פֿאָרווערטס פּאָדקאַסט, קאַפּיטל דרײַ: דער בית־עולםForverts podcast, episode three: The cemetery
הערט איין אַרטיקל וועגן פֿעלדמעסטן און אַ צווייטן וועגן די פֿאַרשידענע ווערטער פֿאַר „בית־עולם“

Photo by the Forward
דער פֿאָרווערטס האָט שוין אַרויסגעלאָזט דעם דריטן קאַפּיטל פֿונעם ייִדישן פּאָדקאַסט, Yiddish With Rukhl. דאָס מאָל איז די טעמע „דער בית־עולם“. די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז זי געווען „ליבע“. צו הערן ביידע קאַפּיטלען גיט אַ קוועטש דאָ.
אין דעם איצטיקן קאַפּיטל לייענט שׂרה־רחל שעכטער פֿאָר צוויי אַרטיקלען, „אַ טראַדיציאָנעלער מינהג געפֿירט פֿון פֿרויען: פֿעלדמעסטן און קנייטלעך לייגן“ פֿון אַנאַבעל כּהן, און „דאָס אַרײַנלייגן אין דר׳ערד: די פֿאַרשידענע ווערטער און אויסדרוקן פֿאַרן וואָרט ׳בית־עולם׳“ פֿון הערשל גלעזער.
אויב איר ווילט אויך לייענען דעם געדרוקטן טעקסט פֿון די אַרטיקלען, גיט אַ קוועטש דאָ און קוקט אונטן בײַם סוף פֿון דער זײַט.
אין דעם וואָכיקן פּאָדקאַסט לייענט די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער פֿאָר געקליבענע אַרטיקלען וואָס דער פֿאָרווערטס האָט געדרוקט במשך פֿון די יאָרן. דערווײַל איז דער פּאָדקאַסט בלויז אַ פּראָבע פֿון פֿינעף קאַפּיטלען. אויב ס׳וועט ווײַטער וואַקסן דער אינטערעס צו אים, וועט ער ווערן אַ געוויינטלעכער טייל פֿונעם פֿאָרווערטס.
טאָמער האָט איר קאָמענטאַרן אָדער פֿאָרלייגן, שרײַבט אַ בריוול דעם פֿאָרווערטס: [email protected]