אַ קורס וועגן די שפּריכווערטער געזאַמלט דורך די אַנ־סקי עקספּעדיציעסA course on the Yiddish proverbs collected through the An-Ski expeditions
די ווערטלעך האָט פֿאַרשריבן דער סאָוועטישער פֿאָלקלאָריסט אַבא לעוו בעת די עקספּעדיציעס איבער וואָלין

אויפֿן מאַרק רינאָק, אין לודמיר־וואָלין, אוקראַיִנע Photo by Wikimedia Commons
אינעם קומעדיקן ווינטער־זמן פֿון די ייִדיש־קלאַסן בײַם „אַרבעטער רינג“ וועט מען הײַיאָר פֿירן דורך „זום“ אַן אייגנאַרטיקן מיני־קורס אויף ייִדיש: וועגן די אידיאָמען און שפּריכווערטער, וואָס דער סאָוועטישער פֿאָלקלאָריסט אַבא לעוו האָט געזאַמלט בעת זײַנע עקספּעדיציעס מיט ש. אַנ־סקין איבער מערבֿ־אוקראַיִנע פֿון 1912 ביז 1914.
דעם קורס וועט לערנען דער ייִדישער שרײַבער און רעדאַקטאָר פֿונעם אָנלײַן־זשורנאַל „ייִדיש בראַנזשע“ — באָריס סאַנדלער, און וועט זײַן געבויט אויפֿן יסוד פֿון יענע וועלטסווערטלעך און סאַנדלערס קאָמענטאַרן וועגן זיי.
דער קלאַס וועט זיך טרעפֿן יעדן דינסטיק פֿון 2:30 ביז 4:00, ניו־יאָרקער צײַט, אָנהייבנדיק פֿונעם 24סטן פֿעברואַר.
דאָס וועט זײַן צום ערשטן מאָל וואָס דער ברייטער עולם וועט האָבן צוטריט צו אַבא לעווס מאַטעריאַלן. דורך בליצפּאָסט האָט סאַנדלער דערציילט ווי אַזוי ער האָט באַקומען די זאַמלונג: נאָך דעם ווי אבא לעוו איז געשטאָרבן אין 1959 האָבן די העפֿטן מיט די ייִדישע אידיאָמען און ווערטלעך זיך געפֿונען אין דער רעדאַקציע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד“, און שפּעטער — אינעם אַרכיוו פֿונעם ייִדישן פּאָעט און פֿאָרשער חיים ביידער. נאָך ביידערס טויט אין 2003 האָט זײַן אַלמנה, יעווע ביידער, איבערגעגעבן די העפֿטן סאַנדלערן אין אַ קאָנווערט, וווּ ס׳איז מיט ביידערס האַנט געווען אָנגעשריבן „פֿאַר באָריס סאַנדלערן“.
ווי אַ צאָל אַנדערע זאַמלער אין אייראָפּע און אַמעריקע, איז אַנ־סקיס און אַבא לעווס אינטערעס צום ייִדישן פֿאָלקלאָר געווען פֿאַרבונדן מיט זייער איבערגעגעבנקייט צום „פֿאָלקיזם‟: זיי האָבן באַטראַכט די ייִדיש־רעדנדיקע פֿאָלקסמענטשן אין די שטעטלעך און דערפֿער ווי אַ שליסל צו שאַפֿן אַ נײַע וועלטלעכע אידענטיטעט, צוגעמאָסטן צו די שטאָטישע רוסישע ייִדן, אַזוי ווי זיי זענען אַליין געווען.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויפֿן קורס גיט אַ קוועטש דאָ.
דער אַרבעטער רינג וועט אויך פֿירן לענגערע קורסן אויף ייִדיש אינעם ווינטער־זמן. אָט איז דער אויסקלײַב:
• די ייִדישע קולטור־אינפֿראַסטרוקטור פֿונעם אַמעריקאַנער קאָמוניזם
• אונגעריש־ייִדיש צווישן די וועלט־מלחמות
• דער לשון־קודש־קאָמפּאָנענט אין מרדכי שעכטערס לערנבוך „ייִדיש צוויי“
• די דערציילונגען פֿון יצחק באַשעוויס
• דער אָנהייב פֿון מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער: אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען און די ערשטע אַקטריסעס אויף דער בינע
• שלום אַשעס ראָמאַן „אויף קידוש השם“
• מאַני לייבס סאָנעטן
• ש. אַנ־סקי, דער „בעל־תּשובֿה“ וואָס האָט פּראָוואָצירט אַ רעוואָלוציע אין פֿאָלקלאָר
• דאָס קול פֿונעם ייִדישן שרײַבער — רעקאָרדירונגען פֿון דערציילונגען און לידער פֿאָרגעלייענט פֿון די שרײַבער אַליין
• די קולטור־ירושה פֿון די ייִדישע שרײַבער אין אוקראַיִנע (1950ער ביז די 1980ער)
נאָך מער פּרטים אָדער זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף איינעם אָדער מער פֿון די קורסן, גיט אַ קוועטש דאָ.