Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קונסט פֿון פֿרויען וואָס שילדערט זייערע איבערלעבונגען אין קאָנצענטראַציע־לאַגערArt by women portraying their experiences in the concentration camps

אַן אױסשטעלונג אין בראַנדײַס־אוניװערסיטעט פּרעזענטירט צען אַלבאָמען בילדער וואָס די פֿרויען האָבן געשאַפֿן נאָך דער באַפֿרײַונג.

דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.

צענדליקער יאָרן אײדער דער קאַרטוניסט אַרט שפּיגלמאַן האָט פּובליקירט „מאַוס“ האָבן עטלעכע ייִדישע פֿרױען — מערסטנס לעבן געבליבענע פֿון די נאַציסטישע קאָנצענטראַציע־לאַגערן — געשאַפֿן אַלבאָמען בילדער װעגן די אײגענע גרױליקע איבערלעבונגען.

אַ נײַע אױסשטעלונג אין בראַנדײַס־אוניװערסיטעט, „װער װעט צײכענען אונדזער געשיכטע׃ װײַבערשע װיזועלע דערצײלונגען פֿונעם חורבן, 1949-1944“, פּרעזענטירט צען פֿון די דאָזיקע בילדער־ביכלעך. דאָס ערשטע האָט געשאַפֿן אַ קינסטלערין װאָס איז אַנטלאָפֿן קײן ארץ־ישׂראל בעת דער מלחמה. זי האָט באַזירט אירע װערק אױף די אַכזריות־באַריכטן װאָס זענען אָנגעקומען אינעם ייִשובֿ. די אַנדערע אַלבאָמען זענען געמאַכט געװאָרן באַלד נאָכן חורבן — אַ מאָל בעת די װאָכן און חדשים נאָך דער קינסטלערינס באַפֿרײַונג.

די אױסשטעלונג, געשטיצט פֿונעם הדסה־בראַנדײַס-אינסטיטוט, איז די ערשטע װאָס באַװײַזט אַ גרופּע װײַבערשע חורבן־אַלבאָמען צוזאַמען. עטלעכע פֿון זײ זענען קײן מאָל פֿריִער נישט אױסגעשטעלט געװאָרן.

אַ גרופּע בילדער־אַלבאָמען אין דער אויסשטעלונג Photo by Noam Feiner

לעצטנס האָב איך באַזוכט די גאַלעריע און געשמועסט מיט דער אױסשטעלונגס קוראַטאָרשע רייטשל פּערי, װאָס איז אַ קונסט-היסטאָריקערין און פּראָפֿעסאָרשע פֿון חורבן־לימודים אין חיפֿהר אוניװערסיטעט. זי האָט מיר דערקלערט אַז די פֿרױען װאָס האָבן געשאַפֿן די בילדער־ביכלעך זענען זײער אַ פֿאַרשײדנאַרטיקע גרופּע. זײ זענען געבױרן געװאָרן אין פּױלן, אונגערן און דײַטשלאַנד אין כּלערלײ סאָציאַלע, עקאָנאָמישע און רעליגיעזע באַדינגונגען. אַ פּנים האָבן זײ זיך קײן מאָל נישט געטראָפֿן, און האָבן געמאַכט די אַלבאָמען אומאָפּהענגיק איינע פֿון דער צווייטער.

עטלעכע פֿון די פֿרױען זענען שױן פֿאַר דער מלחמה געװען פּראָפֿעסיאָנעלע קינסטלערינס. אַנדערע זענען געװען יונגע קונסט־סטודענטקעס װעמענס אױסשולונג איז איבערגעריסן געװאָרן פֿון דער דעפּאָרטירונג. אַ טייל האָבן אַנטדעקט אַ טאַלאַנט צו צײכענען אָדער מאָלן אין די געטאָס און לאַגערן — װוּ צוליב דער סיסטעם פֿון שקלאַפֿן־אַרבעט איז אַזאַ פֿעיִקײט אַ מאָל געקומען די נאַציס צו ניץ. דאָס מאַכן קונסט איז געװאָרן אַ קיום־סטראַטעגיע.

