Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„גלאָזפּערל‟: כּישוף־לידער פֿון קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ‘Glass Beads’: Yiddish magic by Katerina Kuznetsova

אין איין מיסטיש ליד פֿון קוזנעצאָוואַס נײַ בוך, פּראַוועט אַ שדיכע — די וואַלד־מלכּה — איר חתונה מיטן זומער.

קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַס נײַע לידער־זאַמלונג „גלאָזפּערל‟ פֿאַרכּישופֿט דעם לייענער מיטן תּוכן, וווּ עס ווערן טאַקע אָפֿט דערמאָנט כּישופֿים און מכשפֿות, באַגלייט מיט אומגעוויינטלעכע אילוסטראַציעס פֿונעם בערלינער ייִדישיסט אַרנט בעק.  אין דער קורצער הקדמה דערקלערט די מחברטע אַליין אַז אירע לידער זענען אָנגעשריבן געוואָרן „מיטן טיפֿן גלויבן אינעם כּישוף הינטער דעם וואָר־לײַוונט‟.

דאָס בוך האָט אַרויסגעגעבן דער שוועדישער פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי טעקסט‟ אונטער דער רעדאַקציע פֿונעם ייִדישן דיכטער וועלוול טשערנין.

אין דער וועלט פֿון שטרענגער הלכה מיינט דאָס וואָרט „כּישוף‟ עפּעס נעגאַטיווס: געהיימע פֿאַרבאָטענע טוּונגען, וואָס ענדערן די נאַטור פֿון די זאַכן אויף אומנאַטירלעכע אופֿנים. אויף ייִדיש, אַזוי ווי בײַ קוזנעצאָוואַ, האָט דער באַגריף גאָר אַ פֿאַרקערטן באַטײַט: אַ וווּנדער, וואָס באַווײַזט די עצמדיקע אייניקייט פֿון אַלץ אינעם אוניווערס: לעבן און טויט, שׂימחה און שרעק, חושך און ליכט – די מאַגיע פֿונעם וועזן.

וואָס עפּעס „גלאָזפּערל‟? דערקלערט די פּאָעטעסע, אַז דער טיטל פֿונעם בוך שטאַמט פֿון עפּעס, וואָס האָט זי באַוווּנדערט אין אירע קינדער־יאָרן: דער מאַמעס שקאַטולקע (אוצר־קעסטל) מיט פֿאַרפּלאָנטערטע פֿעדעם פֿון גלאָזפּערל. די הקדמה האָט אַ פֿילאָסאָפֿישן טעם; קוזנעצאָוואַ דערקלערט איר אייגענעם באַנעם פֿונעם לעבן.

די זאַמלונג הייבט זיך אָן מיט אַ ליד, פּראָוואָקאַטיוו באַטיטלט „איך בין אַ ליגן‟. עס האָט מיר אַ ביסל דערמאָנט אין דער בודיסטישער פּאָעזיע פֿון יונה (יאָני) פֿײַן:

קוועקזילבער בין איך
כ׳צעלויף זיך אויף דער וועלט

Courtesy of Olniansky Text

כ׳גיי זיך צונויף פֿון ס׳נײַ…
דער סוד פֿון דער איבערלעבונג
איז דער שטענדיקער בײַט.

דאָס דאָזיקע ליד, אָנגעשריבן מיט פֿרײַע פֿערזן, איז אַ יוצא־מן־הכּלל. ס׳רובֿ קוזנעצאָוואַס לידער זענען מײַסטעריש געגראַמטע.

קוזנעצאָוואַ האָט זיך באַוויזן ווי אַ פּנים־חדשות אין דער ייִדישער ליטעראַטור אין 2022. זינט דעמאָלט שרײַבט זי ייִדישע לידער כּסדר און, קיין עין־הרע, אין זייער אַן אָריגינעלן לעבעדיקן סטיל.

די דיכטערין איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע אינעם יאָר 1989, און אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש בײַ 20 יאָר. דעמאָלט, האָט זי מיר געזאָגט, האָט האָט באַשלאָסן, אַז „דאָס איז די שענסטע שפּראַך אויף דער וועלט‟. אין יענער צײַט האָט זי שטודירט פֿילאָלאָגיע אינעם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אוניװערסיטעט. שפּעטער, אין 2014, האָט זי זיך אָנגעשלאָסן אין אַ מאַגיסטער־פּראָגראַם פֿון ייִדיש־לימודים אין ירושלים. זינט 2016 וווינט זי אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט, וווּ זי פֿירט אָן מיט דער ייִדישיסטישער שעפֿערישער גרופּע Yiddish.Berlin.

מיר איז אויסגעפֿאַלן נאָכצופֿאָלגן קוזנעצאָוואַס שעפֿערישן וועג, ווײַל אין 2023 האָב איך אָנגעהויבן איבערזעצן אירע לידער אויף רוסיש, און שפּעטער אויך אויף ענגליש. עטלעכע פֿון זיי זענען אויך דערשינען אויף אוקראַיִניש, אַ דאַנק דער דאָנעצקער איבערזעצערין אָלגאַ מאַטוויִענקאָ.

