן אַנדערע זאַכן: טעקסטיל, מעבל, עסן. ער, לכל־הפּחות, האָט קוים געזען פֿרויען ווי קונדן אין זײַן קראָם, און איז קיין מאָל ניט פֿאַרבעטן געוואָרן צו אַ פֿרויס לוויה.

דאָנערשטיק איז פֿעלדשער געווען בײַ נאָך אַ גאָר לעבעדיקער אַלמנה. זי האָט געוווינט אין רחבֿיה אין אַן אַלטן שיינעם בנין, און געווען אַ פֿאַרקויפֿערין ווי קיין שום אַנדערע. איר מאַן איז שוין געשטאָרבן מיט פֿינף יאָר צוריק. אַ גרויסער זאַמלער איז ער געווען און נאָך זײַן טויט איז זי געוואָרן אַ גרויסע סוחרטע. צוביסלעך האָט זי פֿאַרקויפֿט מעבל, בגדים, פּאָסטמאַרקעס, מטבעות, אַפֿילו פֿאַרפֿאָר־פֿייגעלעך. און איצט זענען געקומען די פֿאַריתומטע ביכער.

גלײַך ווי פֿעלדשער איז אַרײַנגעקומען אין שטוב פֿון דער הייסער גאַס, האָט ער באַקומען פֿון איר אַ גלאָז וואַסער און אַן אָנבאָט. דער פּרײַז איז געווען איבערגעטריבן, אָבער ער האָט געטרונקען פֿונעם לויען וואַסער שטילערהייט און ערשט דערנאָך איבערגעבליקט איר ירושה. אַ בכּבֿודיקע זאַמלונג איז עס געווען, אַ גרויסער אָפּקלײַב פֿון עלטערע, זעלטענע ביכער, אַ פּאָר ספּעציעלע אויסגאַבעס און עטלעכע טשיקאַווע ווידמונגען. יאָ, אַזאַ זאַמלונג וואָלט ער געקויפֿט. אפֿשר ניט פֿאַר אַזאַ פּרײַז, אָבער פֿאַר אַ ווערדיקן סכום. נאָר אויף איין מאָל האָט פֿעלדשער זיך געכאַפּט, אַז די אָ זאַמלונג האָט ער טאַקע שוין געקויפֿט, זי איז אַ מאָל געווען זײַנס. ער האָט נאָכגעקוקט אינעם שער־בלאַט פֿון פֿינף, צען ביכער. יאָ, זיי האָבן געהאַט דעם שטעמפּל מיט דער אַדרעס פֿון זײַן קראָם. אַ חוצפּה! פּלוצעם האָט ער דערקענט יעדעס שטיקל פֿון דער שיינער זאַמלונג. דאָס איז געווען בײַ אַן אַנדערער אַלמנה מיט צוויי יאָר צוריק. אָדער אפֿשר מיט צען יאָר צוריק? ער האָט ניט באַוויזן צו געדענקען גענוי. מילא, אַלע יאָרן זענען געווען דאָס אייגענע, קויפֿן, פֿאַרקויפֿן, שטויבן זיך און פֿאַרשטויבן.

ווען איז די זאַמלונג געווען אין זײַן קראָם, און האָט עמעצער זי געקויפֿט אין גאַנצן? ניין, קיין מאָל האָט עמעצער געקויפֿט בײַ אים אַ גאַנצע זאַמלונג. דאָס וואָלט ער געדענקט. אפֿשר האָט מען אַלע ביכער געקויפֿט צוביסלעך, עמעצער וואָס האָט חתונה געהאַט אַ צווייט מאָל? ניין, אויב דער זעלביקער מאַן וואָלט געקויפֿט זײַן אייגענע ירושה פֿון דאָס נײַ, וואָלט ער שוין געווען אַ מת. אָבער דאָס האָט מאיר פֿעלדשער אויך געקענט גלייבן — אַז מתים קויפֿן כּסדר אין זײַן ביכערקראָם. פֿאַר וואָס ניט? ווער נאָך וואָלט געהאַט צײַט צו לייענען אַזוי פֿיל?

