Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

טשיקאַוועסן: אַן אַמאָליקער „אסתּר־המלכּה פֿאַרמעסט“ אין אַן אַרגענטינער שטעטלTidbits: A Queen Esther beauty pageant long ago in an Argentinian shtetl

די ייִדן אין באַהיִאַ בלאַנקאַ פֿלעגן יעדעס יאָר אָרגאַניזירן אַ ספּעקטאַקלדיקן פּורים־באַל.

Tidbits is a Forverts feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. Listen to the report here:

אינעם אַרענגטינער שטעטל באַהיִאַ בלאַנקאַ, פֿלעגט די ייִדישע קהילה יעדעס יאָר אָרגאַניזירן אַ ספּעקטאַקלדיקן פּורים־באַל. דאָס איז געווען אין די דרײַסיקער יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

די צוגרײטונגען האָבן געדויערט כּמעט אַ גאַנץ יאָר ווײַל אַלע האָבן געוואָלט אַז דער באַל זאָל מען לאַנג געדענקען. די טישן זײַנען געװען געדעקט מיט ווײַסע טישטעכער און אויף זיי האָט מען אויסגעשטעלט פּאָרצעלײַענע טעלערס און פֿײַנע װײַן־גלעזלעך. דאָס עסן איז געווען זייער געשמאַק און דער ווײַן איז געווען פֿון אַ הויכער קוואַליטעט. מע האָט געבראַכט אײנעם פֿון די בעסטע אָרקעסטערס, און אַלע האָבן געטאַנצט אַ גאַנצע נאַכט.

איין מאָל האָט מען אין שטעטל באַשלאָסן אויסצוקלײַבן „די אסתּר המלכּה“ פֿונעם באַל. אַלע יונגע פֿרויען אין די צוואַנציקער האָבן געחלומט צו ווערן אויסגעקליבן. צװישן זיי איז געװען איינע מיטן נאָמען עוכעניאַ. זי, אירע עלטערן, אירע שוועסטער און איר ברודער זענען געווען נײַ־אָנגעקומענע אין שטעטל. דאָס איז געװען צום ערשטן מאָל וואָס זיי באַטייליקן זיך אין אַן עפֿנטלעכער אונטערנעמונג.

דער עולם האָט באַמערקט די פֿרעמדע שיינע פֿרוי און געבעטן אַז מע זאָל זי אַרײַנרעכענען צווישן די קאַנדידאַטינס פֿאַר דער קרוין.

דער פֿאַרמעסט האָט געדויערט אַ לאַנגע צײַט ווײַל די ריכטער האָבן זיך געטענהט צווישן זיך און נישט געקענט דערגרייכן אַ קאָנצענזוס. אַ טייל פֿון די קאַנדידאַטינס האָבן אָנגעהויבן בײַסן די נעגל און אומגעדולדיק געװאַרט ביז די ריכטער זאָלן מעלדן זייער באַשלוס.

אין אַ געוויסער מאָמענט האָט דער אָרקעסטער אויפֿגעהערט שפּילן און איבערן זאַל האָט געהערשט אַ געשפּאַנטע שטילקייט. איינער פֿון די ריכטער האָט הויך אָנגעקלאַפּט אין איינעם פֿון די ווײַנגלעזער, און אַלע אויגן האָבן געקוקט צו אים.

נאָך עטלעכע סעקונדעס האָט ער געמאָלדן: „דער טיטל אסתּר המלכּה וואָס מיר באַשטימען הײַנט צום ערשטן מאָל אין שטעטל גייט צו עוכעניאַ.“

די מערהייט פֿון די קאַנדידאַטינס האָבן, אַנטוישטע, אויסגעבראָכן אין אַ געוויין, נאָר די געווינערין פֿון דער קרוין האָט געוויינט פֿאַר גליק. זי האָט נישט געגלויבט וואס זי הערט.

און איצטער אַז איר קענט די גאַנצע מעשׂה, איז געקומען די צייַט אײַך צו דערציילן אַ סוד. עוכעניאַ איז געווען מײַן מוטער ז״ל. מיט 20 יאָר צוריק, ווען איך האָב זי געפֿרעגט וועגן יענעם געשעעניש, האָט זי געענטפֿערט אַז דאָס איז געווען איינע פֿון ​​די רירנדיקסטע מאָמענטן פֿון איר לעבן.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.