פּערי האָט מיר אױך דערקלערט אַז ס׳רובֿ פֿון די װײַבערשע בילדער־אַלבאָמען זענען נישט לאַנג נאָך דער מלחמה פֿאַרגעסן געװאָרן. אַ פּאָר פֿון די פֿרױען האָבן אױסגעשטעלט זײערע ביכעלעך נאָך דער באַפֿרײַונג, אַ מאָל אין קונסט־אױסשטעלונגען אָרגאַניזירט פֿון לעבן געבליבענע אין די לאַגערן װוּ זײ זענען אַ מאָל געװען אַרעסטאַנטן. ס׳רובֿ אַלבאָמען זענען אָבער פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אין אַרכיװן, װוּ מען האָט זײ קנאַפּ אױסקאַטאַלאָגירט — למשל אָן דעם נאָמען פֿון דער שאַפֿערין. (לױט פּערין איז אַזאַ טענדענץ אַ מאָל אַ סימן פֿון אומדרך־ארץ צו פֿרױענס װערק.) אַנדערע אַלבאָמען זענען געבליבן בײַ דער קינסטערלינס יורשים.

אַ װיכטיקער אױסנעם איז „אױשװיצער טױטלאַגער“, געמאַכט פֿון זאָפֿיאַ ראָזענשטראַוך (1996-1920) אין 1945. דער דאָזיקער אַלבאָם — װאָס איז איבער 30 פֿוס די לענג און צעעפֿנט זיך װי אַן „אַקאָרדיאָן“ — איז געװען איינע פֿון די ראַיות אינעם פּראָצעס פֿון אַדאָלף אײַכמאַן אין 1961. אױף דער װאַנט אין דער אױסשטעלונג קען מען זען אַ װידעאָ פֿונעם פּראָצעס, װוּ אַ פֿרױ באַשטעטיקט דעם אמת פֿון די אילוסטרירטע סצענעס. ראָזענשטראַוכס אַלבאָם געהערט הײַנט „יד־ושם“ און איז גוט באַקאַנט אין ישׂראל.

די קוראַטאָרשע רייטשל פּערי מיט סאָפֿיאַ ראָזענשטראַוכס „אוישוויצער טויטלאַגער“ (1949) Photo by Sasha Pedro

פּערי האָט אַנטדעקט די פֿאַרגעסענע װײַבערשע אַלבאָמען צופֿעליק, װען זי האָט זיך אָנגעשטױסן אין אײנער פֿון זײ אין אַן אַרכיװ. „שוין 20 יאָר וואָס איך פֿאָרש די װיזועלע קולטור פֿונעם חורבן, און ביז דעמאָלט האָב איך נישט געװוּסט אַז אַזעלכע אוצרות עקסיסטירן אין די אַרכיװן“, האָט זי געזאָגט. דאָס געפֿינען מער איז געװאָרן אַ שליחות. „איך האָב זײ אַרומגעזוכט אין ניו־יאָרק, ישׂראל, פּױלן, אונגערן, דײַטשלאַנד און אַנדערש װוּ. אַ מאָל האָבן די יורשים מיר געהאָלפֿן אָדער מיר אַפֿילו געשאָנקען מאַטעריאַלן, װאָס זענען געװען בײַ זײערע משפּחות.“

אָט זענען אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון דער אױסשטעלונג. מען דאַרף אָבער האַלטן אין זינען אַז די דאָזיקע אינדיװידועלע בילדער זענען טײלן פֿון אַלבאָמען װאָס דערצײלן אָפֿט כּסדרדיקע מעשׂיות׃

— „אױסרוף־שטראָף׃ אױשװיץ“ פֿון ראָזענשטראַוכס פֿריִער־דערמאָנטן אַלבאָם (װאָס מען זעט אין בראַנדײַס אין אַ גוטער פֿאַקסימילע צוליב דער דעליקאַטקײט פֿונעם אָריגינעל). פֿילצאָליקע אָפּגעצערטע פֿרױען קניִען אינעם רעגן פֿאַר אַ קאַזאַרמע מיט די הענט אין דער לופֿט, בעת מען רופֿט אױס זײערע נעמען. אַ הויכער, גראָבער נאַציסטישער אָפֿיציר גיט אַ פֿרױ אַ בריקע אין די ריפּן. אױבן איז אַ באַשרײַבונג פֿון דער סצענע אױף פּױליש.


