Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זכרונות פֿון אַ יונגער קוריערין אין וואַרשע בעתן חורבןMemoirs of a young female courier in Warsaw during the Holocaust

„פֿון בײדע זײַטן געטאָ־מױער“ באַשרײַבט ווי וולאַדקע מיד האָט געשמוגלט געװער פֿאַרן װאַרשעװער געטאָ־אױפֿשטאַנד.

„הײַנט װעט זיכער עפּעס פֿאָרקומען.“ אַזױ רעדן צװישן זיך ייִדן, װאָס האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט אױף אַ ראָג גאַס אינעם װאַרשעװער געטאָ. אײנער פּרוּװט זײַן אָפּטימיסטיש: „ייִדן, שרעקט זיך נישט, איר װעט זען, מיט גאָטס הילף, װעלן מיר די נײַע גזירה אױך איבערקומען“. דאָס איז געװען דער 22טער יולי 1942, דער ערשטער טאָג פֿון דער „גרױסער דעפּאָרטאַציע“, װען די דײַטשן האָבן אַרױסגעפֿירט אַרום 250 טױזנט ייִדן אין די אומברענג־לאַגערן.

מיט דער סצענע עפֿנט װלאַדקע מיד איר בוך זכרונות „פֿון בײדע זײַטן געטאָ־מױער“ װעגן איר לעבן אין װאַרשע בעתן חורבן. לכתּחילה זײַנען זיי אַרױס אין המשכים אין „פֿאָרװערטס“ גלײַך נאָך איר אָנקומען קײן אַמעריקע אין 1946. אין 1948 איז דאָס בוך דערשינען בײַ דעם בילדונג־קאָמיטעט פֿון אַרבעטער־רינג. אין 1977 איז דאָס בוך אַרויס אױף ענגליש מיט אַ הקדמה פֿון אלי װיזעל. איצט איז פּובליקירט געוואָרן אַ פֿאַרברײטערטע אױפֿלאַגע באַגלײט מיט הקדמות פֿונעם היסטאָריקער שמואל קאַסאָװ און פֿונעם איבערזעצער, װלאַדקעס זון סטיװען (שלמה) מיד.

Courtesy of Penguin Random House

וולאַדקע מיד ברענגט דעם לײענער גלײַך אַרײַן אין דער אַטמאָספֿער פֿון האָפֿענונג, שרעק און ייִאוש וואָס האָט געהערשט אינעם װאַרשעװער געטאָ. זי לאָזט דעם לײענער הערן דעם מישמאַש פֿון שטימען פֿון ייִדן, דײַטשן און זײערע אוקראַיִנער מיטהעלפֿער, פֿון װעלכע עס שאַפֿט זיך די טראַגישע געשיכטע פֿון די לעצטע צען חדשים פֿונעם געטאָ.

צום גליק האָט זי אױסגעמיטן די טעגלעכע „אַקציִעס“, װען די „מונדירן“ — דער נאָמען פֿאַר דער ייִדישע פּאָליצײ אױפֿן געטאָ־לשון — האָבן געכאַפּט ייִדן פֿאַר די דעפּאָרטאַציעס. באַלד איז זי געבליבן אַלײן: „די מאַמע, ברודער און שװעסטער זײַנען אַװעקגעפֿירט [געוואָרן] אין דער פּײַנלעכער אומבאַװוּסטקײט“. װלאַדקע האָט אָבער געהאַט אַ גוטן מזל צו באַקומען אַן אַרבעט אין אײנעם פֿון די װאַרשטאַטן װאָס האָבן באַדינט די דײַטשן.

נאָך דער צװײטער „סעלעקציע“ אין סעפּטעמבער 1942 האָבן די געבליבענע ייִדן זיך גענומען צוגרײטן אַ װידערשטאַנד: „אױב שױן אומקומען, זאָל זײַן מיט װירדע, זאָל כאָטש דער שׂונא באַצאָלן אַ טײַערן פּרײַז פֿאַר אונדזער לעבן!“

יונגערהײט האָט װלאַדקע זיך באַטײליקט אינעם „ייִדישן אַרבעטער בונד“, און די דאָזיקע פֿאַרבינדונג האָט איר געהאָלפֿן בלײַבן לעבן בשעתן חורבן. חוץ דעם, האָט זי געהאַט אַ „גוטן אַרישן אױסזען“, גערעדט פּױליש אָן שום ייִדישן אַקצענט. די בונדיסטישע אונטערערדישע פֿירערשאַפֿט אינעם געטאָ האָט איר פֿאָרגעלײגט צו װערן אַ קוריער צװישן דעם געטאָ און דער אַרישער זײַט. אַזױ איז דאָס ייִדישע מײדל פֿײגעלע פּעלטעל געװאָרן אַ פּױלישע פֿרױ װלאַדיסלאַװאַ קאָװאַלסקאַ, בקיצור — װלאַדקע.

בהדרגה װערט זי אײַנגעגלידערט אינעם „נאָרמאַלן“ לעבן צװישן קריסטלעכע פּאָליאַקן. צוערשט איז זי געװען אָפּטימיסטיש: „איך האָב געװאָלט גלױבן, אַז בײַ די פּאָליאַקן איז דאָ אַ שטאַרקן אינטערעס צו העלפֿן זײערע באַקאַנטע ייִדן.“ אָבער באַלד האָט זי דערזען, אַז מען װיל גאָר ניט װיסן װעגן דעם, װאָס עס קומט פֿאָר אױף יענער זײַט געטאָ־מױער.

