זכרונות פֿון אַן אונטערבאַן־פּאַסאַזשירMemories of a subway passenger
אויף דער אונטערבאַן האָב איך זיך אויסגעלערנט מײַנע ערשטע זאַצן אויף שפּאַניש.

Photo by Adam Fagen / Flickr
דערצויגן געוואָרן אין דער שטאָט ניו־יאָרק, בײַ אַ משפּחה וואָס האָט נישט פֿאַרמאָגט קיין אויטאָ, האָב איך אַ גרויסן חלק פֿון מײַן לעבן „אויסגעלעבט“ אויף דער אונטערבאַן („סאָבוויי“). הגם הײַנט פֿאָר איך בדרך־כּלל מיט מיט דער מחוץ־שטאָטישער באַן „מעטראָ־נאָרט“, מוז איך מודה זײַן, אַז מײַנע יאָרן אויף דער אונטערבאַן האָבן זיכער געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען בײַ מיר דאָס געפֿיל פֿון אַן עכטן ניו־יאָרקער.
אין עלטער פֿון 11 יאָר, למשל, זענען איך און מײַן 10־יאָריקע שוועסטער, גיטל, יעדע וואָך, נאָך די קלאַסן, געפֿאָרן מיט דער אונטערבאַן פֿינף סטאַנציעס צו אונדזער פּיאַנע־לעקציע. וואָס איז דער חידוש, פֿרעגט איר? איר קענט זיך אויסמאָלן, אַז צוויי אומשולדיקע מיידלעך, טראָגנדיק קליידלעך און צעפּלעך, זאָלן הײַנט פֿאָרן, אָן שום באַגלייטונג פֿון אַ דערוואַקסענעם — אויף דער אונטערבאַן? איך — נישט. פֿונדעסטוועגן, מיין איך, אַז דאָס האָט אונדז געגעבן אַ געוויסן נישט־באַוווּסטזיניקן קוראַזש, וואָס פֿעלט הײַנט די קינדער, וואָס זייערע עלטערן מוזן זיי פֿירן אינעם אויטאָ פֿון איין אָרט צום צווייטן.
איך האָב ליב געהאַט צו לייענען די רעקלאַמעס אין וואַגאָן. איך געדענק, למשל, די מעלדונגען וועגן דעם יערלעכן שיינקייט־קאָנקורס, „מיס סאָבווייס“. עטלעכע וואָכן פֿאַרן קאָנקורס, איז אין יעדן וואַגאָן געהאָנגען אַ בילד פֿון די זעקס פֿינאַליסטקעס. פֿלעג איך מיט גיטלען איבערלייענען זייערע קליינע ביאָגראַפֿיעס — בדרך־כּלל, סטודענטקעס, סעקרעטאַרשעס, זינגערינס, און טענצערינס — און דיסקוטירן מיט איר, ווער ס׳וואָלט געדאַרפֿט געווינען די „אונטערערדישע קרוין“. איך פֿלעג זיך אָפֿט מאָל חידושן, ווי אַזוי איינע מיט אַ גרויסער נאָז אָדער געדיכטע ברעמען האָט דערגרייכט אַזאַ מדרגה, אַז איר פּנים זאָל באַצירן יעדן וואַגאָן פֿון דער ניו־יאָרקער באַן־סיסטעם.
איך האָב זיך אויך געלערנט מײַנע ערשטע שפּאַנישע זאַצן אויף דער אונטערבאַן. אין יעדן וואַגאָן איז געהאָנגען אַ וואָרענונג אויף ענגליש און אויף שפּאַניש: „די רעלסן פֿון דער אונטערבאַן זענען געפֿערלעך. אויב די באַן שטעלט זיך אָפּ צווישן די סטאַנציעס, בלײַבט אינעווייניק. גייט נישט אַרויס. וואַרט אויף די אינסטרוקציעס פֿון די קאָנדוקטאָרן אָדער דער פּאָליציי“. גיטל און איך האָבן זיך אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק די שפּאַנישע שורות, און זיי איבערגעחזרט אַזוי פֿיל מאָל, ביז די ווערטער האָבן זיך בײַ אונדז אַראָפּגעקײַקלט פֿון דער צונג ווי בײַ אמתע פּוערטאָ־ריקאַנער. און ס׳איז אונדז צו ניץ געקומען: אַז מיר זענען געשטאַנען ערגעץ צווישן מענטשן, און געוואָלט אויסזען ווי אמתע שפּאַניש־רעדער, האָבן מיר אויסגעשאָסן די שפּאַנישע שורות מיט אַזאַ טראַסק, אַז אַ נישט־שפּאַניש רעדער וואָלט געקענט מיינען, מיר טיילן זיך מיט עפּעס אַ זאַפֿטיקער פּליאָטקע.
מײַנע דרײַ בנים האָבן שטאַרק ליב געהאַט צו פֿאָרן אויף דער אונטערבאַן. קינדווײַז פֿלעגן זיי צודריקן די פּנימלעך צו די פֿענצטער, סײַ ווען די באַן איז געפֿאָרן אין דרויסן, סײַ אינעם פֿינצטערן טונעל. מײַן עלטסטער, יאַנקל, האָט צוויי מאָל געפּרוּווט צו פֿאַרווירקלעכן זײַנס אַ חלום: צו פֿאָרן, במשך פֿון איין טאָג, אויף יעדער ליניע פֿון דער גאַנצער סיסטעם, פֿון דער #1 ביז דער #7; פֿון דער A־באַן ביז דער Z. (מע דאַרף האָבן אַ מאַטעמאַטישן קאָפּ דאָס אויסצופּלאָנטערן.) ביידע מאָל האָט יאַנקל באַוויזן צו פֿאָרן אויף אַלע ליניעס… אַחוץ איינער. נישט קיין חידוש, אַז בײַ אונדז אין דער היים איז יאָרן לאַנג געהאָנגען אינעם שפּריץ אַ פֿירהאַנג מיט אַ ריזיקע מאַפּע פֿון דער אונטערבאַן.
הײַנט האָב איך אַ ספּעציעלע הנאה צו פֿאָרן אויף דער אונטערבאַן מיט מײַנע אייניקלעך. פּונקט ווי עס האָבן קינדווײַז געטאָן זייערע טאַטעס, קוקן זיי אויך אַרויס פֿון פֿענצטער און קאָמענטירן וועגן אַלץ וואָס פֿליט פֿאַרבײַ. ווער ווייסט? אפֿשר וועלן זיי אויך מיט דער צײַט זיך אויסלערנען די ציפֿערן און אותיות פֿון יעדער באַנליניע און דערבײַ אַליין פֿאַרוואַנדלט ווערן אין עכטע ניו־יאָרקער.