צעמישט און צעשלאָגן האָט זיך פֿעלדשער אַרומגעקוקט, אָבער איידער ער האָט זיך אַן עצה געגעבן, האָט די אַלמנה אים סוחריש אונטערגעטריבן: „נו, וואָס זאָגסטו? ביסט ניט געקומען אומזיסט, יאָ?‟

ער האָט גענומען דאָס גלאָז וואַסער פֿון טיש מיט אַ ציטערדיקער האַנט, אויסגעטרונקען און זיך מישבֿ געווען. „גיבֿרתּ,‟ האָט ער געזאָגט, „איך ווייס נישט מיט וואָס פֿאַר אַ געשעפֿט ווילסטו דאָ אָנפֿירן, אָבער איך אַרבעט ניט מיט!‟ און האָט זיך אָפּגעטאָן.

„וואָס איצט, ביסט געקומען צו פּטרן צײַט בײַ אַן אַלטער אַלמנה?‟ איר שטים איז געוואָרן מוראדיק גרעל. „אַנטיקוואַר! פֿע! דו ביסט אַן אַנטיסעמיט! אַנטיהומאַניסט! פּאַראַזיט!‟ מיט די ברכות און אָן ביכער איז ער אַרויסגעגאַנגען פֿון שטוב און צוריקגעפֿאָרן אין זײַן שטויביקער קראָם.

יאָ, האָט פֿעלדשער געטראַכט אַהין וועגס, די אָ פֿרוי וועט מסתּמא קיין מאָל ניט שטאַרבן. אויף אַלע אייביקייטן וועט זי תּמימותדיקע מענער און אַנטיקוואַרן טאָן אין טויט אַרײַן. ער ווייס דאָס. ער האָט זיך דערמאָנט, אַז אין די לעצטע פֿינף יאָר האָט ער זי געזען מיט דרײַ פֿאַרשיידענע מענער אין ירושלימער סינעמאַטעק — וווּ אויך דאָרט, אַגבֿ, געפֿינט זיך דער טויער צום גיהנום. דאָרטן, קומט יום־הדין, וועלן אַלע פּענסיאָנערן און די פּאָר סטודענטן וואָס אַרבעטן דאָ האָבן אַ גרויסע מסיבה, אָדער אפֿשר וועלן זיי זײַן די ערשטע וואָס האָבן דעם כּבֿוד צו ברענען אין פֿײַער פֿון גיהנום.

פֿרײַטיק צו מאָרגנס, גלײַך ווי מאיר פֿעלדשער האָט געעפֿנט זײַן קראָם, האָט אים אָנגערופֿן נאָך אַן אַלמנה. איר נאָמען איז געווען אים קענטלעך, אָבער ערשט נאָכדעם ווי ער האָט איר צוגעזאָגט צו זײַן בײַ איר אין אַ האַלבער שעה אַרום, האָט ער זיך דערמאָנט אינעם נאָמען פֿון פֿרוי אין שער־בלאַט. יאָ, דאָס איז געווען דער זעלביקער נאָמען, זי איז מסתּמא די פֿרוי וואָס האָט זיך פֿאַרשטעקט גאַנצע יאָרן אין דער ערשטער אַלמנהס ביבליאָטעק. אויפֿן סמך פֿון איר הייזעריק קול האָט ער זיך פֿאָרגעשטעלט אַ געוועזענע פֿעם פֿאַטאַל מיט אַן אייביקן פּאַפּיראָס אין דער האַנט. מע דאַרף זיך אָפּהיטן קעגן אַזעלכע אַלמנות, האָט ער געטראַכט, באַזונדערס בײַ געשעפֿטן. אויך דאָס מאָל וועט אים קיין שום אַלמנה ניט פֿאַרדרייען דעם קאָפּ.

