פֿאָרווערטס פּאָדקאַסט, קאַפּיטל פֿיר: פֿאָלקס־מעשׂיותForverts podcast, episode 4: Folk tales
הערט אַן אַרטיקל וועגן אַ באַליבטער מעשׂה פֿון אַ באָבע מיט די אייניקלעך און אַ צווייטן אַרטיקל וועגן חסידישע מעשׂיות.

Photo by the Forward
דער פֿאָרווערטס האָט שוין אַרויסגעלאָזט דעם פֿערטן קאַפּיטל פֿונעם ייִדישן פּאָדקאַסט, Yiddish With Rukhl. דאָס מאָל איז די טעמע „פֿאָלקס־מעשׂיות“. צו הערן דעם פּאָדקאַסט, גיט אַ קוועטש דאָ.
אין דעם איצטיקן קאַפּיטל לייענט שׂרה־רחל שעכטער פֿאָר צוויי אַרטיקלען פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָריסט איציק גאָטעסמאַן. דער ערשטער איז „אַ באַליבטע ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂה וועגן אַ באָבע מיט די אייניקלעך“ און דער צווייטער איז „חסידישע מעשׂיות אין אַ נײַ־אַלטן לבֿוש“.
אויב איר ווילט אויך לייענען דעם געדרוקטן טעקסט פֿון די אַרטיקלען, גיט אַ קוועטש דאָ און קוקט אונטן בײַם סוף פֿון דער זײַט.
אין דעם וואָכיקן פּאָדקאַסט לייענט די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער פֿאָר געקליבענע אַרטיקלען וואָס דער פֿאָרווערטס האָט געדרוקט במשך פֿון די יאָרן. דערווײַל איז דער פּאָדקאַסט בלויז אַ פּראָבע פֿון פֿינעף קאַפּיטלען. אויב ס׳וועט ווײַטער וואַקסן דער אינטערעס צו אים, וועט ער ווערן אַ געוויינטלעכער טייל פֿונעם פֿאָרווערטס.
טאָמער האָט איר קאָמענטאַרן אָדער פֿאָרלייגן, שרײַבט אַ בריוול דעם פֿאָרווערטס: [email protected]