סאָפֿיאַ ראָזענשטראַוך, „אויסרוף־שטראָף“, פֿון איר אַלבאָם „אוישוויצער טויטלאַגער“, 1945 Courtesy of Yad Vashem

— אַ בילד פֿונעם אַלבאָם „1945-1939“, געשאַפֿן פֿון רעגינע ליכטער־ליראָן (1995-1920) אין 1945 אין אַ די־פּי לאַגער אין איטאַליע. דאָ זעט מען נאַקעטע פֿרױען און מײדלעך װאָס קלאַמערן זיך אײנע אין דער צװײטער אױפֿן ראַנד פֿון אַ מאַסן־קבֿר בײַ נאַכט. זײ זענען אַרומגערינגלט פֿון נאַציס מיט ביקסן װאָס װעלן זײ באַלד אױסשיסן. אױף רעכטס ברענט אַ גרױסע שׂרפֿה װאָס האַלט די קרבנות נאָענט צום קבֿר.

— „מוטער“ פֿון „זײ האָבן נישט דערלעבט צו זען…“, פּובליקירט פֿון לובאַ קרוגמאַן גורדוס אין 1949. דאָס בילד פֿון אַ מטורפֿדיקער פֿרױ װאָס פּרוּװט אומזיסט צו באַשיצן איר יונג קינד רעפּרעזענטירט אַ סך ענלעכע אילוסטראַציעס אין די װײַבערשע אַלבאָמען. די אָפּזונדערונג פֿון זײערע קינדער און די אוממעגלעכקײט זײ צו ראַטעװען איז בײַ די מאַמעס אַװדאי געװען אַן אומדערטרעגלעכע טראַוומע.

לובאַ קרוגמאַן גורדוס „מוטער“, פֿון איר אַלבאָם „זײ האָבן נישט איבערגעלעבט צו זען…“, 1949 Courtesy of Yad Vashem

— „אַ קלײנע שפּיל“ פֿון „דעפּאָרטירונג“, געמאַכט פֿון עדיט באַן קיש אַרום 1950, אָבער באַזירט אױף פֿריִערדיקע נוסחאָות (אײן נוסח איז געשאַפֿן געװאָרן אין ראַװנסברוק לאַגער און איז חרובֿ געוואָרן). צװײ נאַציסטישע היטערינס לאַכן אַ סאַדיסטישן געלעכטער בעת זײ װאַרפֿן קאַלט װאַסער איבער אַ נאַקעטער, סקעלעטישער פֿרױ. זי שטײט פֿאַר אַן אָפֿענעם פֿענצטער מיט אַ שנײיִקן פֿעלד אין הינטערגרונט. זי פּרוּװט זיך צו באַהיטן פֿון קעלט און פֿון זייער זילזול מיט די מאָגערע הענט.

עדיט באַן קיש, „אַ קליינע שפּיל“, פֿון איר אַלבאָם „דעפּאָרטירונג“, אַרום 1950 Courtesy of Yad Vashem

פּערי האָט מיך דערמאָנט אַז נישט געקוקט אױף די שױדערלעכע בילדער זענען די אַלבאָמען אױך בײַשפּילן פֿון װײַבערשער פֿעסטקײט און אַלײן־באַשטימונג. „דער נאָמען פֿון דער אױסשטעלונג, ׳װער װעט אױסצײכענען אונדזער געשיכטע?׳ איז אַ פֿראַגע װאָס די קינסטלערינס  ענטפֿערן אַלײן. זײ האָבן שאַפֿעריש רעאַגירט אױף זייער פּערזענלעכער און קאָלעקטיװער טראַװמע. דורך זײערע בילדער רעדן זײ אין נאָמען פֿון אַלע ייִדישע פֿרױען װאָס האָבן דורכגעמאַכט אַזעלכע גרױלן.“

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.