דורך די הייסע, שלעפֿעריקע פֿרײַטיק־אין־דער־פֿרי גאַסן איז ער געפֿאָרן צו איר דירה אין קריתּ־יובֿל, אינעם ערשטן שטאָק פֿון אַ שמאָלן ווײַסן בנין, פֿאַרטונקלט דורך אויטאָבוסן־רויך. אַנשטאָט אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון געוועזענער שיינקייט, האָט ער באַגעגנט אַ דאַרע פֿרוי, טראָגנדיק אַ זויערשטאָף־פֿלאַש. ווען זי איז אַרײַנגעגאַנגען אין קיך ברענגען אים קאַווע, האָט ער אַרומגעקוקט אין ביבליאָטעק. די זאַמלונג האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם אויף אים — עס איז געווען אַן אוצר מערבֿדיקער פֿילאָסאָפֿיע, אין די מקור־שפּראַכן אויף גריכיש, לאַטײַן, דײַטשיש און פֿראַנצייזיש און אין די קלאַסישע העברעיִשע איבערזעצונגען; עטלעכע גרויסע העברעיִשע ראָמאַנען, וואָס זענען שוין לאַנג אויספֿאַרקויפֿט; ערשטע אויסגאַבעס פֿון די באַקאַנטסטע פּאָעטן און זייער זעלטענע העברעיִשע איבערזעצונגען פֿון אייראָפּעיִשע פֿאַרלאַגן אין נײַנצנטן יאָרהונדערט.

געוויינטלעך האָט ער ניט געפֿרעגט פּערזענלעכע פֿראַגעס, אָבער די זאַמלונג איז געווען אַזוי וואַזשנע, אַז ער האָט געמוזט וויסן. „זײַ מיר מוחל,‟ האָט ער געזאָגט, ווען זי איז צוריקגעקומען אין וווינצימער מיט זײַן קאַווע, „מעג איך אַ פֿרעג טאָן? ווער איז געווען דײַן מאַן? ווי און וווּ האָט ער געזאַמלט דאָס אַלץ? וואָס איז געווען זײַן פּראָפֿעסיע? אַ שרײַבער? אַ פּראָפֿעסאָר? איך ווייס, אַז עס קען זײַן שווער פֿאַר אַן אַלמנה צו רעדן וועגן איר — ‟

„אַן אַלמנה?‟ האָט זי געזאָגט אויף אַ קול, כּמעט אָפּלאַכנדיק, וויפֿל זי האָט געקענט אין איר מצבֿ. „דו האָסט אַ טעות. אין בין ניט קיין אַלמנה. אַ געליבטן האָב איך געהאַט דאָס לעצטע מאָל מיט דרײַסיק יאָר צוריק, און דאָס איז מיר שוין געווען צו פֿיל. קענסט מיר גלייבן, מענער זענען פּאַראַזיטן.‟

דער פֿאַרחידושטער פֿעלדשער איז צוריקגעקומען צום סוחרישן שׂכל אין גיכן. „און פֿאַר וואָס ווילסטו דווקא איצט פֿאַרקויפֿן אַלצדינג?‟

„אפֿשר האָסטו ניט באַמערקט,‟ האָט זי געענטפֿערט מיד, „אָבער באַלד וועל איך שטאַרבן. איך וואָלט געקענט איבערגעבן די ביכער עמעצן, אָבער אַלע מענטשן וואָס איך קען, זענען שוין געשטאָרבן אָדער וועלן אויך באַלד שטאַרבן. איך אַליין, ווי דו זעסט, בין שוין אַ האַלבער מת.‟

פֿעלדשער האָט ניט געוווּסט, וואָס צו זאָגן. שטילערהייט האָט ער אויסגעטרונקען די קאַווע און גענומען אַרויסציִען ביכער פֿון פּאָליצעס. כּדי אָפּצוגעבן דעם כּבֿוד אַ האַלב־מת, האָט ער אַ בלעטער געטאָן אין זעקס, זיבן ביכער. אינעם שער־בלאַט האָט ער געזען קענטלעכע נעמען. מאַנצבילשע נעמען. אַ מאָל געשריבן מיט אַ פּשוטן בלײַער, אַ מאָל געדרוקט אין פּרעכטיקע עקס־ליבריס־מוסטער.