צווישן אירע ערשטע ווערק, וואָס האָבן מיך גלײַך פֿאַרחידושט, איז געווען „פֿרילינג־טאַנץ‟:

מײַנע שוועסטער, מכשפֿות,
פֿליט אַהין!
לאָמיר צינדן אָן די שׂרפֿות,
ברענגט אַ קין…

װעלט באַנײַען און באַנײען
בלומען־קלײד
װען די ערד געבױרט אין װײען
פֿרילינגס־פֿרײד.

אין דער זאַמלונג אין אָט דאָס ליד אַרײַן נישט בײַם אָנהייב, נאָר אין דער מיט, ווײַל די דיכטערין האָט מסדר געווען אירע לידער טעמאַטיש. „פֿרילינג־טאַנץ‟ געהערט צום ציקל „דאָס יאָרראָד‟. אין געוויסע מיסטישע באַוועגונגען פּראַוועט מען די אַכט פּונקטן, וואָס פֿאַראייניקן דעם יערלעכן ציקל אין איין ראָד: די צוויי זונשטאַנדן, די צוויי גלײַכנעכט און די פֿיר מיטל־פּונקטן צווישן זיי. פּונקט אַזאַ סיסטעם ווערט, אַגבֿ, באַשריבן אינעם קלאַסישן קבלה־ספֿר „רזיאל המלאך‟ און אַנדערע גאַנץ היימישע ייִדישע מקורים.

אין אַ מיסטיש־עראָטיש ליד פֿונעם זעלבן ציקל, „דער זומערדיקער זונשטאַנד‟, פּראַוועט אַ שדיכע, די וואַלד־מלכּה, איר חתונה מיטן זומער:

מײַן חתן שטייט, באַדעקט מיט זונען־שײַן
איך ציטער און איך ברען פֿון גלוסט
איך אײַל אים זיך אין גאַנצן אָפּצוגעבן
ער איז אַליין דער זומער
און די לוסט,
ער הייסט די ליבע
ר׳הייסט דאָס לעבן.

די שײַכותדיקע מענערלעכע פֿיגור באַווײַזט זיך אינעם ליד „דער וואַלדגײַסט‟, וואָס געהערט צום ציקל „לעגענדעס און חלומות‟:

דו, מיטן ליכטיקן בליק פֿון שמאַראַגדן,
כאַפּ מיך אָן, נאַר מיך אָפּ,
נעם מיך געפֿאַנגען.
זעץ מיך אײַן אין דער תּפֿיסה
פֿון בלומען און גראָז
נעבן דײַן הילצערנעם שלאָס.

אַן אַנדערע ציקל ווערט איראָניש אָנגערופֿן „טויט, ליבע און אַנדערער שונד‟. עס הייבט זיך אָן מיט „אַ גוט ליד וועגן אַפּאָקאַליפּס‟

ס׳וועט די וועלט זיך ענדיקן
רוף מיך אין דײַן סאָד.
איך וועל זיך דאָרט רויִקן
אין דעם בלויען גנאָד.

די ליבע איז מנצח דעם טויט. די העלדין פֿונעם ליד קוקט רויִק צוזאַמען מיט איר געליבטן פֿון עפּעס אַ גן־עדנדיקן ווינקל, ווי די וועלט ווערט פֿאַרברענט…

די אַנדערע ציקלען הייסן „שטעט‟, „מײַן קאָסמישע רײַזע‟, „לידער פֿון פֿאַרבײַיִקייט‟ און „לידער פֿאַר פֿרויען‟. אַ לידער־זאַמלונג מיט אַזאַ כּישוף־טעם קאָן זיך נישט באַגיין אָן אַן אַנדער טעמע: אַלכעמיע. אָט אַזוי פֿאַנגט זיך אָן דאָס ליד „אַלכעמיקער“:

איך האָב אויפֿגעבראָכן די סודות פֿון שטערן און שטיינער
נאָכיאָגנדיק נאָכן מקור פֿון לעבן,
די קראַפֿט
וואָס רינט זיך דורך בלוט און דורך ביינער
איך האָב אויסגעזוכט
די חכמה און מאַכט
איבער אַלע מעטאַלן.

אַרנט בעקס פּרעכטיקע אילוסטראַציעס גיבן צו אַ צויבערישן טעם צום בוך. אַזוי ווי אַ מקובל, וואָס איז מצרף — דאָס הייסט, ער מישט אויס די אותיות פֿון ווערטער צוליב מיסטישע תּיקונים — האָט דער קינסטלער גענומען שורות פֿון קוזנעצאָוואַס לידער, אויסגעמישט זיי, אַרײַנגעפֿלאָכטן אין פֿאַרשיידענע אָרנאַמענטן און פֿאַרוואַנדלט אין קונסטווערק. בסך־הכּל, האָט זיך באַקומען אַ בוך, וואָס איז באַטעמט און חידושדיק אי אינעם תּוכן, אי אינעם אויסזען.

Dive In

Explore

Most Popular

In Case You Missed It

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.