די אױפֿגאַבע פֿון װלאַדקע און אירע חבֿרים אױף דער אַרישער זײַט איז געװען צו קריגן געװער פֿאַרן געטאָ. קײן דערפֿאַרונג און קײן גוטע באַציִונגען מיט דער פּױלישער אונטערערדישער אַרמײ האָבן זײ אָבער ניט געהאַט: „גאַנצע טעג לױפֿט מען אַרום איבער דער שטאָט. מען זוכט און נישטערט. ממש צו יעדן באַקאַנטן פּאָליאַק, װאָס רופֿט נאָר אַרױס צו זיך אַ ביסל צוטרױ, הײבט מען גלײַך אָן צושטײן און בעטן: העלפֿט אונדז שאַפֿן געװער, מיר װעלן גוט באַצאָלן!“

אָבער לרובֿ באַקומען זײ קנאַפּע הילף. אָפֿט מאָל נעמט מען בײַ זײ געלט און גיט זײ גאָר נישט, אָדער, נאָך ערגער, מסרט מען זײ צו די דײַטשן. און אַפֿילו װען זיי קענען יאָ קריגן אַ רעװאָלװער, מוזן זײ געפֿינען אַן אופֿן, װי אַזױ אים אַרײַנצושמוגלען אינעם געטאָ.

דאָס בוך איז אַ געשפּאַנטע לעקטור. װלאַדקע מיד איז אַ באַגאַבטע דערצײלערין, װאָס דערקלערט פּרט נאָך פּרט אַלע אַספּעקטן פֿון איר געפֿערלעכער אַרבעט. יעדער טאָג קען זײַן דער לעצטער, װען מען װײסט ניט, צי מען װעט דערלעבן ביז אָװנט. זי האָט אַ סך מער מפּלות אײדער דערפֿאָלגן, און אין אַ סך פֿאַלן איז זי געראַטעװעט געװאָרן דורך אַ גליקלעכן צופֿאַל.

קאַסאָװס הקדמה באַשרײַבט דעם ברײטערן היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿון יענער תּקופֿה, און מיד גיט צו פּערזענלעכע פּרטים װעגן זײַן מאַמעס לעבן פֿאַרן חורבן אױפֿן סמך פֿון אירע אינטערװיוען אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע.

בײַם איבערזעצן האָט מיד אַרײַנגעשטעלט אין קלאַמערן קורצע דערקלערונגען, װאָס העלפֿן בעסער פֿאַרשטײן דעם קאָנטעקסט. ער האָט באַשלאָסן אָפּצוהיטן ייִדישע װערטער פֿון דער ספּעציפֿישער געטאָ־שפּראַך, אַזעלכע װי „אַקציע“, „מונדירן“, „בלאָקאַדע“. דאָס שאַפֿט דעם עפֿעקט פֿון עכטקײט, אָבער אין אײניקע פֿאַלן רופֿט די דאָזיקע סטראַטעגיע אַרויס פֿראַגעס: צוליב װאָס האָט ער „איבערגעזעצט“ דאָס װאָרט „קריסטין“ אינעם ייִדישן מקור ווי Shikse? בכּלל איז די איבערזעצונג זײער פֿרײַ און צו מאָל װײַט פֿונעם ייִדישן טעקסט.

אין אַמעריקע האָט װלאַדקע מיד געװידמעט איר לעבן דער חורבן־דערציִונג, און די נײַע אױפֿלאַגע פֿון איר בוך איז ממשיך דעם דאָזיקן שליחות. דאָס איז אַ װיכטיקער צוגאָב צו דער װאַקסנדיקער ביבליאָטעק פֿון דאָקומענטן און פֿאָרשונגען װעגן װאַרשעװער געטאָ. צום באַדויערן איז די געשיכטע פֿונעם ייִדישן װידערשטאַנד קעגן דער דײַטשישער אָקופּאַציע נאָך ניט געהעריק אײַנגעשלאָסן אינעם אַמעריקאַנער „האָלאָקאָסט עדוקײשן“, אַפֿילו אין ייִדישע טאָגשולן.

װען איך דערצײל למשל די געשיכטע פֿון װאַרשעװער געטאָ אין מײַן קורס פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע אין מזרח־אײראָפּע בײַם מישיגענער אוניװערסיטעט פֿרעגן אַ סך פֿון די סטודענטן: „פֿאַר װאָס האָט מען אונדז דאָס ניט דערצײלט אין אונדזערע קלאַסן װעגן דעם חורבן? דאָס איז אַזױ װיכטיק צו װיסן!“

עד־היום זעט מען אָפֿט מאָל די חורבן־געשיכטע דורך דעם שפּאַקטיװ פֿונעם מאַסנמאָרד. װלאַדקע מידס בוך אָבער, שרײַבט קאַסאָװ, „האָט דערװיזן, אַז איר קאַמף צו בלײַבן לעבן, אױף צו להכעיס אַלע שׂונאים, לייקנט אָפּ די סטערעאָטיפּישע טענה, אַז די ייִדן זײַנען פּאַסיװ געגאַנגען צו זײער אומקום.“

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.