נאָך צען, פֿופֿצן ביכער האָט ער זיך געכאַפּט. „גיבֿרתּ,‟ האָט ער דער ניט־אַלמנה געזאָגט, „די דאָזיקע ביכער זענען שוין געווען בײַ מיר אין קראָם. ביכער, וואָס איך האָב געקויפֿט פֿון תּמימותדיקע אַלמנות. אויך ביכער פֿון אַמאָליקע קונדן. פֿאַרשטאָרבענע קונדן.‟

„יאָ, אַוודאי,‟ האָט די פֿרוי געזאָגט שלווהדיק אונטער איר זויערשטאָף־רורקע. „איך בין געווען דײַן קונדין לאַנגע יאָרן, מר פֿעלדשער. די ביכער האָב איך געקויפֿט בײַ דיר אין קראָם. וווּ נאָך? נאָך אַ סך נישטערן קען מען געפֿינען אַ סך אוצרות דאָרטן. געדענקסטו מיך ניט?‟ זי האָט ניט אָפּגעוואַרט אויף אַן ענטפֿער. אין איר עלטער האָט זי ניט מער דערוואַרט, אַז עמעצער וועט זי געדענקען. „מילא, איצט קענסטו מיר העלפֿן פֿון זיי פּטור צו ווערן.‟

ניין, ער האָט זי ניט געדענקט. אָדער אפֿשר יאָ? אָבער ניין, מסתּמא האָט ער זי קיין מאָל ניט געזען. פֿרויען קויפֿן דאָך זעלטן בײַ אים. און אפֿשר האָט ער זי יאָ געזען, אָבער זי האָט ניט בײַ אים געקויפֿט, נאָר געגנבֿעט? יאָ, גנבֿים האָבן זיך כּסדר אַרומגעדרייט אין זײַן קראָם. האָט ער ניט געקענט געדענקען. כאָטש אָפּגענאַרט צו ווערן — פֿון אַ פֿרוי וואָס איז אַפֿילו ניט קיין אַלמנה — וואָלט ער ניט דערלויבט. „דו, גיבֿרתּ,‟ האָט ער דערווידערט, „דו ביסט געווען דער פּאַראַזיט! גנבֿטע! צבֿועטשקע!‟ מיט די ברכות איז ער אַרויס פֿון שטוב און צוריקגעפֿאָרן אין זײַן שטויביקער קראָם.

אַזוי זענען נאָך אַ פּאָר טויזנט ביכער אויסגעשלאָסן געוואָרן פֿון מאיר פֿעלדשערס כּף־הקלע. ביכער האָבן אויך טראַדיציעס און גלויבנס, און כאָטש זיי ווילן ניט גיין אין פֿעלדשערס קראָם דווקא, מיינען זיי אַז עס איז אַ נייטיקע סטאַנציע. אויך די ביכער ווילן דאָך אין הימל אַרײַן. נאָר אין הימל נעמט מען אָן בלויז מענטשן, אַזוי ווי עס וואָלט געווען אַ מענטש וואָס איז ריין גענוג. אין דער אמתן געהערן די ביכער צו גן־עדן אָדער גיהנום, ניט צו דער פּאָליצע און ניט צו דער אַשפּה, אָבער די מענטשן פֿאַרנעמען זייער אָרט. אין גן־עדן דאַרף מען ברענגען מיט זיך נאָר בגדים און שיך, אַ פּאַראַסאָל און זונברילן, און אויב מע האָט חשק, אַ נאַש. די ביכער מוז מען לאָזן אויף עולם־הזה. אויך ווען מע טראַכט אַז עס וועט אים זײַן נודנע אין גן־עדן אָן ביכער, האָט מען אַ טעות. אין גיכן פֿאַרשטייט מען אַז עס איז בעסער פֿאַר מענטשן און ביכער צו זײַן צעשיידט. אין גיהנום, אַגבֿ, טאָר מען גאָר ניט מיטברענגען. מע מוז נאָר ברענגען זיך אַליין, און דאָס איז שוין די ערגסטע גזירה.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.